היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
איך וויל וויסן די היסטאריע און חילוקים פון די אלע מינע סארטן אידן. וואס מיינט א מאדערענע איד ? און פארוואס איז ער מאדערן געווארן ? איז זיין זיידע אויך געווען אזוי אדער איז ער געפאלן אין אידישקייט ? (פארוואס זאג איך "געפאלן" ? ווייל אזא חינוך האט מען מיר געגעבן, אז איך - דער חסיד- בין בעסער פון זיי)
אלץ קינד ווען מ'זעט איינעם אן א בארד זאגט מען ,ער איז א "מאדערנער", פארוואס איז עס אזוי ? איז א לעיקוואדער אינגערמאן 'מאדערן' און ווען ער ווערט עלטער און לאזט זיך וואקסן א בארד ווערט ער אויס מאדערן ? פארוואס רעדט מען אין לעיקוואוד ענגליש וואס האט ענגליש מיט די ליטא ? און פון וואו קומען די פלעטבושע אידן ?
איי געס איך בין זייער צומישט וואס פשט אין די אלע מהלכים, אפשר זאל איינער עפענען אן אשכול און פונקטליך פארשטייין געבן פון א נישט בייעסד פוינט אוו וויו, איך וויל פארשטיין אלע "וואס'ס" און אלע "פארוואס'ן" וואס שייך דעי טאפיק.
איך וועל זייער "לייק'ן פאר ווער עס צולייגט עס אביסל... א דאנק.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן די היסטאריע און חילוקים פון די אלע מינע סארטן אידן.
איר הייבט אן אייער פראגע מיט "אלע מיני סארטן אידן" אבער איר פרעגט דירעקט נאר אויף איין מיני איד - דער מאדערנער. היות איך קען מיך אביסל אויס וועל איך פרובירן ענטפערן און איינער וואס זעט א טעות אדער ווייסט בעסער איז געלאדענט מיך אויסצובעסערן.
זר זהב האט געשריבן:וואס מיינט א מאדערענע איד ? און פארוואס איז ער מאדערן געווארן ? איז זיין זיידע אויך געווען אזוי אדער איז ער געפאלן אין אידישקייט ? (פארוואס זאג איך "געפאלן" ? ווייל אזא חינוך האט מען מיר געגעבן, אז איך - דער חסיד- בין בעסער פון זיי)
אקעי, קודם כל - מאדערן מיינט לאו דוקא געפאלן אין אידישקייט. עס זענען דא מאדערנע אידן וואס זענען גרויס יראי שמים, ת"ח, מדקדקין בקלה כבחמורה און עס זענען דא חסידישע אידן קלים וריקים, האלטן נישט ביי גארנישט, אמערעצעס איז מושל בכיפה ביי זיי וכו'. פאר איך גיי ווייטער דארף איך אייך אויך אויפמערזאם מאכן אויף נאך א פונקט. איר פארשטייט אודאי אז עס איז דא א שיטה און מהלך פון חסידישע אידנטום, און חסידים בפראקטיק. אסאך מאל מאכן זיך חסידים וועלכע האלטן בכלל נישט פונעם חסידישן מהלך אין אידישקייט, אבער אין פראקטישן טעגליכן הנהגה פירן זיי זיך פונקט ווי חסידים. די זעלבע דא אויך: עס איז דא א שיטה פון מאדערנקייט און עס זענען דא מאדערנע אידן אין פראקטיק. לאו דוקא דער מאדערנער האלט פונעם מאדערן אידישקייט והבן.
איצטער צום ענין. וואס איז דאס "מאדערן" אדער ווי זיי רופן דאס "Modern Orthodox"? בשיטה איז דאס ווי פאלגנד: דער אידישער רעליגיע האט נישט מורא פונעם מאדערנעם קולטור, פון גויאישע חכמה. דער אידישער רעליגיע הייסט נישט א מענטש אנטלויפן פון די וועלט און זיך איינשפארן אין א פארמאכטן פלאץ ווי קיין שום דרויסענדער איינפלוס האט צוטריט (ליין: ווליאמסבורג), דער אידישער רעליגיע איז א אפענע רעליגיע, גרייט אנצונעמען די חכמה און קולטור פון די גויים (ווילאנג עס איז נישט קיין סתירה מיט הלכה), און זוכן צו זיין אן אור לגויים. גויאישע ליטעראטור איז א זאך אויף וועלכע מ'קוקט ארויף, גויאישע קולטור איז עפעס וועלכע משטייט איבערהויפט נישט אוועק דערפון. אין א נאטשעל איז די מחלוקת צווישן מאדערן ארטאדאקסיע און חרדישע ארטאדאקסיע די זעלבע אוראלטע מחלוקת צווישן ר' ישמעאל און ר' שמעון בר יוחי, צו א מענטש זאל עוסק זיין בישובו של עולם אדער עוסק זיין אין געטליכקייט. (א דוגמא פון א מאדערנער איד בשיטה דא אויפן פארום - און איך מיין נישט אויף א דעראגענדירער אופן - איז קול גדול).
אין פראקטיק, גייען זיי צו מואוויס (ווי לאנג עס איז נישט קיין דירעקט שמוציגע מואווי), זיי האבן א טעלעוויזע, האלטן מיט ספארטס, גייען אין קאלעדזש צו באקומען העכערע ערציאונג, ליעענען גואישע צייטונגען אין ליטעראטור ועוד. איך וויל נאכאמאל באטאנען: עס זענען דא אזוינע וואס טוען די אלע זאכן אבער זיי זענען נישט קיין מאגערנע בשיטה - ד.ה. זיי הלאטן נישט אז אזוי דארף אידישקייט אויסקוקן, זיי טוען דאס פשוט ווייל זיי זענען אזוי אויפגעצויגן אדער ווייל זיי קענען נישט פארטראגן די אנגעשטרענקייט פון חרידשען לעבן.
גדולים וועלכע האבן אנגענומען די 'מאדערנע שיטה' רעכענען אריין ראשונים: רמב"ם, אבן עזרא און נאך פיל ראשונים פון ספרד. (די אשכנז ראשונים זענען בדרך כלל געווען מער גענויגט צו א 'חרדישען' לעבנסשטייגער), און אחרונים: ר' שמשון רפאל הירש, ר' עזראיל הילדעסהיימער, און נאך פיל דייטשע און מערב-אייראפעאישע גדולים. (די מזרח אייראפעאישע אידן זענען געווען מער גענויגט צו א 'חרדישען' לעבנסשטייגער).
די היינטיגע מאדערנע זענען על פי רוב אמעריקאנע אידן וועלכע זייערע זיידעס זענען געווען שוואכע אידן, אדער אידן פון מערב אייראפע. געציילטע זענען ישיבישע וועלכע האבן נישט ליב געהאט די פארפרומקייט פון די היינטיגע ישיבישע וועלט.
זר זהב האט געשריבן:אלץ קינד ווען מ'זעט איינעם אן א בארד זאגט מען ,ער איז א "מאדערנער", פארוואס איז עס אזוי ? איז א לעיקוואדער אינגערמאן 'מאדערן' און ווען ער ווערט עלטער און לאזט זיך וואקסן א בארד ווערט ער אויס מאדערן ? פארוואס רעדט מען אין לעיקוואוד ענגליש וואס האט ענגליש מיט די ליטא ?
די ישיבישע זענען נישט קיין מאדערנע. די בארד איז א קולא וואס מ'האט שוין איינגעפירט נאך אין ליטע באלד צוויי הונדערט יאר צוריק. דאס וואס מ'זעט ישיבישע זיך לאזן וואקסן די בארד איז א לעצטיגע טענדענסי פון די ליטוויש/ישיבישע וועלט צו ווערן וואס מער פרומער. נאך א ביישפיל איז דאס גיין אין קאלעדזש. ליטווישע פלעגן אלץ גיין אין קאלעדזש לצורכי פרנבה (לאפוקי פון די מאדערנע וולעכע גייען לצורך זיך בילדען), אבער לעצטנס ווערט דאס מער און מער פארבאטען.
זר זהב האט געשריבן:און פון וואו קומען די פלעטבושע אידן ?
אסאך פון זיי זענען ספרד'ישע וואס איז גאר א צווייטער פרשה, אבער פיל זענען טאקע מאדערנע אידן און א קליינע מינאריטי זענען ישיביש-לייט.
נו זיי'זשע מקיים פסק.זר זהב האט געשריבן:איך וועל זייער "לייק'ן פאר ווער עס צולייגט עס אביסל... א דאנק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאדיך אפ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך האב מקיים פסק געווען נאך פאר איך האב אפילו אפגעלייענט דיין ענטפער... -- איך האב געשריבן "אלע מיני סארטן אידן" ווייל לא הרי פלעטבוש כהרי לעיקוואוד! אפילו אין א קינדס אויגן זענען זיי ביידע די זעלבע 'מאדערענע' מענטשען... -- יעצט גיימיר לייענן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
הייסט דאס אז ווען די רמב"ם וואלט היינט דא געווען וואלט ער געקוקט (אדער געלאזט קוקן) מאוויס און ער וואלט מיטגעהאלטן ספארטס ??
און וועלכע מהלך איז למעשה גערעכט ? דאס אז איך קוק אראפ איינער וואס קוקט מאוויס אלץ א גויעשער אקט איז בלויז וויל איך האב באקומען אזא חינוך אבער אין אמת'ן איז עס נישט אזוי ? מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז מיין חינוך געט מיך אומריכטיגע גילטי פילינגס פאר זאכן וואס זענען באמת אויסגעהאלטן ?
און וועלכע מהלך איז למעשה גערעכט ? דאס אז איך קוק אראפ איינער וואס קוקט מאוויס אלץ א גויעשער אקט איז בלויז וויל איך האב באקומען אזא חינוך אבער אין אמת'ן איז עס נישט אזוי ? מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז מיין חינוך געט מיך אומריכטיגע גילטי פילינגס פאר זאכן וואס זענען באמת אויסגעהאלטן ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זר זהב האט געשריבן:הייסט דאס אז ווען די רמב"ם וואלט היינט דא געווען וואלט ער געקוקט (אדער געלאזט קוקן) מאוויס און ער וואלט מיטגעהאלטן ספארטס ??
ווענד זיך אודאי וועם דו פרעגסט. איך פערזענליך האלט אז נישט. פון די מאדערנע זענען זיכער דא אזוינע וואס האלטן אז יא. די נקודה איז אבער נישט דאס אדער יענץ. די נקודה איז אז דער רמב"ם האט מעריך געווען גויאישע חכמה און קולטור, און האט שטודירט זייער חכמה, און געשריבן אז אריסטו איז כמעט געווען א נביא. ווי ווייט דער רמב"ם האט זיי מעריך געווען איז שוין א צווייטער שמועס.
זר זהב האט געשריבן:און וועלכע מהלך איז למעשה גערעכט ? דאס אז איך קוק אראפ איינער וואס קוקט מאוויס אלץ א גויעשער אקט איז בלויז וויל איך האב באקומען אזא חינוך אבער אין אמת'ן איז עס נישט אזוי ? מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז מיין חינוך געט מיך אומריכטיגע גילטי פילינגס פאר זאכן וואס זענען באמת אויסגעהאלטן ?
בכלל נישט. איך קען נישט פסק'נען פאר דיר וועלכע מהלך איז גערעכט. גיב א קוק. דאס איז זיכער אז ווי לאנג דו טוסט עס נישט דורך, טארסטו זיך נישט אוועק רוקן פונעם חינוך אין וועלכע דו ביזט ערצויגן געווארן און דאס אינקלודס גילטי פילינגס ווען די וואטשסט א מואווי. די שאלה איז צו דו מעגסט בכלל גיין דורכטון זייער מהלך און אונזער, און באשליעסן פאר דיר. די מאדערנע תירוץ פאר דעם איז: אודאי מעגסטו און זאלסטו גיין און נאכפארשן און אויסוועלן דיין מהלך וואס זעט דיר אויס ריכטיג. די חרדישער מהלך איז מער אז מ'דארף טראסטן די גדולי ישראל און דיינע עלטערן און נישט זיך פארלאזן אויף קליינעם שכל וועלכער איז סיי ווי מלא נגיעות (גענויגט צו די תאוות...). די דארפסט אבער נישט ארפאקוקן דעם מאדערנער, ווייל ער פירט זיך אויך אויף וויאזוי מען האט אים געלערנט איז ריכטיג.
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יאנקל האט געשריבן:לאדיך. מיינסט Modern, נישט Mothern.
שכויח יאנקל. כ'געפיקסט.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
קארל, ביזט טאקע גערעכט, אבער דאס גייט שוין מער אריין אין דקות. דאס איז ווי כ'זאל מסביר זיין פאר א ליטוואק וואס איז דאס חסידות און דו וועסט האבן טענות הלמאי איך בין אים נישט מסביר די חילוק פון איזשביצא צו קאצק... איינמאל זר זהב וועט זאגן "אה, כ'האב שוין אביסל ארויס דעם בילד", קען לאדיך אפ (אדער קארל, אדער איך, אדער ווער אימער...) גיין צו די נעקסטע סטעפ.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
Re: היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
אה, כ'האב שוין אביסל ארויס דעם בילד
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
Re: היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
וויאזוי יידל איז יורד מן ההר אל העם איז ממש א מחזה הוד פון קידוש ה', עס דערמאנט מיר ממש פון סקולענער רבי אין די ארציות'דיגע סיטי-פיעלד
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
Re: היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
לאדיך אפ,
זייער שיין. דו ביזט געבענטשט מיט א געזונטער באלאנץ אין דיין טראכטן. ירבו כמותך בישראל.
זייער שיין. דו ביזט געבענטשט מיט א געזונטער באלאנץ אין דיין טראכטן. ירבו כמותך בישראל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 246
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
- האט שוין געלייקט: 245 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל
Re: היסטאריע און מהות פון מאדערנע ארטאדאקסיע
קופערניקוס האט געשריבן:וויאזוי יידל איז יורד מן ההר אל העם איז ממש א מחזה הוד פון קידוש ה', עס דערמאנט מיר ממש פון סקולענער רבי אין די ארציות'דיגע סיטי-פיעלד
על או על
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
בענבען האט געשריבן:וואס זענען די הלכות פון קליידונג און נגיעה ביי די מאדערן ארטאדאקס?
זיי האבן נישט קיין OCD פון מעסטן און בודק זיין פינקטליך ווי לאנג אלעס איז, אבער בכללי סקירט ביז ערגעץ ביי די קני, זעלבע ביי ערמעל ערגעץ ארום די מקום התפילין, און די העמד ערגעץ צווישן די דדים און די האלדז.
נגיעה אסור, ועי' עוד להלן
מען דעקט זיך צו די האר? ברעיון יא,again מען האט אבער נישט קיין OCD אז קיין איין האר טאר זיך נישט ארויסשטעקן
מען דארף טראגן טייטס זאקן וכדומה? ניין
מען קען גיין אויסגעשניטען און שארט סליווס? עיין מה שכתבתי לעיל
געט מען די הענט פון פרעמדע מענער אדער פרויען? שלא לשם חיבה, לאמיר זאגן פאר מענטשליכקייט אין ביזנעס מעיג מען, אבער סתם אזוי אפילו שלא לשם חיבה טאר מען נישט
ווער עס קען ארויסהעלפען איך בין פשוט נייגעריג ייש"כ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 02, 2022 2:05 am
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:בענבען האט געשריבן:וואס זענען די הלכות פון קליידונג און נגיעה ביי די מאדערן ארטאדאקס?
זיי האבן נישט קיין OCD פון מעסטן און בודק זיין פינקטליך ווי לאנג אלעס איז, אבער בכללי סקירט ביז ערגעץ ביי די קני, זעלבע ביי ערמעל ערגעץ ארום די עלבויגן, און די העמד ערגעץ צווישן די דדים און די האלדז.
נגיעה אסור, ועי' עוד להלן
מען דעקט זיך צו די האר? ברעיון יא,again מען האט אבער נישט קיין OCD אז קיין איין האר טאר זיך נישט ארויסשטעקן
מען דארף טראגן טייטס זאקן וכדומה? ניין
מען קען גיין אויסגעשניטען און שארט סליווס? עיין מה שכתבתי לעיל
געט מען די הענט פון פרעמדע מענער אדער פרויען? שלא לשם חיבה, לאמיר זאגן פאר מענטשליכקייט אין ביזנעס מעיג מען, אבער סתם אזוי אפילו שלא לשם חיבה טאר מען נישט
ווער עס קען ארויסהעלפען איך בין פשוט נייגעריג ייש"כ
לא פשוט סדא א בוך פון מרת מנדלסון פון YU עיין שם
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
לעקיש בעער האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:בענבען האט געשריבן:וואס זענען די הלכות פון קליידונג און נגיעה ביי די מאדערן ארטאדאקס?
זיי האבן נישט קיין OCD פון מעסטן און בודק זיין פינקטליך ווי לאנג אלעס איז, אבער בכללי סקירט ביז ערגעץ ביי די קני, זעלבע ביי ערמעל ערגעץ ארום די עלבויגן, און די העמד ערגעץ צווישן די דדים און די האלדז.
נגיעה אסור, ועי' עוד להלן
מען דעקט זיך צו די האר? ברעיון יא,again מען האט אבער נישט קיין OCD אז קיין איין האר טאר זיך נישט ארויסשטעקן
מען דארף טראגן טייטס זאקן וכדומה? ניין
מען קען גיין אויסגעשניטען און שארט סליווס? עיין מה שכתבתי לעיל
געט מען די הענט פון פרעמדע מענער אדער פרויען? שלא לשם חיבה, לאמיר זאגן פאר מענטשליכקייט אין ביזנעס מעיג מען, אבער סתם אזוי אפילו שלא לשם חיבה טאר מען נישט
ווער עס קען ארויסהעלפען איך בין פשוט נייגעריג ייש"כ
לא פשוט סדא א בוך פון מרת מנדלסון פון YU עיין שם
קים אריין מיט דיטעילס
איך האב נישט קיין ביכער, אמער ביכל איז דאך ר"ת כ'ל ב'איה ל'א י'שובון
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: