זיין בלוט איז הפקר.
ביים גרויסען יום הדין, זענען די צייטונג שרייבער, לאקאלע און אפילו אונטערנאציאנאלע, געווען אנוועזענד, און ערענסטערהייט גענומען נאטען פאר זייער מארגענדיגן נוממער. פאר זיי, די אלגעמיינע שרייבער, איז דער היינטיגען טאג גארנישט מער אדער ווייניגער פון נעכטען און מארגן. יענעמ'ס אומ-גליקליכען שיקזאל בארירט זיי נישט. זיי זענען נישט מער ווי ארבייטער, וואס שרייבן נייעס, און גייען ווייטער וואו די ווינט פירט זיי. פאר איין אידיאלאגישע שרייבער, אן אומ-רעליגעזע איד, האט דער פרשה בארירט און געשלאגן טיפע ווארצלען ביי אים אין הארץ. זיינע געפילן האט ער ארויסגעגעבן מיט א גאלדענע פעדער. זיינע אויפוואכענדיגע פראזן און אינהאלטס'פולע פאראגראפן זענען שטייטלעך געווארן באקאנט פאר זיינע ליינער. טאג נאך טאג האבן די דברים היוצאים מן הלב בארירט הונדערטע טויזענטע אידן אין אלע עקן אויף דער וועלט, צווישען זיי אפילו מיט גאר שוואכע אידיש-פראקטעצירנדיגע ווירדן. זיין באקאנטמאכונג אויסרויף איז קריסטאל קלאר: נישטא קיין עתיד פאר אידן אונטער א נישט-אידישע רעגירונג. ס'האט נישט געטויגט ביז יעצט, און ס'וועט נישט בעסער ווערן. פאר וועמען א פריי פון אנטי-סעמעטיזם לעבן איז וויכטיג, זאל זיך אויפהייבן און גרינדען אן אייגען לאנד וואו נאר מעגליך.
"אז מען וויל: אפשר אין 50 יאר פון היינט, וועלן אידן האבן א זעלבסט-שטענדיגע לאנד" – שרייבט דער וויענער צייטונג שרייבער, בנימין וואלף הערצעל – א נבואה וואס איז פארווירקטלעך געווארן גענוי 50 יאר שפעטער, א דאנק די שאק און דערציטערניש וואס ער האט קענען געלערנט ביים מיטהאלטן דעם טרייעל פון אלפרד דרייפוס אין פאריז, בערך הונדערט און דרייסיג יאר צוריק.
דרייפוס האט געליטן, אבער פון זיין בלוט איז געווארן א ארץ זבת חלב ודבש.
האט הערצל בשעתו איבערגעטריבן? איז מעגליך צו פאר-אויס זעהן שווארצע וואלקענעס פון איין איינצעלען אינצידענט? אוודאי נישט. אפילו אין יענעם תקופה ממש, ווען דרייפוס איז באשולדיגט געווארן אלץ שפיאן קעגען פראנקרייך, זענען אידן געזיצען רעלאטיוו בשלום ובשלוה אין גאנץ איירופא. אינצידענטן זענען גראדע יא באריכטעט געווארן דא און דארט, אבער צו זאגן אז ס'האט דעמאלטס געשוועבט א סכנה אויף אלע אידן, איז ווי איינער זאל היינט זאגן אז די ערד ברענט אונטער די אידן אין אמעריקא!
– איין רגע... אפשר טאקע?
בימים ההם בזמן הזה. – אין חבוש מתיר עצמו, ווייל ער מאכט זיך באקוועם און ער זעהט נישט ווי פארקנעכט ער איז. אז מ'זאל אויסלייגן אלע פאגראמען וואס אידן זענען אריבער במשך די לעצטע 50 יאר פונעם לעצטן יאר-הונדערט, וועלן אונז זיך ברעכן קאפ וואו אונזערע זיידעס קעפ איז געווען איידער ס'געווארן אש און זייף. וואס מ'כאפט זיך נישט איז, אז אינו דומה ווען מ'קוקט צוריק און מconnect the dots צו איינער וואס לעבט אין יענע תקופה.
די עלות השחר און צאת הכוכבים קומט און גייט, שבת יעדע זיבעטען ווי א שווייצע זייגער, ס'פארט – ווי יענער זאגט –א באן. זאל איינער היינט קומען און פרעזענטירן אין א כראנאלאגישען סדר די צאללאזע שמוציגע און האס'יגע צייטונג העדליינס קעגען אידן, אין די לעצטע צוואנציג יאר, וואלט מען זיך דערציטערט עד כדי חלשות. - די עבירות, אמת'ע און פאלטש'ע, וואס ערשיינט כמעט יעדען צווייטען טאג אין העד-ליינס אקעגען אידן, צו מיינט איר אז דאס שלאגט נישט ווארצלען?
איר כאפט אפשר נישט, אבער אונזער גאנצע קיום איז געבויט אויף "פראטעקציע" פון "לעיזאנ'ס" אין יעדע סארט פון מענטשען-באדערפעניש און אין יעדע אפטיילונג פון די רעגירונג אדער אפילו שפיטעלער. אונז זענען אויפן וואסער אויב גייט מען על פי דין. וואס ווייסטו ווי לאנג די שטאטישע באאמטע וועלן דאס צולאזן? איר זענט פארזיכערט אז דער קומענדיגען מעיאר וועט נישט אפשפארן הצלה, שומרים, מתעסקים, ביקור חולים, רופא חולים, וכו', - מיט איין חתימה פון המן'ס אן אייניקעל זענען איז אויף צרות!
נע, סתם שלעכטע חלומות. מאכט זיך אמאל אמאל, אבער יעדען טאג? חלילה.
ר' איד, צו ווייסט איר שלום מרדכי זיצט יעדען טאג? איר ווייסט פארוואס ער זיצט? דא קענט איר ליינען אן אלטע צייטונג אויסשניט...
בלויז אנטי-סעמעטיזם, פארביסנקייט, שטייט אינטער דעם וועלט-באקאנטע פאלטשע באשולדיגונג. נישט נאר ביי זיינע ברידער, די אידן, איז אזוי אנגענומען, נאר אפילו רעכט-דענקענדע נישט-אידן, צווישען זיי סענעטארן, ריכטער און אדוואקאטן, זענען ביי דעם מיינונג. עס איז שווארץ אויף ווייס אז דאס איז א בלבול געטריבן פון פיינטשאפט און איז אומריכטיג! יארן האט זיך זיין משפט געצויגן. גרויסע לאנדסלייט שרייבן ארטיקלען אין די גרעסטע צייטונגען און דריקען אויס זייער וואונדער איבער דעם איינזייטיגען בלינדע האס און שווארצע אויג, פון דעם פעדעראלע פראקוראר און איר גרופע. מיט יעדע באשטימטע דאטום זיך צו שטעלן פארן שופט, קוקט ער ארויס צום אמת, ער ווארט זי זאל קומען. אידן זאגן תהילים, די וועלט איז אין שפאנונג. גוטע מענטשען באשטייערן פאר די קאסטען, איינפלוס רייכע באנקירן שיקן בריוו. אבער די ישועה איז נאכאלץ נישט דא. אפשר די קומענדיגע מאל? אויך נישט. מען פראבירט ביי די העכסטע פענסטער, דא אונטן אויף די וועלט און דארט אויבן אין הימל – גארנישט.
זיין בלוט איז הפקר.
ס'איז הפקר ווייל אונז טוהן נישט למעשה. מ'לאזט זיין בלוט זיך גיסען בשעת מ'אינוועסטירט אין אמעריקאנע ריעל-עסטעיט ווי ס'וואלט געווען אן הבטחה פון בורא עולם אז דאס איז פארזיכערטע ריווח.
רובאשקין, זיץ! ואתה סימן לבניך אז מיר זענען נישט וועלקאם דא.
וואו איז הערצל ווען מ'דארף אים?[/justify]