אלס ווייסער האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז שרייבעריש לשון, מען שרייבט נישט ״זיי זענען געפארן אויף א שיף״
איך זע נישט די שרייבערישקייט דערפון. איך זע דאס א ווערטער שפיהל. דארפסט א בעסערע לשון? "ווען א קבוצה היימישע אידן זענען געווען אויף א שיף" אויב ווילסטו נישט זאגן כאטש האלבער אמת: "ווען א קבוצה היימישע אידן האבן פארוויילט אויף א שיף."
סתם אזוי, די איבריגע ווייזט וואספארא שוואכער קאליבער געשריבנס דאס איז. קודם, א זאץ וואס איז אזוי לאנג אז אפ' מיט א ואת אספתא אטעם קען מען איר נישט לייענען.
נאכדעם, אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי די פאלגענדע מאכט סענס: "איבער די שרעקליכער טראגעדיע.....האט פאסירט ווען א קבוצה היימישע אידן האבן זיך געפונען אויף א שיף ווען אינצווישן האט א אומגערישטע ווילדע כוואליע פארכאפט דעם שיף" אינצווישן וואס?
אויך, וואלט זיך נישט בעסער געפאסט א 'און' בעפאר 'אינצווישן' אנשטאט א 'ווען'?
ווייטער, ווי אזוי קומט פון א אומגערישטע כוואליע וואס פארכאפט א שיף, צו צוויי מענטשן פון פינעף זיך צו דערטרענקען? פעלט נישט דער עיקר פון די מעשה? האסט געוואלט רעדן שרייבעריש....
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.