שרעקליכע קארופציע אין בעלגיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שרעקליכע קארופציע אין בעלגיע

שליחה דורך חכם מחוכם »

מס. מישעל מארטין וואס איז יעצט 52 יאהר האט באקומען 30 יאהר טורמע אין יאהר 2004 פארן נישט באפרייען מיידלעך וואס איהר דעמאלטסדיגן מאן מארק דאטעראקס האט געהאלטן פארכאפט אין זייער בעיסמענט ווי זיי האבן געוואוינט.

דאטעראקס איהר דעמאלטסדיגן מאן, היינט 55 יאהר, האט באקומען א לייף טערמין פארן קידנעפן אין יאהר 1995 און 1996 זעקס מיידלעך און דערנאך הארגענען פיר פון זיי.

אין די יארן וואס ער פלעגט טוהן זיינע מעשים משחיתים, האט מען אים אויך איינמאל ארעסטירט פאר גניבה קלאגעס, (זעהט אויס ער האט זיך נישט באגעניגט מיט די קידנעפינג), האט ער געהאט פארכאפט ביי זיך 3 אכט יעריגע מיידלעך ביי אים אין בעיסמענט, זיין עזר כנגדו האט געוויסט אז זיי זענען דארט און זי האט זיי געלאזט שטארבן צום טויט

דאס איז די מעשה פשוטו כמשמעו קאמענטארן איז פלעין איבעריג.

די מעשה גייט ווייטער די געזעץ אין בעלגיע איז אז איינמאל מ’איז אפגעזיצן א דריטל טערמין-און וואס איך שטעל מיך פאר איז אז מ’איז איינגעזיצן אין טורמע-קען מען אנפאנגען רעדן פון ארויסלאזן, איז געגאנגען די בעלגישע רעגירונג און געפאסקנט דעם דינסטאג אז זי קען ארויסקומען,

פאר די פילע באשרייבונג
http://www.huffingtonpost.com/2012/07/3 ... 23563.html
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי קומט דא אריין די ווארט קארופציע? מיר זענען פאר'סמ'ט מיט די היזיגע יוסטיץ סיסטעם זאגט מען פאר'סמ'ט. וואס איז די גדולה מיט טורמע? ווער פארדינט דערפון? זאל זי זיין אין די פריי און זאלן איר אירע שכנים פיינט האבן און זאל זי זיך אויסוויינען צום גלח טאג און נאכט, ווער זאגט אז תפיסה איז די מקום קדוש פאר די מענטשן?
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

קופערניקוס האט געשריבן:וואס איז די גדולה מיט טורמע? ווער פארדינט דערפון? זאל זי זיין אין די פריי און זאלן איר אירע שכנים פיינט האבן,ווער זאגט אז תפיסה איז די מקום קדוש פאר די מענטשן?


נא זאג דו פאר וועם איז תפיסה געמאכט???, פאר שלום מרדכי רובאשקין?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

באמת איז די תפיסה געמאכט געווארן פאר מענטשן וועלכע זענען א סכנה פאר די פאבליק אז זיי זענען אויף דער פריי.
נאר נארישע מענטשן האבן עס אויפגעטוישט אלס א נקמה מיטל.
(איך האב נאך אין פלאן צו עפענען א יוסטיץ/תפיסה אשכול, ווען די צייט וועט ערלויבן בעז"ה.)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

שמעקעדיג האט געשריבן:באמת איז די תפיסה געמאכט געווארן פאר מענטשן וועלכע זענען א סכנה פאר די פאבליק אז זיי זענען אויף דער פריי.
נאר נארישע מענטשן האבן עס אויפגעטוישט אלס א נקמה מיטל.
(איך האב נאך אין פלאן צו עפענען א יוסטיץ/תפיסה אשכול, ווען די צייט וועט ערלויבן בעז"ה.)

איך האב אפאר קאמענטס צו שרייבן דארט.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יוסטיץ/תפיסה אשכול?

אויב מיינסטו וועגן דעם וואס מען לייגט מענטשן אין תפיסה א האלבע לעבן ווייל זיי האבן געטוהן ווייט קאלער קריים, איז דא אסאך וואס צו שרייבן.

אין אמעריקע הער איך איז אנדערש ווי אין יוראפ, וואס דארט זיצט מען נישט אזויפיל, און מען געט א קנס פאר געלט שווינדל.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ידען האט געשריבן:יוסטיץ/תפיסה אשכול?

אויב מיינסטו וועגן דעם וואס מען לייגט מענטשן אין תפיסה א האלבע לעבן ווייל זיי האבן געטוהן ווייט קאלער קריים, איז דא אסאך וואס צו שרייבן.

אין אמעריקע הער איך איז אנדערש ווי אין יוראפ, וואס דארט זיצט מען נישט אזויפיל, און מען געט א קנס פאר געלט שווינדל.


יא, דאס און נאך אסאך אנדערע אישוס.
עס איז פאראן א סאך וואס צו שרייבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט