דע מה שתשיב

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

דע מה שתשיב

שליחה דורך קל וחומר »

עס מאכט זיך היבש אפט וואס קינדער פרעגן די עלטערן שאלות איבער סענסיטיווע נושאים, ווי אין אמונה, צניעות וכדומה. און די עלטערן ווערן אנגעצויגן דערפון און פארהאקן דאס קינד'ס מויל זאגענדיג: 'מען פרעגט נישט אזעלכע שאלות', 'מ'טאר נישט אזוי רעדן' וכדומה.

אזאנע ענטפערס באפרידיגן נישט דעם קינד'ס שכל, נאר איז גורם אז די שאלות זאלן בלייבן ביים קינד אינעווענדיג, און מער וועלן זיי נישט פרעגן אויס מורא פון די תגובות פון די עלטערן, און אזוי טוען די שאלות קראצן אין זייער יונגע הערצעלעך, און מאכט זיי פילן אונטער פרעשור און צומישט, וסופו מי יישורנו.

מ'ברויך געדענקן אז קינדער זענען נייגעריג בטבע, און דאס האט אסאך מעלות, דאדורך דעם וואס דאס קינד פרעגט און באקומט ענטפערס, ווערט ער קלוגער און זאמלט אן ידיעות און אנטוויקלט זיך, און די עלטערן טארן נישט בשום אופן צוברעכן דעם טבע.

פון די אנדערע זייט זענען דא עלטערן וואס דרייען זיך ארויס פון אזאנע אומגעוואונטשענע שאלות דורך ענטפערן פאלשע שטותים, דאס איז אויך א פראבלעם, קודם כל די עצם זאגן ליגנט איז א פראבלעם, נאך מער, אפילו זיי וועלן יעצט מצליח זיין צו פאפן דאס קינד, און אויף יעצט וועט דאס קינד זיין צופרידן מיט די תשובות, וועט דאס שפעטער שטארק שאטן, ווען דאס קינד וועט עלטער ווערן און אויסגעפינען אז מ'האט אים אויסגענארט, סיי עס וועט אים באדערן, אויך וועט דאס גורם זיין אז ער/זי זאל מער נישט גלייבן גארנישט וואס די עלטערן האבן אים געזאגט, ווייל אפשר האבן זיי אים אויך געפאפט מיט דעם.

ווען א קינד פרעגט פון די סארט שאלות, זאלן די עלטערן זאגן: 'עס איז אונז א פארגעניגן אז דו פרעגסט שאלות, דאס ווייזט אז דו ביסט א פארשטענדליך קינד און דו זוכסט קלוגער צו ווערן'. און אויף די עצם שאלות, וואס ס'איז שייך צו ענטפערן און מסביר זיין זאל מען פארשטייט זיך ענטפערן, און וואס איז נישט שייך צו ענטפערן, זאל מען מסביר זיין פארן קינד: 'מיר האבן אויך זאכן וואס מיר פארשטייען נישט, ס'דא זאכן וואס מיר וועלן נאר פארשטיין ווען מיר וועלן עלטער ווערן, און ס'דא זאכן וואס מיר וועלן קיינמאל פארשטיין. די זעלבע מיט דיר, פארהאן זאכן וואס דו וועסט נאר קענען פארשטיין ווען דו גייסט עלטער ווערן, פארהאן אויך זאכן וואס דו גייסט קיינמאל פארשטיין'.

(מ'קען אויך ארויסברענגען די געדאנק פארן קינד דורך ברענגן א ביישפיל, לדוגמא 'מיר זעהען אז ווען מ'לייגט אריין א קערענדל אינעם ערד וועט ביז אפאר יאר ארויסוואקסן א גרויסע בוים מיט פרוכט, מיר פארשטייען נישט ווי אזוי דאס פאסירט, אבער ס'איז פון די נפלאות הבורא וואס מיר פארשטייען נישט', וכדומה מן המשלים, מיר זענען מענטשן מיט א מוגבל'דיגע מאס שכל, מיר פרובירן פארשטיין זאכן ווי ווייט מעגליך, ותו לא.)

עס איז שטארק אומריכטיג פאר עלטערן נישט צו האבן קיין געדולד צו זייער קינדער וואס 'נודשן' און דארפן אלס וויסן, און ווען ס'קינד פרעגט שאלות אויף זאכן וואס ער האט געזען אדער געהערט, ווי די סדר איז ביי געזונטע קלוגע קינדער, וועלן זיי אין בעסטן פאל זיך ארויסדרייען, און אין ערגערן פאל וועלן זיי אים פארהאקן ס'מויל זאגענדיג: 'פרעג שוין נישט אזויפיל דארט', 'נישט אלעס דארפסטו וויסן' וכהנה. ווי פריער דערמאנט, איז די נייגער פונעם קינד לטובתו, אז ער זאל פרעגן, מברר זיין, און קלוגער ווערן.

טאמער דאס קינד פיהלט אז זיינע שאלות גייען די עלטערן אויף די נערוון, און זיי פרובירן מיט אלע מיטלען פטור ווערן דערפון, וועט ער אויפהערן צו פרעגן, און ער וועט נישט קונה זיין די כלים און ידיעות וואס ער ברויך פאר זיין עתיד. דאס איז חוץ פונעם פאקט אז מיט אזא התייחסות פון די עלטערן פארלירט ער די קשר און טראסט און זיי, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר א געזונטע אנטוויקלונג.

פארשטייט זיך אז ס'דא אמאל וואס עלטערן זענען פארנומען און קענען זיך נישט מטפל זיין מיט די קינד'ס שאלות. אין אזא פאל זאלן די עלטערן אפשטופן די Q&A אויף שפעטער, אז די קינד זאל וויסן אז די עלטערן מוזן אים נישט אלס געבן גלייך אויפן פלאץ, און אמאל דארף ער זיך איינהאלטן און אויסווארטן.

עס דארף אבער געטוען ווערן אויף א מכובדיגע אופן, כדי דאס קינד זאל עס נישט אויסטייטשן ווי מ'וויל פון אים זיך ארויסדרייען. מ'קען זאגן פארן קינד: 'דו פרעגסט זייער גוט, אבער יעצט אויפן מינוט זענען מיר פארנומען, אי"ה ווען מיר וועלן שפעטער האבן צייט וועלן מיר גערן ענטפערן.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כהאב זייער הנאה געהאט. דיין ארטיקל און אזוי אויך שמעקעדיג'ס האבן מיר א טיפע אינסייד געגעבן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דע מה שתשיב

שליחה דורך קל וחומר »

א פארגעניגן צו הערן.
אזאנע תגובות שטופן אויף צו שרייבן ווייטער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טאמבל סאס האט געשריבן: און אזוי אויך שמעקעדיג'ס האבן מיר א טיפע אינסייד געגעבן.

וועלכע ארטיקל, אויב מעג איך פרעגן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קל וחומר א דאנק פאר די באלערנדע אשכול.

עס ליגט מיר אין קאפ אז [tag]הוגה[/tag] האט ערגעץ באשריבן איבער דעם נושא באריכות, כדרכו בטוב טעם ודעת. אויב קען איינער לינקען, ביטע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דע מה שתשיב

שליחה דורך טאמבל סאס »

שמעקעדיג האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן: און אזוי אויך שמעקעדיג'ס האבן מיר א טיפע אינסייד געגעבן.

וועלכע ארטיקל, אויב מעג איך פרעגן?

גערעכט, כהאב מיך פארמישט מיט ברסלבער. קען זיין ווייל דו האסט אויך געשריבען א גוטס - דער בחור ארטיקל.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: דע מה שתשיב

שליחה דורך מפוזרי »

טאמבל סאס האט געשריבן:כהאב זייער הנאה געהאט. דיין ארטיקל און אזוי אויך שמעקעדיג'ס האבן מיר א טיפע אינסייד געגעבן.

וואס איז דאס 'א טיפע אינסייד'?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

Insight
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

אן עצה טובה: שטופען דאס קינד אדער בחור צו לערנען שער הבחינה אין חוה"ל, ספר הכוזרי, אדער ספר המדע אין רמבם. אז דאס קינד זעהט אז גדולי עולם אין פריערדיגע דורות האבען אויך עוסק געווען אין די ענינים פון חקירה און מדע גיט דאס א BOOST אין אמונה.
וואס טוט מען אבער אויב דער ישיבה אדער דער רבי פארמאכט די קעפ פונעם קינד ווען ער פרעגט. אדער בשעת דער מלמד פארציילט מעשיות וואס זענען QUESTIONABLE?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
פארשפארט