לויט ווי די וועלט פאהרט זעהט אויס אז מיר גייען ווערען אין נאך אפאר יאהר א געזעלשאפט וואס מייסטנס עולם קען זיך נישט אליין מפרנס זיין אן זיך פארלאזען אויף אנקל סעם. אז מיר קוקען צורק אפאר צענדליקער יאהרען וועלען מיר זען אז די נצולי שואה דאהי און אפילו אין א"י האבען זיך גאנץ פיין אן עצה געגעבען. טאקע זיי האבען נישט געהאט די גרויסע משפחות, אבער זיי האבען חתונה געמאכט בדרך כבוד און געשטיצט און געבויעט מוסדות התורהץ דער נעקסטער דור, די בעיבי באמערס, האבען שיין פארדינט אין דיימאנדס אדער קאמפיוטערס אדער ריל עסטעיט. רוב רובם האבען ערליך געארבעט, נישט נהנה געווען פונעם אנקל, און וועלען בקרוב ריטייערן בדרך כבוד. דער בראך איז אנהייבענדיג מיטן נעקסטן דור און מיטן דור רביעי וואס מערט זיך ווי די הייבן כ"י. דוכט זיך אז 70% צו מער לעבן אין "פאווערטי"! רח"ל. די תוצאות פון דעם פילען זיך און אלע שטחים פון לעבען, אין מוסדות, און אין חינוך וכדו' אין בכלל אינעם צופרידענהייט פונעם געזעלשאפט. די שאלה איז וואס האט גורם געווען צו דעם? האבען די מנהיגים עפעס פארזעהן? איז די כולל רוח שולדיג? אפשר די בת יעקבס? איז די געזעלשאפט אין א"י א חלק פונעם פראבלעם? האט מען צו יונג חתונה? האט מען צו פיהל קינדער צו נאהנט איינער צום אנדערען? פעהלט אונז אין סקילס אדער דרייוו? איז דא א פאקטאר פון פחד פון ארויס גיין אין די גאס? נאך א שאלה: ווער וועט אונז העלפן פון דעם ארויס און וויאזוי וועט זיך דאס טוישען? רבותי הזמן קצר והמלאכה מרובה! עס ווערען געבוירען צענדליגער טויזטער אידישע בעיביס א יאהר אין ני! מהיכן ירק זה חי?
די טאפיק איז שוין א אור אלטע קאווע שטיבל דעליקאסי.
איך וויל נאר צולייגן, אז לויט ווי איך פארשטיי איז דא אין די סעקולארע גאס דעם זעלבן פראבלעם, יא, די פאר פראצענט וואס מאכט עס צו די טאפ 10 פראצענט מאכן א חיים טובים, און זיי נוצט יעדער פאר א דוגמה, זעהסט? אז מ'גייט אין קאלעדזש קומט מען אן, זעהסט ? אז מ'ארבעט שווער צאלט זיך עס צוריק וכו'
די אונטערשטע 70-80 פראצענט מוטשעט זיך ווי קיינמאל בעפאר, דזשאב סעקיוריטי איז א פארגאנגענהייט, און די סערוויס אינדוסטרי איז אין טרענזישאן צו די פיליפינס, בלייבט נאר איבער די אטראקטיווע ווארט 'סטארט אפ', ווי קינדערליך אין די אונטער העמעדער זיצן אין א בעסמענט אדער זאגאר אין א רעסטויראנט נאכן באשטעלן א קאווע (אלץ טיפ פארן געשעפט איינגעטומער פארן צושטעלן א פרייע זיץ צו ארומלעפטאפן), און מ'מוח שטורעמט צו ווערן די נעקסטע צוקערבערג. הארטע סטאטיסטיקס ווייזן אז רוב מאכן דאס נישט, און מ'ווארט נאר בכליון עינים אז טוויטער זאל זיך מרחם זיין און אפקויפן זיין 'עפפ' וואס גייט טוישן די וועג וויאזוי מ'בלאזט די נאז...,
קען זיין אז ביי אונז וורעט דער פראבלעם פילפאכיג פארערגערט צוליב די איינע פאקט אז מיר זענען די איינציגעסטע קאמיוטי אין די וועלט וואס פלאנט צו בלייבן וואוינען מיט 7-8 קינדערלעך אין די טייערסטע געגענט אויפן כדור הארץ, עפעס וואס קיין שום פאלק האט דערווייל נישט באוויזן אויף אזא פארנעם (שווארצע, ספאנישע, איטאליענע, יוכיחו), אבער דער פראבלעם גופא פון זיך מוטשענען אויף פרנסה איז נישט קיין אידישער, גיבט א קוק צוריק נישט מער ווי 20 יאר, וועסטו זעהן אז די פראצענט מענטשען וואס האבן געדארפט צוקומען צו אנדערע (ובפרט ביים חתונה מאכן) איז געווען א פרעקשאן פון וואס איז היינט, איז דער עולם געווען מער עדיוקעיטעד דעמאלטס ? נעה....
יעקב מענטש האט געשריבן:די טאפיק איז שוין א אור אלטע קאווע שטיבל דעליקאסי.

פרומע אידען זענען די אייניגסטע געזעלשאפט אין די גארער וועלט ווי די קאסט פון עדוקעישען ליגט אויף די עלטערען און נישט אויף די סטעיט. די קאסט פון מחנך צו זיין א משפחה פון 7 קינדער מיט קעמפ איז צווישען 50 און 60 טויזענט דאללער א יאהר!!! רבש"ע זענען מיר נארמאל??
תורה ומדע האט געשריבן: פרומע אידען זענען די אייניגסטע געזעלשאפט אין די גארער וועלט ווי די קאסט פון עדוקעישען ליגט אויף די עלטערען און נישט אויף די סטעיט.
יא אין א יעדע געזעלשאפט האבן עלטערען עט ליסט די ברירה צו שיקען אין א סטעיט סקול. א חרדישער איד האט נישט די ברירה. נאר אויב ער וואינט אין ארץ ישראל און שיקט אין חינוך עצמאי.
ר' ליפא, איז דעמאלטס אדער די עדוקעישאן אויף גאר א שוואכע סטאנדארט, אדער איז די באדזשעט סאבסידידיזרט פון אנדערע מקורות. די אונטערשטע שורה: די קאסט פון א ביילינגועל עדוקעישין צוגעשטעלט אויף א אלגמיינעם סטאנדארט מיט בילדינג און מעינטענענס, קאסט מינימילי אין די ראנגע פון $10,000 א יאהר פער קינד.
לויט ווי איך הער איז פאר 25 יאהר איז שכ״ל נישט געווען אזוי טייער. איך ווייס טאקי נישט די סיבה פון דעם.
שכ"ל איז היינט נאר ביליג א דאנק פארשידענע דריידלעך. יודעי דבר זאגן אז ס'איז צייטווייליג.
אוי וויי. אויב וועט מען נישט מאכען א פאנד פון גבירים צו סאבסידירן די אידישע חינוך אפאראט אויף א ריזיגען פארנעם וועט נישט בלייבן קיין זכר משונאיהם של ישראל ח״ו.