חסיד פון ליטא האט געשריבן:מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.
א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.
בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.
איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.
Please let me know in the comments below...
[justify]אויב ווילסטו הערן מיינונגען, איז עס ביי מיר קלאר אז יעצט ארבעטן אויף נאך א פראיעקט, וועט זיין ריזיקאליש סיי פאר דיין אויסגאבע, און סיי וועסט שטעלן אין א פראבלעם אויך דער וועקער וואס האט שוין באוויזן דעם ברנה יקצורו.
קאנצענטריר דיר איין מינוט, קאווע איז נישט קיין פלאטפארמע וואס וועט קענען ארויסגעבן צוויי באזונדערע מאגאזינען, אפשר חומר וועט זיין גענוג (אויך א גרויסע אפשר) יעצט שטייט מען אין א צייט ווי דער עולם איז אפטעמיסטיש און גרייט, און מיט די ריכטיגע אריינטאנץ האט מען באוויזן צו אנהויבן ערשיינען מיטן וועקער.
עס גייען קומען צייטן שנעלער אדער שפעטער וואס דער גאסט קען ווערן א לאסט, מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס עס גייט מארגן פאסירן, שש און פיקאסא קענען אנהויבן מאנגלען אין ערנערגיע, רבנים קענען נאך אסר'ן דעם אויסגאבע, עס קען פאסירן אז עס זאל אויספעלן הילף און עס וועט נישט קומען (והעת לאהוב יוכיח) דער עולם קען נאך ווערן זייער באקוועם אז יענער וועט שוין טון אלעס, די ארויסגעבער קענען ווערן באורד, וכדו' וכדו' וכדו', איך שיס אריין בייזוויליגע נאדלעך אין א באבל וואס קוקט אויס ריזיג און מאכטפול אבער רעאליסטיש איז אלעמאל געזונט צו זיין.
זאל זיין איין אויסגאבע, וועט עס זיין סטאביל, קאווע וועט ערשיינען מיטן וועקער. אלע וואולענטירן וועלן טון די פליכטן, צו מיט נערוון צו אן נערוון, צו אפילו פאר א קליין ביסל באצאלט אויב שש וועט באשליסן צו אנהויבן מיט עדס און געלט פלענער.
וועסטו אנהויבן ארויסקומען מיט נאך א בלעטל, וועסטו צישפליטערן דעם נאציאן, וועסט צעמישן דעם שטן, עס וועט קיינער נישט פארשטיין וואס עס גייט פאר דא מיט א געשעעניש פון אויסגאבעס, "וועקער", מיט "פה-סח", מיט "דעת הקהל", זאכן וועלן נישט געליינט ווערן, די ארבעט וועט נישט ווערן ריכטיג געשעצט, און עס וועט אנמאכן א פארדרייאונג. איך ווייס נישט בכלל צו עס איז דא א פארלאנג פאר סתם נאך א בלעטל מיט פאקטן, חידות, וויצן, און טידביצלעך, ווען דאס פארקויפט דאך דער דבר יום ביומו, און זיינע קאנקורענטן בשמות הנרדפים, לינק און בולעטינען מיט זייערע קאנקורענטן, און אזוי ווייטער, פאר ארטיקלען און דזשורנאל ווערק, איז דער וועקער דא, זי איז שוין א מערכת, און זיי דזשאלעווען נישט קיין טינט קלארצומאכן אז זיי זענען דא פארן ציבור, האלטנדיג אין איין פרעגן פאר קאמענטארן.
דער בעסטער אקט וואס קען פאסירן דא, וועט זיין א "צוזאמענארבעט", לאזן איין ברענד, און זיך לערנען אינאיינעם, דער וועקער איז פונקט גוט פאר די פיר שבתים אין מאנאט. רוב מענטשן האבן אדאפטירט טעכנאלאגיע אין אויסטויש פארן פאפיר.
מען ברויך ארבעטן ווי א פאמיליע, זיך העלפן, אנווייזן, גרייט זיין צו הערן, און אזוי קען מען מצליח זיין.
אפשר קען מען אריינלייגן עטליכע פון די קאלומס וואס דו האלטסט אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, אין דערמיט מאכן דער וועקער רייכער.
דאס איז מיין שטעלונג, כ'וועל נישט זיין ברוגז אויב נעמסט דאס נישט אן, און איך וועל ווייטער העלפן מיט וואס איך קען, אפילו אויב וועסט זיך נישט צוהערן צו מיר, איך זאג נאר וואס איך האלט נאכן דורכקלערן די ענין מיט ישוב הדעת.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.