ווייסט איינער פארוואס משביע אין וויליאמסבורג האט זיך פארמאכט מיט אפאר חדשים צוריק?
איך האב געהערט אז עס זענען געווען אידענעס וואס האבן אהין געשיקט די ערלים גיין עסן לאנטש און נאכדעם צוריקקומען ארבעטן פלייסיג, און חברא חבר אית לי', און עס איז געווארן א סוד פאר גאנץ בראד אז ביי די אידעלעך גיט מען געשמאקע סאפפער פאר זילטש, אן קיין פעני צאלן, איז דער שווארצע פאלק אריבערגעקומען. און משום דעסקרימענעישאן האט מען זיי נישט געקענט אוועקשיקן, האבן זיי פארמאכט זייערע טויערן.
איינער ווייסט צי עס איז טאקע אזוי?
משביע אין וויליאמסבורג
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:
אוי אזוי שטימט נישט וואס וואס ער האט דא געשריבן
וויל אויב יא פארוואס זאלן זיי פארמאכן.
גדעון האט געשריבן:מתעסקים, משביע ועוד
וויל אויב יא פארוואס זאלן זיי פארמאכן.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
מענין לענין באותו ענין
א באשרייבונג איבער משביע - חודש תשרי תשס"ז - אין בארא פארק (פון וויקיפעדיע)
במשך די ימים טובים אין גאנצץ חודש תשרי זענען טויזענטער סעודות סערווירט געווארען אין דעם לאקאל פון משביע. די הנהלה פון משביע מיט אירע גוטע פארנט, וואלענטירען און געלט שטיצערס, ארבעטן שטענדיג אז משביע זאל זיין אנגענעם פאר ווי מער מענטשען און העלפען ווי מער מענטשען. אין זיכען אלץ אויף-צוקומען מיט וועגען צו מאכען משביע זאל העלפען פאר מער מענטשען און עס זאל זיין אייגענעם צו געניסען פון משביע פאר ווי מער מענטשען פין משביע האט מען ארויס געשיקט פאסט קארטלעך פאר הונדרעטער משפחות וואס מיר האבען זיך דערוויסט אז זיי קענען הנאה האבן פון משביע במשך ראש השנה, יום כיפור, סוכות, שמיני עצרת אין שמחת תורה, זיי מודיע געווען אז מיר וועלען זיין אפען במשך די הייליגע טעג און מיר וועלען סערווירען פון די בעסטע און די שענסטע מאכלים, אויך האבען מיר אריין געלייגט מודעות און אלע תומכי שבת און עונג שבת דעליוועריס, אויך האבן מיר געשטעלט עדווערטייזמענט און די חרדישע מידיא.
משביע איז געווענטליך אפען פון זונטאג ביז דאנערשטיג פון פיר אזייגער ביז ניין ביינאכט און פארמאכט שבת און יום טוב (ווייל דאס פלאץ איז נישט מוכשר פאר דעם) אבער מיט גרויס הילף פון א פאר נדבנים איז משביע געווען אפען די לעצטע ימים טובים. כדי עס זאל זיין איינגענעם פאר אלעמען און בפרט משפחות צו קומען פראווענען די סעודת יו"ט און משביע, האט "משביע" זיך געזיכט זיך אויס צו צייכענען מיט די פראגראם מען האט צו געקויפט נאך מחיצות אז א יעדע משפחה זאל קענען האבן א יו"טדיגע סעודה פאר זיך. מען האט סערווירט די טייערסטע מאכלים און טייערע וויינען און אלע סימנים אויף ר"ה און אלע מנהגים פון יו"טדיגע עסנווארג עס זאל זיך שפירן א מלכותדיגע אטמאספערע.
ערב ראש השנה זענען געקומען קינדערליך אין געהאלפען צו גרייטען די טישען אויף יום טוב, עס איז כדי צו באטענען אז צוויי יונגע לייט וואס אימפארטירען גאר גאר טייערע דיספאזיבעל געשיר האבען מנדב געווען פאר אלע ימים טובים אויסטערליש הערליכע געשיר אזוי שיין זענען זיי געווען אז די ארבעטער וואס רייניגען אין משביע האבען דאס אויס געוואשען אין א היים גענומען, נאך געמאכטע אייזענע עסצייג גרויסע אין קליינע, טיפע אין פלאכע טעלערס, הערליכע טעלערס פאר די כריין איגערקעס אין עפעטייזערס אין ספעציעלע נאכגעמאכטע קריסטאלע גלעזליך מיט א פיסעל אין אן א פיסעל. אין פאר שטייט זיך מיט געדינגענע סחורה'נע טישטעכער מיט סחורה'נע סארוועטליך דאס האט ממש גענימען שעהן אנציגרייטען, אין דאס פלאץ האט אויס געקוקט קעניגליך, ממש אז דער וואס האט געמאכט קידוש דארט ראש השנה האט געקענט שפירען דעם "מלכיות".
פאר שטייט זיך דער קעכער ר' קלמן פישער נ"י - די עסען ווערט געקאכט אין פאפא האל אויף פערצענטער עוועניא - ער איז געשטאנען שעה'ס אנגרייטען די אייוועלך אין אנשרייבען מיט לעבלס אויף די בעקעלך אין ווייזען פאר די וועטערס וועליכע איז פאר יעדער סעודה עקסטער.
פין דעם אנדער זייט זענען מענטשען אנגעקומעם מיט נדבות יעדער פאר מינוט איז געווען נאך איינער ביים טיהר מיט א נדבה אין געקענט זעהן מיט די אייגענע אויגען וואס מיינט "כל חלב לה'" איינער איז נתפעל געווארען פין צענדליגער רויסטען - בהמה פליישען וואס איז געווען צוגעגרייט, איינער איז נתפעל געווארען פין די הערצאג אין ברטנורא וויינען, איינער פין די אויפגעשניטענע טייערע "שהחינו - פרוכט" מיט די סימנים.
עס נישט פאסיג צושרייבען ווי אזוי די סעודת זענען צו געגענגען צוליב די כבוד פון די משפחות די געסט, אז זיי זאל זיך שפירען באקוועם אבער עס איז געווען ממש א רעטונג פאר אסאך משפחות, עלטערע מענער, עלטערע פרויען, אין נאך.
דער זעלבער האט זיך איבער געשפילט ערב יום כיפור, נאר ערב יום כיפור איז געווען א גאר גרויסער עולם, עס קוקט אויס אז ערב יום כיפור איז שווער פאר מענטשען זיך צוצישטעלן צו געסט מיט די צייטן פון די סעודות, אין עס איז ממש אויסגעגאנגען אלע עסען וואס משביע האט צו געגרייט פאר ערב אין מוצאי יום כיפור צוזאמען. אבער באלד נאך הבדלה מוצאי יום כיפור איז - דער קעכער - ר' קלמן פישער נ"י - אריין געגאנגען צום קאך אין אנגעהויבען קאכען פין פריש. ר' אלכסנדר רפאפורט האט דערווייל גברענגט פון שטוב א פאר קאנטענערס זופ מיט א רויסט-בהמה פלייש וואס זיין בעל-הבית'טע האט געהאט אין דער פריזער אין מען האט דאס שנעל געלאזט אויף ווארעמען. נאך דעם איז ר' סנדר, ארום געפארען צו אלע גראסעריס וואס זענען געווען אויפען מוצאי יום טוב אויס געקויפט אלע חלות פין אלע פאליצעס. אין ביז אביסעל האט שוין אנגעהויבען אויס צו קוקען ווי עס האט גארנישט פאסירט אין דער עס זאל פין משביע און עס איז געווען פיל מיט יו"ט'דיגע עסענווארג.
עס איז כדי צו באטאנען, ווייל עס מאכט זיך נישט אזוי אפט, מוצאי יום כיפור זענען שיון געשטאנען בערך צען מענטעשען מענער מיט פרוין ביי די טיר צען מינוט פאר דעם באשטימטער צייט פון עפענען. במשך די הייליגע טעג האט משביע אויך געהאט די זכיה צו האבען צו גאסט יודען וואס זענען געקומען פון אויס לאנד צו זיין ביי די צדיקים, רבי'ס אויף די ימים נוראים.
א אשה צדקנית פון לאס אנג'לעס האט געשיקט געלט פאר איינער פין איר משפחה וואס וואוינט דא אין ברוקלין זאל קויפען א סאך שפילצייגן און דאס אריבער ברענגען קיין משביע זאל דאס אויסגעבן חול המועד און פארמערן די שמחת יו"ט פון די קינדער און די משפחות.
כדי צו פארברייטען און פארגרינדערן פאר דעם ציבור צו ניצען די סערוויס פון משביע, זענען די משביע תומכים און וואלענטירען אויפגעקומען מיט א געדאנק צו מאכן א שטאטישע שמחת יו"ט פאר קינדער דעם ערשטען טאג חול המועד.
עס איז ממש געווען "אומר ועושה" מען האט שנעל אפ געדריקט א צעטל אז עס וועט זיין "פאני ריידס", חסידישע מוזיק, מתנות, עסען אין טרינקען פאר אלע לעבען די גרויס סוכה פון משביע. די צעטליך האט מען אריין געלייגט אין אלע "תומכי שבת" אין "עונג שבת" קערבליך אין אויך אויף געהאנגען אין אלע שיהלן. דאס איז געווען צו מאכען יעדעם איינעם פילען אייניג אין באקוועם צו קומען קיין משביע, אין עס איז נישט קיין חילוק, רייך צו ארים, יעדער קען הנאה האבען פין משביע. דער תועלת פין דעם איז אז קיינער זאל זיך קיין מאל נישט שעמען הנאה צו האבען פין משביע, "ווייל משביע גיבט פאר יעדעם איינעם". אין אויך פאר די וואס קענען זיך נישט ברענגען דער צו, צוגעניסען פון דאס פלאץ זאלען האבען א גרינגען אייטריט. נאך דעם האט מען זיך גענומען בויען די גרויסע סוכה, אין כדי אז דער סוכה זאל זיין מיט אלע הידורים, האט מען געמעכט א "פערמיט" ביי די שטאט. א סאך דורך גייער האבען געהאלפען מיט דעם בויען לייגען סכך קויפען אין לייגען נוי סוכה. אין טעג וואס דער צייט איז טייער אזוי ווי די גמרא זאגט "ראשון לחשבון עונות" - ווייל מען האט נישט קיין צייט, האבען יודען געטראפען צייט צו העלפען משביע.
בערך זעקס אזייגער פאר נאכטס אין טאג פאר ערב סוכות זענען די אדמורי"ם פון בורשטין און קאסאן געקומען לייגען סכך אויף די סוכה אין באזיכט דעם עס זאל וואס איז געווען אין מיטען דער ארבעט אנגעפילט מיט אנשים נשים וטף, אין אויך האט מען זיי געוויזען די פילע קאמערן מיט די יום טוב'דיגע מאכלים.
ערב סוכות ביז שפעט נאך מיטאג ווען די ארבעטער האבען אנגעגרייט דאס פלאץ אין די סוכה, האט דער טעלפאן נישט אויף געהערט צו קלינגען מיט מענטשען וואס איינער האט געוואלט וויסען די שעות פון יום טוב איינער האט געוואלט וויסען די שעות פון חול המועד. אויך איז געווען גאר א סאך יודען וואס האבען אריינגעריפען מיט נדבות אדער אריין געברענגט נדבות, צוליב דער הארבע זאך וואס שטייט אין זוהר הק' אז די הייליגע אושפיזן וואס קומען צו די סוכה בלייבען נאר ביי ווער עס האט געשיקט צועסען פאר אנדערע. עס ממש נישט גלויבליך ווי פיל משפחות גרויס אין קליין זענען געקומען עסען די סעודות אין משביע. (עס לאזט זיך נישט שרייבען מערערע פרטים ווייל עס קען א מאל וויי טוהן די אורחים, אין דאס בלאט איז אפשר נישט גענוג לאנג.)
מאנטיג דער ערשטער טאג חול המועד אזוי ווי עס איז געווארען נאנט צו עלעוו אזייגער זענען שוין געקומען קינדערליך צו די סוכה אין די היימישע יונגעלייט מיט די טארמפייטערס האבען אויף געשטעלט זייער סיסטעם אין די פערד זענען אראפ געקומען פון די טרעלער, דער קעכער מיט די וועטערס האבען געשניטען מזונות אין קיגעל אין צו געגרייט געשמאקע געטראנקען. אזוי ווייט אז ביי עלעוו אזייגער איז שוין געווען א לאנגע שורה פון קינדער סיי ביי די סוכה ביי די עסען סיי ביי די מוזיק אין דער זאל פון משביע אין סיי ביי פערד אויף די גאס.
אגאנצען טאג ביז פינף אזייגער האט געהערשט א פרייליכע היימישע חסידישע יום טוב'דיגע אטמאספערע, פאר הודערטער משפחות מיט קינדער עס ממש געהערשט א יודיש חן אויף דער גאנצער עוועניא.
פרשטייט זיך אז מען האט אויס געטיילט הונדרעטער שטיקלעך מזונות אין הונדרעטער שטיקלעך הייסע קיגעל מיט פערפעל אין די סוכה גאנצטע קאונטענערס פון פרישע פיקעלס, צענליגער פלעשער זיסע סאדע מיט גרעפ דזו'ס. דער טעם פון חסידישע ניגונים וואס האט זיך געהערט אויף די גאנצע גאס, דארך די ספיקערס איז נישט צו ביישרייבען.
ר' סנדר דערציילט, אז א מאמע וואס איז אונגעקומען שפעט נאך מיטאג האט געזאגט אז זי האפט אז זי איז נישט שפעט אבער זי האט צו געזאגט פאר אירע קינדער שפילצייגען אזוי ווי עס איז געשטאנען אויף די צעטליך אין די באקס (=תומכי שבת), הערענדיג די ווערטע באקס האט ר' סנדר איר גערופען צו א זייט אין אן געפילט א גאנצען זעקל מיט טייערע שפילצייגען א היים צונעמען.
די טעג פין חול המועד איז משביע געווען אויפען נאך מער ווי יום טוב יעדען טאג פין צוועלעווע אינדערפרי ביז ניינע באנאכט אין איין שאס. (דא נאכאמאל קען מען נישט פרברייטערן צו ליב די כבוד פין אונזערע ברידער און שוועסטער)
אויף די צווייטע טעג פרשטייט זיך איז געווען א נייע זאך אויף דעם מעניא, קרויט האלעפצעס.
די תומכים פון משביע וואס זענען כסדר געקומען קוקען אין משביע ווי אזוי עס עס איז אנגעגרייט זענען יעדען מאל נאך אמאל נתפעל געווארען. רבנים צדיקים וואס האבען געבען געלט פאר משביע במשך דער חודש זענען דער רחמסטריווקא רבי, באבובער רבי (רמ"ד), נאווארמינסקער רבי, אין סאטמער רבי (רז"ל) דעם טאג פון פירען זיין זון אונטער די חופה.
משביע ווערט אויס געהאלטען דורך דעם חשובער ציבור וואס האלט אין איין ענטפערען צו די אפיל פין משביע. הגם עס איז נאך קיין איין טאג נישט געשטאנען אן קיין חובות, איז אבער א שטאלץ צו אונזער געמיינדע אז מיר האלטען אויס דעם הייליגען מוסד. בקרוב בעז"ה וויל משביע עפענען אין וויליאמסבורג.