החזן הרב יוסעלע ראזענבלאט

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

החזן הרב יוסעלע ראזענבלאט

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כהאב גענישטערט אהער מיט אהין אין גארנישט, די וועלטס חזן האט זיך נישט פארדינט א אייגען אשכול??

וואס איז היינט געשעהן? איז אזוי
כבין געפארן אין קאר מיטן משפחה חול המועד האלטען, ווען די קינדער זענען געשפרינגען אויפן רייד׳ס בין איך צירוק אין קאר זיך אפריען אביסעל אין כהאב אנגעצינדען יוסעלע, ווען ער איז אנגעקומען צו טל וואס מהאט הערשט געדאווענט דער וואך האב איך זיך צעוויינט, כבין פריש נתפעאל געווארן פון זיין מתיקות.
מיין זוהן איז געקומען צום קאר אפנעמען נאך מצה מיט אוועקאדא אין געזעהן ווי טאטי וויינט, ער האט זיך זייער דעשראקען, ער האט מיר קיינמאל נישט געזעהן ווייינען,
כהאב עיהם געוויזען כוויין פונעם קאסטען וואס שפילט, מיין רבי חזן יוסעלע, אבער ער ווייסט נישט פון קיין יאסעלע, ער ווייסט פון בערי וועבער מיט שירה קאפעלע.

די איינציגסטע וואס קען באווייזען שטילע זאל לאזן א טרער איז רבי יוסעלע ראזענבלאט.
ר׳ יוסעלע איז מיין רבי, כגלייב אין עיהם אלץ מורה דרך, חוץ פון זיינע שטימע וואס האט געלעכערט שטיין, זיינע ווארימע ניגונים מיט זיינע קוצליכדיגע שטימע, כקען ממש נישט פארשטיין ווי א איד קען נישט צודרייט ווערן פאר מתיקות,
ווען כדארף זיך אויסרוען לייג איך עיהם אריין אין אויער אויפ א הויכע וואליום, ער טראגט מיר צו א אנדערע עולם, בכלל נישטא, כווער עפעס אזוי פארגאפט, סקען געדארן א צווטנציג מינוט ביז איך קום צירוק צו מיר.

עכ״פ אויפן וועג אהיים האב איך דערציילט אביסעל מיינע קינדער איבער ר׳ יוסעלע, כהאב זיך דערמאנט אפאר מעשיות בשעתן רעדן פון עיהם, סיי פון זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין סיי ווי באקאנט ער איז געווען בימים ההם אין די גארער וועלט.

איין מעשה כהאב אמאל געהערט, סאיז דעמאלטס פארגעקומען א מעמד ווי אלע חזנים זענען זיך צאם געקומען, יעדער גייט ווייזען וואס ער קען,
פארשטייט זיך אלע חזנים האבן זיך אנגעטוען ווייסע כפתנות, הויכע היטן, גרויסע וואנצעס, מיט א עטרה אויפן פלייצע וגו׳ יעדער האט געוואלט מאכן די בעסטע פארשטעלונג, אבער ר׳ יוסעלע איז געקומען געקליידערט שווארץ ווי א חסידישע איד.
ביים ווארטן אינדרויסען איז א אידישע מאדערנע חזן צו געגאנגען צו מיין רבי ר׳ יוסעלע אין עיהם געפרעגט מיט א ליצנות וואס זיכט דא א באורד׳ניו? אין עיהם אזוי געקלעט די באורד (אפטע עלערט) אין געמאכט ליצנות,
ר׳ יוסעלע האט גארנישט גענטפערט.
שפעטער ווען אלע חזנים האב געוויזן זייער קונצן פארשטייט זיך ר׳ יוסעלע איז אריין געקומען די שטערקסטע אין די עולם איז ארויס פון התפעלות, איז ר יוסעלע צו געגאנגען צו יענער איד אין עיהם געזאגט ״מיך מיין מיין בארד׳ניו האט דיל געלייגט אין די ערד׳ניו״
נאך מעשיות וועט נאכפאלגען.

די איינציגסטע וואס קען באווייזען שטילע זאל לאזן א טרער איז רבי יוסעלע ראזענבלאט.
ר׳ יוסעלע איז מיין רבי, כגלייב אין עיהם אלץ מורה דרך, חוץ פון זיינע שטימע וואס האט געלעכערט שטיין, זיינע ווארימע ניגונים מיט זיינע קוצליכדיגע שטימע, כקען ממש נישט פארשטיין ווי א איד קען נישט צודרייט ווערן פאר מתיקות,
ווען כדארף זיך אויסרוען לייג איך עיהם אריין אין אויער אויפ א הויכע וואליום, ער טראגט מיר צו א אנדערע עולם, בכלל נישטא, כווער עפעס אזוי פארגאפט, סקען געדארן א צווטנציג מינוט ביז איך קום צירוק צו מיר.
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קנאקעדיג »

viewtopic.php?f=42&t=3978
געזוכט יוסעלע אין סוירטש
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די סיפור איז געווען מיט הערשמאן, דאכציך.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

יוסעלע איז אמאל געווען ביים קדושת ציון אין געזינגען דארט זיין באקאנטע אלוקי נשמה, אין ער האט גענדיגט די ניגון מיט המחזיר נשמות לפגרים מתים, די קדושת ציון האט עיהם באפוילען צו זינגען נאך א ניגון ווייל ער זאל נישט ענדיגן מיט די ווארט ״מתים״, פון דעמאלטס האט ער מקצה געווען די ניגון אין אפגעשניטען פון רבון כל המעשים.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: החזן הרב יוסעלע ראזענבלאט

שליחה דורך קל וחומר »

שיק אריין ס'ניגון ביטע
קליגער אינגערמאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 11:30 pm
געפינט זיך: דערינען
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך קליגער אינגערמאן »

באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

הנני העני
כל כולו רגש.
ביי :15ה הערט מען ווי די טיפע געוויין וואס גיסט זיך ארויס פון זיין הארץ, מ'זאגט אז דאס איז די איינציגע פאלץ וואס מ'הערט ווי ער איז ארויס פון די כלים, און זיין שטימע האט זיך צושאקלט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C0E9CSxJmW0[/youtube]
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נעה... דאס איז די ריכטיגע הנני העני.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZaE8C0jsMZQ[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

יאססעלע איז געווען דער מלך החזנים אין אלע הינזיכטען. די קשיא איז פאר וואס עס זענען נאך עם נישט ערשינען פרישע ענדליכע חזנים. און צו וואלט היינט געווען מבינים וואלטן מיר קולטאווירט נאך אזעלכע ריזען צו נישט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
אביתר פריעדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך אביתר פריעדמאן »

תורה ומדע האט געשריבן:יאססעלע איז געווען דער מלך החזנים אין אלע הינזיכטען. די קשיא איז פאר וואס עס זענען נאך עם נישט ערשינען פרישע ענדליכע חזנים. און צו וואלט היינט געווען מבינים וואלטן מיר קולטאווירט נאך אזעלכע ריזען צו נישט.

איך וועל די פרעגן א ענליכע קשיא: היינט פראקלאמירט מען אז הרה''ח פינקי וועבער איז מלך הבדחנים, נו פינקי איז שוין אין די ליין פון בדחנות בערך בשנת תשנ''ג, נו פארוואס איז נאך נישט א איינער וואס איז ענליך צו אים?
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

איך וועל אביסל מרחיב זיין מיין שאלה.

דער ענין פון אידישע טאלאנט ווי למשל נגינה, ארט, חזנות, זילבערווארג, און בדחנות האט געהאט א געוואלדיגע ירידה זינט דער שואה. אז איהר וועט נעמען די בדחנים אדער מנגנים\קאמפאזיטארן וואס זענען נתגדל געווארען איידער דעם חורבן און זיי צו שטעלען צו די היינטיגע וועט אייך קןמען צום לאכען. היינט אז מען גייט אויף א חתונה שעמט זיך דער בדחן צו מאכען א וויץ, דער מצווה טאנץ האט א פנים ווי א לויה... עס פארגעסט זיך אז א בדחן איז מלשון בדיחה... קוים וואס ער קען זאגען א פאהר פראזיעס גראמען וואס אויב עס געלונגט אים ענדיגט זיך עס זיך מיטן זעלבער הברה...
די זעלביגע מיט נגינה די קאמפאזישנס פוון די 20יגער בי די 60גער יאהרען זענען להפליא פון ראזענבלאט, און קאסאוויצקי וכדו' ביז ר בנציון שנקר, ר אהרן מיללער ר יאססעלע מאנדלבוים, ר ח"ד בלום , ר יענקל תלמוד, וכו'. אזוי אויך די רבי'ס באבובער רב סקולענער רבי שלמה'לע קארליבאך, און ועל כולם דריי מאזיצער רביס וואס זענען געווען ענקים..

לעומת זה איז היינט זייער שוואך, די ניגונים זענען זייער פשוט, מוזיקאליש גרעדט, און זיי האבען נישט קיין אידישען טעם.
מען קען נישט זאגען ירידת הדורות אויף זאכען וואס האבען נישט צו טוען מיט עבודת השם. אדער אפשר קען מען יא..
מאנכע זאגען אז די רבנים און ראשי ישיבות און די לעוועל פון זייערע חידושי תורה און פסקי הלכה איז אויך א מצב פון "ותרד פלאים"

אפשר איז די סיבה פאר די ירידת הדורות אין תורה און אין טאלאנט די זעלבע. מיר האבען פארלוירען דעם אמת'דיגקייט און תורה ממילא איז פארלוירען געווארען דער די כח פון יצירה און קריעטיביטי.
:oops:
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

צום אויספיהר:
עס קען אויך זיין אז אויב דער עולם וואלט געווען מער אמת'דיג וואלט די טאלאנט ארויס געשפרונגען פון איה פאטענציאל
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

Re: החזן הרב יוסעלע ראזענבלאט

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

היינט איז די יארצייט פון הרב יוסעלע.

ר׳ יוסעלע איז געקומען קיין אמעריקא פון פולין מיט גאנצע שווארצע חסידישע לבוש, ווען אלע אנדערע חזנים האבן אריין געווארפן די בארד אין פיאות מיטן לבוש אונעם וואסער אויפן שיף קיין אמעריקא.

נאך ר׳ יוסעלע איז געווען אין אמעריקא האט עיהם opera געאפפערט א געפעפערטע פרייז ער זאל אנפירען opera.
אלץ חשש אז סוועט עיהם קאסטן אביסעל פון זיין אידישקייט האט ער אלץ פארלאסט אין ווייטער געדינט השי״ת אפי אין די צייט וואס ער איז געווען געדריקט אין חובות.
Opera האט אלץ געוואלט געבן מער אין מער געלט אבער פאר די צדיק איז די יראת שמים געווען וויכטיגער ווי דעים.

אידן האבן זיך געמיטשט מיטן פרנסה אין דא שטעלט מען צו איינער א גאלד מיינד, אבער ער האט זיך נישט געלאסט.
זיעוכי״א

בילד פונעם מצבה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תורה ומדע האט געשריבן:יאססעלע איז געווען דער מלך החזנים אין אלע הינזיכטען. די קשיא איז פאר וואס עס זענען נאך עם נישט ערשינען פרישע ענדליכע חזנים. און צו וואלט היינט געווען מבינים וואלטן מיר קולטאווירט נאך אזעלכע ריזען צו נישט.

תורה ומדע:דער טעם פארוואס די אינטערעסע אין חזנות איז אפגעשטארבן, לפענ"ד איז, ווייל דער דור וועלכער האט אדורכגעלעבט דעם האלאקאוסט האט נישט ארויסגעוויזן קיין באגער פאר אט דעם טייל פון מוזיק. צוליעב פארשטענדליכע סיבות.
נאר דער דור וועלכער איז געבוירן תיכף נאך די מלחמה (בעיבי באאמערס) האט שוין יא ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטרעסע אין חזנות.
איך בין געווען אמאל ביי א חזנות קאנצערט אין ב.פ. ווען כ'האבמיך אומגעקוקט האביך באמערקט אז כמעט די גאנצע עולם איז באשטאנען פון מעטשן אין מיין עידזש ברעקעט. נישט קיין אלטע אידן. אויך נישט קיין גאר יונגע.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס אננענמען אז דער גאנצער דור מוז אנהויבן ליב האבן חזנות און לויט דעם מעסטן, די לעוול התפתחות בקרב קהילתינו הקד' איז ווי צו זאגן מ'זאל מבער זיין און אויסראטן אלע סארטן מוזיק חוץ פון די אפערא הייזער. אפערא פענס היו אבותינו במצרים, וחוץ מהם כולם בורים ושוטים אינם יהודים. חזנות איז ווי אלע תאוות און פליז היידזשעק עס נישט אלץ א אידישער אייגענטוהם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאוס: ס'איז נישט אז מ'מעסט וועלכע גרופ זענען בורים ושוטים אדער אינטעליגענטע מענטשן. נאר ס'האט צו טון מיט די נשמה. למשל ס'דא מענטשן וועלכע ווערן אינספייערד פון ליפא און זיין מוזיק...(נא דזשאדזשמענט אימפלייעד.) כ'האב געזעהן עטליכע קליפס ווי א מידל-עידזשד מענטש, א בעל שמחה איז געווארן זייער שטארק אינספייערד פון ליפא. איך למשל ווער אינספייערד פון חזנות. אויך פון קאנטרי מיוזיק. ווייל ס'זענען זייער הארציגע ניגונים. אויך די ליריקס...!
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך מיר'ער בחור »

ווי קען מען זעהן די אידישע ווערטער פון די ניגון קלי קלי למה עזבתנו?
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

מי יקום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך מי יקום »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:היינט איז די יארצייט פון הרב יוסעלע.

ר׳ יוסעלע איז געקומען קיין אמעריקא פון פולין מיט גאנצע שווארצע חסידישע לבוש, ווען אלע אנדערע חזנים האבן אריין געווארפן די בארד אין פיאות מיטן לבוש אונעם וואסער אויפן שיף קיין אמעריקא.

נאך ר׳ יוסעלע איז געווען אין אמעריקא האט עיהם opera געאפפערט א געפעפערטע פרייז ער זאל אנפירען opera.
אלץ חשש אז סוועט עיהם קאסטן אביסעל פון זיין אידישקייט האט ער אלץ פארלאסט אין ווייטער געדינט השי״ת אפי אין די צייט וואס ער איז געווען געדריקט אין חובות.
Opera האט אלץ געוואלט געבן מער אין מער געלט אבער פאר די צדיק איז די יראת שמים געווען וויכטיגער ווי דעים.

אידן האבן זיך געמיטשט מיטן פרנסה אין דא שטעלט מען צו איינער א גאלד מיינד, אבער ער האט זיך נישט געלאסט.
זיעוכי״א

בילד פונעם מצבה


אינטערסאנט צו באמערקן די גרויסע חזן ישראל שור איז געקומען קיין אמעריקע אין 1924 און ער האט נישט געוואלט אננעמען קיין פאזיציע נאר אין א ארטאדאקסישע פרומע שול. פארשטייט זיך אין Opera האט ער אויך נישט געוואלט זינגען. ער איז קודם געוועהן א חזן אין הארלעם. ער האט געהאט פארשידנע שטעלעס אין אפאר ערטער און קיין גרויס פרנסה האט ער נישט געמאכט. אין 1935 האט זיין מצב אין פרנסה זיך שטארק פארערגערט, ער איז געוועהן אינגאנצן אן קיין שטעלע, קיין סאך פרומע ארטאדאקסישע שוהלן וואס האבן געהאלטן ביים באצאלן די פרייז האבן דאן נישט עקזעסטירט צופיל אין די ״טריפנע אמעריקא״. די ״גרויסע דיפרעסיע״ האט דאן געבוזשעוועט אין פולן קראפט. מענטשן האבן געהונגערט אין די מאסן. שור מיט זיין גרעסטע מסירת נפש האט זיך בלית ברירה אראפגעשטעלט אויף די גאסן פון מאנהעטן און פארגעזינגן שטיקלעך האלטענדיג א טעללער פאר מטבעות. נישט נאר זיין פאמילע האט ער ליידער נישט געקענט שפייזן דערמיט, נאר ער איז אוועק אויף די גאס רח״ל פון הונגער, (יש אומרים פון א הארץ אטאקע, פון זיך אנשטערענגן צו זינגען אן קיין עסען מיט אסאך לחץ).

שור איז געקומען פון א חסידישע שטוב פון אוקריינא. ער איז געוועהן א גרויסע חזן אינדערהיים, און געזינגען ביי אסאך גרויסע רבישע טישן. זיינע שטיקלעך זענען שטארק מפורסם עד היום הזה.

פאר מעהר:

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%95%D7%A8
Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason

Rabbi Abraham Joshua Heschel
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

היות דאס איז אין מוזיק, בינעך מציע אז אלע מעשיות איבער זיין לעהבן וכדו' זאל מען שרייבן אינעם "אנשי שם" אשכול,

קרעדיט "קנאקעדיג":
קנאקעדיג האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=3978
געזוכט יוסעלע אין סוירטש


דא זאל מען זיך בלויז באציען צו זיין נגינה


אז מ'גרייט זיך צו די הייליגע טעהג, איז הערן יאָסעלע'ן כּמעט א מוז
דא איז א רייכע זאַמלונג פון 176 אַלבומען און רעקארדס, די פון בעפאָר 1923 קען מען הערן דארט די גאנצע אומזיסט
https://rsa.fau.edu/josef-rosenblatt

דאָ קעמען אויך הערן גאנצע שטיקלעך בחינם: https://jewishmusic.fm/artist/%D7%99%D7 ... %9C%D7%98/

--------------------

יאסעלע האט אלס קינד געװאוינט אין סאַדיגער, װי - אויב מיין זכּרון נאַרט מיר נישט - זיין טאטע איז געװעהן פון די בעלי תפלה קבוע.

איז אינטרעסאנט װאס ס'שטייט אינעם העברעיאישן װיקי,
ניגוני סדיגורה: החזן יוסף רוזנבלט שהשתייך לחסידות סדיגורה הלחין אף הוא ניגונים. https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7 ... 7%A8%D7%94
חסר מקור וצ"ע

ישמחו במלכותך איז דאכצעך די איינציגסטע װאס כ'האב געהערט פון עהם װאס הערט זיך ממש װי א חסידישע ניגון
אױב איינער װייסט פון נאך, ביטע מיטטיילן. א דאנק
Just another nerd
פארשפארט