דער בראך איז אנהייבענדיג מיטן נעקסטן דור און מיטן דור רביעי וואס מערט זיך ווי די הייבן כ"י. דוכט זיך אז 70% צו מער לעבן אין "פאווערטי"! רח"ל. די תוצאות פון דעם פילען זיך און אלע שטחים פון לעבען, אין מוסדות, און אין חינוך וכדו' אין בכלל אינעם צופרידענהייט פונעם געזעלשאפט.
די שאלה איז וואס האט גורם געווען צו דעם? האבען די מנהיגים עפעס פארזעהן? איז די כולל רוח שולדיג? אפשר די בת יעקבס? איז די געזעלשאפט אין א"י א חלק פונעם פראבלעם? האט מען צו יונג חתונה? האט מען צו פיהל קינדער צו נאהנט איינער צום אנדערען? פעהלט אונז אין סקילס אדער דרייוו? איז דא א פאקטאר פון פחד פון ארויס גיין אין די גאס?
נאך א שאלה: ווער וועט אונז העלפן פון דעם ארויס און וויאזוי וועט זיך דאס טוישען?
רבותי הזמן קצר והמלאכה מרובה! עס ווערען געבוירען צענדליגער טויזטער אידישע בעיביס א יאהר אין ני! מהיכן ירק זה חי?
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)