ליגנט! ליגנט! ליגנט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

העניך האט געשריבן: האבן די ראשונים אויך צוגעפיצט די פאקטן צוצופאסן צו זייערע געפילן? האבן די חכמי התלמוד אויך פארשטאנען אז פאקטן זענען בויגזאם?

אוודאי יא, משום דרכי שלום, כבודו של אדם גדול, כבודו של מת, אפילו אין די תורה שטייט גראבע זאכן מיט א שענער לשון.

ווער זאגט אז "אמת" מיינט פאקטען, אמת קען אויך מיינען "ריכטיג", אויב ס'איז ריכטיג צו זאגן ליגענט, איז עס אויך אמת. - לכאורה. וואס זאגסטו מר. פרעדוסער?
Under influence
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך גראף »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:

ווער זאגט אז "אמת" מיינט פאקטען, אמת קען אויך מיינען "ריכטיג", אויב ס'איז ריכטיג צו זאגן ליגענט, איז עס אויך אמת. - לכאורה. וואס זאגסטו מר. פרעדוסער?


ער איז מסתם געפאלען אויפ'ן קאפ און געווארען א ליברעל.[emoji57]
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ארויסצוברענגן אביסעלע שטערקער העניך'ס פונקט. מאכט זיך אמאל אז מ'האט א פראבלעם צו שרייבן דעם אמת, זאל מען בכלל נישט שרייבן. לענינינו, וואלט מען געקענט שרייבן אז זיי זענען "געווען ביים ים" וואס איז טאקע נישט די גאנצע אמת, אבער אויך נישט קיין ליגענט. שרייבן אז זיי זענען געגאנגען שפאצירן ווען באמת זענען זיי געגאנגען שווימן, ווייזט וואספארא לייכטזיניגקייט ס'הערשט אין אונזער סאסייעטי איבער זאגן ליגענט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פארפאלן העניך ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואס זענען די געוואלדעס? ס'גייט עפעס מאכען א נפקר מינה אויף למעשה פאר די פשוטע מענטש אויב זיי זענען געווען אין וואסער אדער נישט? דו מיינסט אז סאטמערע אידן גייען נישט צום ביטש זומער אין די קאנטרי, צו שווימען אדער צו זיך טובלען? מעגליך ס'איז גאר א בזיון פאר די משפחה אז זיי זענען געגאנגען אין וואסער אעפ"כ וואס מען האט נישט געמעגט און אעפ"כ וואס זיי זענען נישט גרייט געווען וואס צוטוהן אין אזא פאל? מ'רעדט נישט דא פון די אולטימעט ווארהייטן. און פון וואנעט נעמסטו מיט אזא זיכערקייט אז די שרייבער ווייסען דעם אמת? אפשר האבן זיי געהערט פון פאמיליע? אין פאקט, ווי אזוי ווייסן אונז אז זיי זענען טאקע געווען אין וואסער? איז דא ווידיאו דערפון?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אויב איין איד וועט זיך מונע זיין פון "שפאצירן נעבן" בארטן צוליב די נייע געשאפענע פאניק איבער ים מאנסטערס האט זיך די ליגענט געלוינט. אדרבה, כל המרבה לשקר הרי זה משובח.

אבער למען האמת, כמיין מ'האט שוין אמאל געשמועסט אז חסידים האבן א נאטערליכע איינגעבאקענע טענדעץ פאר דאבעלטינק און דאבעלספיעק. תוך כדי דיבור קען מען זאגן 1) עהרליכע אידן זענען אלעמאל געגיינגן שווימען אין א באסיין אדער ביים בארטן, 2) מיין משפחה גייט צום בארטן, 3) אן עהרליכע איד גייט נישט צום בארטן 4) ביי אונז גייט מען נישט צום ביעטש 5) ס'פעלט נישט אויס קינדער זאלן הערן א מעשה לסתור צו וואס מיר זענען זיי מחנך, ס'איז נישט געזונט

אלע זאצן דרייען זיך אין די זעלבע קאפ געשליפן אן זיך אנשטויסן איינע מיטן צווייטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך קל וחומר »

חס מלהזכיר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטערסאנטע טאפיק, און טאקע פאסיג יעצט ווייל איינע פון די נפטרים ר' חיים פרנס ז"ל איז געוועהן אויסגעשפראכן פאר'ן אמת. ער האט אייביג געזאגט וואס ער האט געטראכט און געהאלטען צו ס'האט יעדעם יא געפאלן אדער נישט. ער האט פיינט געהאט בלאף און פראפעגאנדע בתכלית השנאה. דאס איז אזא סטראפקוב'ע שינאווע שטריך וואס זיין טאטע ר' ישראל האט אויך פארמאגט.

ער האט אויך פיינט געהאט אז מ'פארדרייט היסטארי און מ'קומט אויף מיט פרישע פרומקייטן וואס אמאליגע גדולי ישראל האבן נישט געוויסט. אין די צייטונג איז דא א בילד פונעם ברך משה ביים חתונה פון ר' חיים'ס איידעם הנגיד ר' ישעי' אשר הורוויץ נ"י. ר' חיים האט מיך אמאל דערציילט אז ביי די חתונה האט דער ברך משה ז"ל באגעגענט זיינע פרויען קאזינס (כ'געדענק שוין נישט וועלכע) און ער האט זיך אפגעשטעלט שמועסן מיט זיי פאר עטליכע מינוט.

עכ"פ אז מ'רעדט דא פון אמת בשייכות מיט די טראגעדיע קען מען אננעמען אז ר' חיים וואלט זיך געעקעלט פון די ליגענט און פארדרייעניש פון די צייטונג.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

און די פאוסט האט א נגיעה צו זאגן אז ס'איז געווען א נוד ביטש. ווען איך לייען א נייעסל אין די גויאישע מידיא, אפילו פון די מערסט פרעסטיזשפולסטע אוטלעטן ווייס איך אייביג אדער איז די מעשה אסאך מער ווי זיי מאכען עס אדער אסאך ווייניגער. אדער האט נגיעה אפעקטירט אדער ביוראקראטישע רולס און רעגולעישאנס. און ס'איז דוקא די לעצטע וואס איז נישטא ביי אונז און איז צומאל טאקע א מעלה פאר'ן אמת.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאכט זיך אז קופערניקס האט אמאל דא אויסגעשמועסט די דיסקאנעקט וואס הערשט צווישן ווירקליכן לעבן און וויאזוי מ'פרעדענטירט אין שבע ברכות דרשות און אפיציעלע צייטונג באריכטן. מ'לייקענט צו זיך אליין איבער זיך אליין. קיין איין אויסגאבע שפיגעלט נישט אפ די אמת'ע טאג טעגליכן לעבן פון רוב מנין ורוב בנין ליינערס. יעדער ווערט באזינגן איבער זייער שייכות מיט תורה, עבודה, גמ"ח, אמונת צדיקים, עסקנות - צו ס'איז בכלל אמת, בלויז א קליינע פראצענט פון זייער לעבן, אדער מער. ווי "קאווע טרינקער" האט שוין אמאל ארויס געברענגט וויאזוי יעדע העגיאגראפישע ווערק אויף יעדע רבי'לע פאלגט נאך א טעמפלעט, אזוי אויך כמעט יעדע אינטערוואוי אדער פערזענליכע באשרייבונג פאוקוסט אויף א שמאלע ליסט פון מושגים. ס'איז אלעס געטריבן ביי די המאנתי כי אדבר מאנטרא.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

טאמבל סאס האט געשריבן: אדער האט נגיעה אפעקטירט אדער ביוראקראטישע רולס און רעגולעישאנס. און ס'איז דוקא די לעצטע וואס איז נישטא ביי אונז און איז צומאל טאקע א מעלה פאר'ן אמת.

הגם דאס ברעכן די רולס און רעגולאציעס האט דא גורם געווען צו דער אומגליק.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

лпم iοوԴ האט געשריבן:אינטערסאנטע טאפיק, און טאקע פאסיג יעצט ווייל איינע פון די נפטרים ר' חיים פרנס ז"ל איז געוועהן אויסגעשפראכן פאר'ן אמת. ער האט אייביג געזאגט וואס ער האט געטראכט און געהאלטען צו ס'האט יעדעם יא געפאלן אדער נישט. ער האט פיינט געהאט בלאף און פראפעגאנדע בתכלית השנאה. דאס איז אזא סטראפקוב'ע שינאווע שטריך וואס זיין טאטע ר' ישראל האט אויך פארמאגט.

ער האט אויך פיינט געהאט אז מ'פארדרייט היסטארי און מ'קומט אויף מיט פרישע פרומקייטן וואס אמאליגע גדולי ישראל האבן נישט געוויסט. אין די צייטונג איז דא א בילד פונעם ברך משה ביים חתונה פון ר' חיים'ס איידעם הנגיד ר' ישעי' אשר הורוויץ נ"י. ר' חיים האט מיך אמאל דערציילט אז ביי די חתונה האט דער ברך משה ז"ל באגעגענט זיינע פרויען קאזינס (כ'געדענק שוין נישט וועלכע) און ער האט זיך אפגעשטעלט שמועסן מיט זיי פאר עטליכע מינוט.

עכ"פ אז מ'רעדט דא פון אמת בשייכות מיט די טראגעדיע קען מען אננעמען אז ר' חיים וואלט זיך געעקעלט פון די ליגענט און פארדרייעניש פון די צייטונג.


אויב אזוי קען מען אננעמען אז ער האט זיך אויך פארעקלט פון די בילד וואס די בלאט האט געלייגט פון אים מכלומרשט רעדן אויף א כשרע סעלפאון, כדי צו מחזק זיין א פרישע פרומקייט וואס גדולי ישראל האבן אמאל נישט געוואוסט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

עס איז שוין אן אלטער וויכוח וואס איך פיהר אין מיר אליינס, (מיין רעכטע טייל מוח קעגן מיין לינקע טייל), אויב פארדרייען אמת'ע פאקטן איז אקעגן מאראל.

איז עס אומ-מאראליש צו מנחיל זיין שקרים קדושים פאר מיינע קינדער? איך ווייס באמת נישט, איך קווענקל זיך אליינס דערין, איין טאג האלט איך אז עס איז נישט געפערליך, און די אנדערע טאג האלט איך אז עס איז אפגעפרעגט.

על כל פנים, איך קען הערן א צד צו זאגן אז כל זמן עס אפעקטירט נישט דעם תמימ'ס לעבן, איז נישטא קיין שום עוולה איהם צו פארדרייען א קאפ.

דאס איז אונזער קאמיונטי, און דאס איז די וועג ווי אזוי מיר לעבן אונזער לעבן, יש מצוי ויש רצוי, ווען דער מציאות קלאפט נישט פונקט מיט וואס מיר ווילן די מציאות זאל זיין, ווערט נשתנו הטבעיים און עס ווערט באשאפן א נייע מציאות.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לדעתי, דאס וואס אלע גדולים ביכער היינט פאלגען א טעמפלע"ט איז ווייל דער לעבען היינט פאלגט א טעמפלע"ט. פונקט ווי יעדער גייט צוועלף יאר אין חדר און יעדער הייבט אן גמרא ביי די ניין יאר און יעדער הייבט אן תוספות ביי די עלעף יאר וכו' וכו'. יעדער גייט די זעלבע קליידער, געקויפט אין די זעלבע סטאר, יעדער מוז לערנען אויף איין שטייגער און קיין פלאץ פאר אייגענקייט לאזט מען נישט. דעריבער ווען מ'באשרייבט א גדול, טוט מען עס מיט זי זעלבע איינגעזוימטע בליק.

איך קען נישט ציטירען פון מיין פאון, אבער ס'ליגט מיר אין קאפ א לשון פון די שערי תשובה וועגען כת השקרנים וועגען די שלעכט'ס פון שקר אין דערציילען מעשה'ס, אפילו ווען ס'איז נישט נוגע למעשה. גאר שארפע רייד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

זבולון האט געשריבן:עס איז שוין אן אלטער וויכוח וואס איך פיהר אין מיר אליינס, (מיין רעכטע טייל מוח קעגן מיין לינקע טייל), אויב פארדרייען אמת'ע פאקטן איז אקעגן מאראל.

איז עס אומ-מאראליש צו מנחיל זיין שקרים קדושים פאר מיינע קינדער? איך ווייס באמת נישט, איך קווענקל זיך אליינס דערין, איין טאג האלט איך אז עס איז נישט געפערליך, און די אנדערע טאג האלט איך אז עס איז אפגעפרעגט.

על כל פנים, איך קען הערן א צד צו זאגן אז כל זמן עס אפעקטירט נישט דעם תמימ'ס לעבן, איז נישטא קיין שום עוולה איהם צו פארדרייען א קאפ.

דאס איז אונזער קאמיונטי, און דאס איז די וועג ווי אזוי מיר לעבן אונזער לעבן, יש מצוי ויש רצוי, ווען דער מציאות קלאפט נישט פונקט מיט וואס מיר ווילן די מציאות זאל זיין, ווערט נשתנו הטבעיים און עס ווערט באשאפן א נייע מציאות.


איך בין נישט זיכער ווי ריכטיג דיינע ווערטער זענען. דער תמים קען דאך קלוג ווערן. דו ביסט אויך אמאל געווען א תמים. קיינער לייקנט נישט אז מנחיל זיין שקרים איז אוממאראליש. עספעשעלי ווען ס'איז לייכט צו איבערצייגען אז דער מענטאליטי איז נאכדעם אויך משפיע אויף למעשה. וואס הייסט עס אפעקטירט נישט דעם תמים'ס לעבן? ער לייענט די ניוז פעיפער און דארט שטייט אז די כולל חצות האט באוויזען א נס. ער גייט שוין יעצט אויסגעבן זיין אפגעשפארט געלט. אפעקטירט עס אדער נישט? פידן שקרים באשאפט א מענטאליטי. און יא! אנדערע וואס לייענען דיין תגובה אויבערפלעכליך קריגן אויך דער סארט מענטאליטי. האסט אינערליכע קאנפליקטן? פיין, האלט עס ביי דיר והשם ירפאותך זאלסט קענען פעיסן אפ און זאגן דעם אמת.

במחילת כבודך, כהייב נישט אן פארשטיין די לעצטע שורה. "דער מציאות קלאפט נישט פונקט מיט וואס מיר ווילן די מציאות זאל זיין"

ווער אלץ וויל נישט דער מציאות זאל אזוי זיין? אזוי ווי דער מציאות איז עכט געווען? אפאר רעבעלעך און צייטונג שרייבער? פון גלייבן אנדערש ווערט נישט א נייער מציאות. מ'רעדט נישט דא פון נאטורליכע מציאות וואס מ'קען טוישן אדער זיך עדאפטן צו.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

איך שרייב נישט אז קיין איין שקר אפעקטירט נישט דעם אנדערנ'ס לעבן. איך פרעג פאר מיר אליינס, אויב ביי אזעלכע שקרים וואס אפעקטירן נישט יענעמ'ס לעבן, צו איך מעג איהם עס מנחיל זיין.

קען זיין אז דער תמים דערלייגט זיין געלט ביי כולל חצות, דער "אויפגעקלערטער תמים" געבט אויס צעהן מאל אזוי פיל פאר מערידזש קאונסלערס און טערעפיסטן. נישט אז איך בין מקנא דעם תמים, אבער מאן יימר אז קוקנדיג אויף די גרויסע פיקטשער גייט דער אמת ארויס א געווינער.

אין קורצן, איך האב נאכנישט קיין אמת'ע הוכחה אז וויסן דעם אמת, (אין וועלכער נושא עס זאל נאר זיין) מאכט גליקליכער דעם מענטש.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

זבולון, די פראבלעם מיט דיין שטעלונג איז אז דאס אליין וואס דו שרייבסט אז דו זעהסט נישט אמת זאל ברענגען גוטס אין לעבן - וואלט 'ך געזאגט אז דו זאגסט דא ליגנט. דו ביסט דאך נישט צוגעבינדן צום אמת.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

דבילה האט געשריבן:זבולון, די פראבלעם מיט דיין שטעלונג איז אז דאס אליין וואס דו שרייבסט אז דו זעהסט נישט אמת זאל ברענגען גוטס אין לעבן - וואלט 'ך געזאגט אז דו זאגסט דא ליגנט. דו ביסט דאך נישט צוגעבינדן צום אמת.

קודם כל, איך זאג גארנישט פאר זיכער, איך רעד נאר אויס וואס איך אליין בין מסופק.
אבער, דאס איז זיכער אז ווען דו זאגסט אז איך זאג ליגנט, באשולדיגסטו מיר אין גארנישט אומ-מאראליש לשיטה זו.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

100 % גערעכט העניך, א רעבעלע מאכט א מלוה מלכה מיט צוויי איידימער און א שכן, און די צייטונגען שרייבן הונדערטע בטייליגטע.
וואס ארט מיר די מערסטע איז, אז דער שרייבער וויל דיר נישט פארקויפן לאקשן, ער ווייסט אז דו ווייסט אז זיי זענען געגאנגען שווימען, און אז דער רבי האט נישט געהאט קיין מזומן ביים מלוה מלכה, אבער ער ווייסט אויך אז די ווייסט אז ער ״מוז״ אזוי שרייבן, און די פארשטייסט בעצם וואס ער מיינט
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

זבולון האט געשריבן:איך שרייב נישט אז קיין איין שקר אפעקטירט נישט דעם אנדערנ'ס לעבן. איך פרעג פאר מיר אליינס, אויב ביי אזעלכע שקרים וואס אפעקטירן נישט יענעמ'ס לעבן, צו איך מעג איהם עס מנחיל זיין.

קען זיין אז דער תמים דערלייגט זיין געלט ביי כולל חצות, דער "אויפגעקלערטער תמים" געבט אויס צעהן מאל אזוי פיל פאר מערידזש קאונסלערס און טערעפיסטן. נישט אז איך בין מקנא דעם תמים, אבער מאן יימר אז קוקנדיג אויף די גרויסע פיקטשער גייט דער אמת ארויס א געווינער.

אין קורצן, איך האב נאכנישט קיין אמת'ע הוכחה אז וויסן דעם אמת, (אין וועלכער נושא עס זאל נאר זיין) מאכט גליקליכער דעם מענטש.


אמת איז נישט קיין וואליו ווייל ס'מאכט גליקליך. עס איז א וואליו פאר זיך. א אמת וואס ברענג אושר איז אן ארביטרערי אמת. וואס מאכט דיך גליקליך מאכט יענעם אומגליקליך. אויב דאס איז אמת, וואס איז שקר דען? אוודאי מאכט מען נישט אזעלכע חשבונות וואס דו מאכסט ווען ס'האנדעלט זיך איבער יענעמ'ס לעבן. וואסערע גערידאכטס איז דאס מנחיל זיין יענעם שקרים אזוי לאנג ווי ס'אפעקטירט נישט זיין לעבן. ווער ביסטו מחליט צו זיין פאר יענעם און וואספארא אינטערעס האסטו יענעם מנחיל צו זיין די דאזיגע רעזאלטלאזע שקרים?

איך ברענג דיר א דוגמא פון דער נושא אליינס. עמיצער וואס לייענט א פאלשע באריכט אין א צייטונג קומסטו מיר מיט א דזשענערל קאמפאריסאן צו א קלוגער וואס כאפט זיך אז זיין מערידזש איז נישט בסדר אדער וואס מיטשעט זיך מיט דעפרעסיע ציוואס. וואסארא שייכות האט עס? ווי אזוי האט דער אמת וואס ער האט געלייענט אין די צייטונג אים געמאכט גיין זוכען טעראפיע און מערידזש קאונסלערס? געב מיך א משל. און אויב יא, איז עס א אמת אדער נישט? אויב יא איז פשט אז עמיצער פארדעם האט אים געפיטערט א ליגענט טראכטענדיג אז ס'וועט אים מאכן גליקליך... און מענטשן מחמת זייער אינהערענט נאטור זיך צו דערגרינטעווען צום אמת כמו שהיא, זוכט ער יעצט צו undo'ען די שקר.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
מתושלח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 8:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך מתושלח »

מאן דאמר האט געשריבן:100 % גערעכט העניך, א רעבעלע מאכט א מלוה מלכה מיט צוויי איידימער און א שכן, און די צייטונגען שרייבן הונדערטע בטייליגטע.
וואס ארט מיר די מערסטע איז, אז דער שרייבער וויל דיר נישט פארקויפן לאקשן, ער ווייסט אז דו ווייסט אז זיי זענען געגאנגען שווימען, און אז דער רבי האט נישט געהאט קיין מזומן ביים מלוה מלכה, אבער ער ווייסט אויך אז די ווייסט אז ער ״מוז״ אזוי שרייבן, און די פארשטייסט בעצם וואס ער מיינט


אינו דומה נידון לראי'. דער מלוה מלכה פאר'ן אפגעריסיענער רעבעלע איז ניטאמאל א שטיקל נייעס עס אינטערסירט אפשר פאר א חצי מזומן בני אדם די רעבעלע און די רעבעצין וואס האט אנגעגרייט די מלוה מלכה און די עלעף יעריג בנו בכורו וואס האט אריינגעלייגט די ארטיקעל ווייל די טאטע שעמט זיך אליינס צי רופען די צייטונג. אפס! נאך איינער די ציקריגטע ברידער וואס ניצט די זעלבע פירמע נאמען אויפ'ן נעקסטע גאס. דאס איז נישט מער ווי א ביליגע באצאלטע עדווערטייזמענט. משא"כ די נייעס דע וואך איז א וועלטס נייעס און א יעדער ווייסט די פאקטן און די באטראפענע יודען ע"ה האבן גארנישט געטון ראנג ביי גיין שווימען. די ארטיקל איז נישט מער און ווייניגער א גראב שטיקל ליגענט אן קיין שום בושות און עס לייגט די צייטונג אונם זעלבען ראנג ווי די פאליטיזירטע איד און בלאט.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך דעת תורה »

דוקא דער בלאט האט עס בכלל נישט פארווישט נאר געשריבן דעם אמת כמות שהוא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איז ער דער טיפש, אדער האלט ער נאר די אייוועלט ליינער פאר אזעלכע?

אינדערצייט וואס דער ארטיקל שמועסט קלאר אויס אז די געפונס באשטעטיגט וואס די געלערנטע וועלט האלט, שרייבט דער חכם, באותו זמן באותו מקום ובאותו אישו: "צו די גרויסע איבעראשונג פון די וואס גלייבן נישט"...

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:צו די גרויסע איבערראשונג פון די וואס גלייבן נישט, איז די טעקסט אויפ'ן האר די זעלבע ווי אונזער מסורה.
מען האט ביז היינט נישט געקענט עפענען דעם ספר, כאטש מ'האט עס געטראפן אין 1970 אין אן ארון קודש אין די חורבות פון אן אור אלטע שוהל אין עין גדי, ווייל עס איז פארברענט געווארן אין אור אלטע צייטן, און עס האט זיך געברעקלט ווען מ'האט עס אנגערירט.
צום ערשטן מאל אין היסטאריע, א דאנק נייע טעכנאלאגיע, האט מען עס געקענט סקענען מיט עקס רעי און לייענען די שטראלן מיט דריי דיימענשאנעל טעכנאלאגיע כאילו די מגילה איז אפן!
[image]http://cdn.timesofisrael.com/uploads/2016/09/Untitledafsafasf-e1474501164582-635x357.jpg[/image]
עין גדי ספר תורה.jpg


איך בין איבערראשט אז קיינער דא האט נאכנישט באריכטעט די נייעס. דראדזש רעפארט האט עס שוין א גאנצע טאג אויף זיין בלאט. פאלגענד איז א באריכט פון די עי.פי.
ווער עס וויל דאס איבערזעצן אויף אידיש, תבא עליו ברכה.
(איך וועל באלדן די שטיקלעך וואס איך קלער וועט אייך געפעלן.)
[left]SCANNING SOFTWARE DECIPHERS ANCIENT BIBLICAL SCROLL
BY DANIEL ESTRIN
ASSOCIATED PRESS


JERUSALEM (AP) -- The charred lump of a 2,000-year-old scroll sat in an Israeli archaeologist's storeroom for decades, too brittle to open. Now, new imaging technology has revealed what was written inside: the earliest evidence of a biblical text in its standardized form.

The passages from the Book of Leviticus, scholars say, offer the first physical evidence of what has long been believed: that the version of the Hebrew Bible used today goes back 2,000 years.

The discovery, announced in a Science Advances journal article by researchers in Kentucky and Jerusalem on Wednesday, was made using "virtual unwrapping," a 3D digital analysis of an X-ray scan. Researchers say it is the first time they have been able to read the text of an ancient scroll without having to physically open it.

"You can't imagine the joy in the lab," said Pnina Shor of the Israel Antiquities Authority, who participated in the study.

The digital technology, funded by Google and the U.S. National Science Foundation, is slated to be released to the public as open source software by the end of next year.

Researchers hope to use the technology to peek inside other ancient documents too fragile to unwrap, like some of the Dead Sea Scrolls and papyrus scrolls carbonized in the Mt. Vesuvius volcano eruption in 79 CE. Researchers believe the technology could also be applied to the fields of forensics, intelligence, and antiquities conservation.

The biblical scroll examined in the study was first discovered by archaeologists in 1970 at Ein Gedi, the site of an ancient Jewish community near the Dead Sea. Inside the ancient synagogue's ark, archaeologists found lumps of scroll fragments.

The synagogue was destroyed in an ancient fire, charring the scrolls. The dry climate of the area kept them preserved, but when archaeologists touched them, the scrolls would begin to disintegrate. So the charred logs were shelved for nearly half a century, with no one knowing what was written inside.

Last year, Yosef Porath, the archaeologist who excavated at Ein Gedi in 1970, walked into the Israel Antiquities Authority's Dead Sea Scrolls preservation lab in Jerusalem with boxes of the charcoal chunks. The lab has been creating hi-resolution images of the Dead Sea Scrolls, the earliest copies of biblical texts ever discovered, and he asked researchers to scan the burned scrolls.


"I looked at him and said, 'you must be joking,'" said Shor, who heads the lab.

She agreed, and a number of burned scrolls were scanned using X-ray-based micro-computed tomography, a 3D version of the CT scans hospitals use to create images of internal body parts. The images were then sent to William Brent Seales, a researcher in the computer science department of the University of Kentucky. Only one of the scrolls could be deciphered.

Using the "virtual unwrapping" technology, he and his team painstakingly captured the three-dimensional shape of the scroll's layers, using a digital triangulated surface mesh to make a virtual rendering of the parts they suspected contained text. They then searched for pixels that could signify ink made with a dense material like iron or lead. The researchers then used computer modeling to virtually flatten the scroll, to be able to read a few columns of text inside.

"Not only were you seeing writing, but it was readable," said Seales. "At that point we were absolutely jubilant."

The researchers say it is the first time a biblical scroll has been discovered in an ancient synagogue's holy ark, where it would have been stored for prayers, and not in desert caves like the Dead Sea Scrolls.


The discovery holds great significance for scholars' understanding of the development of the Hebrew Bible, researchers say.

In ancient times, many versions of the Hebrew Bible circulated. The Dead Sea Scrolls, dating to as early as the 3rd century B.C., featured versions of the text that are radically different than today's Hebrew Bible.

Scholars have believed the Hebrew Bible in its standard form first came about some 2,000 years ago, but never had physical proof, until now, according to the study. Previously the oldest known fragments of the modern biblical text dated back to the 8th century.

The text discovered in the charred Ein Gedi scroll is "100 percent identical" to the version of the Book of Leviticus that has been in use for centuries, said Dead Sea Scroll scholar Emmanuel Tov from the Hebrew University of Jerusalem, who participated in the study.

"This is quite amazing for us," he said. "In 2,000 years, this text has not changed."


Noam Mizrahi, a Dead Sea Scrolls expert at Tel Aviv University who did not participate in the study, called it a "very, very nice find." He said the imaging technology holds great potential for more readings of unopened Dead Sea Scrolls.

"It's not only what was found, but the promise of what else it can uncover, which is what will turn this into an exciting discovery," Mizrahi said.[/left]


צוויי תגובות:
1. די פאראגראף Scholars have believed איז כפירה.
מיר זאגן יעדן טאג אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם. מיר האבן עס אזוי באקומען אויפ'ן בארג סיני, נישט צוויי טויזנט יאר צוריק.

2. מיר אידן מאמינים בני מאמינים ברויכן נישט קיין "פיזישע באווייז",
ווידעראום די וואס ווילן נישט גלייבן, וועלן נישט גלייבן אפילו דו וועסט איבערצייגן שווארץ אויף ווייס,
נאר אפשר וועט די אנטפלעקונג פארשטערקערן די אמונה ביי די קטני אֲמָנָה, זיי אויפווייזן זייער גרייז.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט