א אידיש הארץ וואס האט היינט געהערט די ביטערע בשורה פון די צוויי אומגעקומענע אידן איז געווארן צעשאקעלט פון דער אומגליק. אפגעזעהן צו וועלכער קרייז ער געהערט און אפגעזעהן סיי וועלעכע פאליטישע חשבונות. מ׳רעדט פון טאטעס/זיידעס פון קינדער און אייניקלעך, א מאן פון א ווייב, א ראש משפחה אין די שענסטע יארן צו פירן א שטוב, וואס זענען אוועקגעריסן געווארן פריער פון נארמאל. סאיז נאך דא מענטשן וואס קוקן ארויס צו זיי און רעכענען אויף זיי, און פלוצים זענען זיי פארשווינדן אויף א טראגישע וועג.
סאיז דא אבער פארפוילטע עפל וואס אויף עפעס א וועג גרייכן זיי אייביג אנצוזייען טומל און צעמישעניש מיט בזיונות פאר די באטרעפענדע, מאכן מסקנות לויט וויאזוי ס׳דינט זייער ציל און גוסטע, און זויגן אויס פון פינגער מסקנות וואס זיי דעליווערן גאר ווייט, פארשפרייטן די שקרים אנע גבולים, און אין די היינטיגע געשעניש האט עס דערגרייכט די מידיע נעצן וואס האבן עס פארמעקט נאכן דערגיין די שקר.
כאטש צייגן פינגערס און באשולדיגן שולדיגע איז אין אלגעמיין נישט קיין קיין ווירקזאמער פראדאקטיווער מיטל איז עס אבער אמאל יא קריטיש. קיינער האט נישט ליעב ווען מ׳באהאלט פאסירונגען און מ׳פארקויפט בעבליך פארן עולם (וואס באמת ברענגט עס דערנאך צו אומזיסטע קאנספיראציע טעאריעס ביים עולם) אבער אין די זעלבע צייט דארף מען אויפנעמען די אקוראשט געהערטע אומבאשטעטיגטער אויפדעקונג מיט אחריות׳דיגע מעטאדן. אז עימיצער זעהט א תועלת און וויל אזוי שטארק יא אנטפלעקן דעם פארהוילענער אמת פאר די וועלט, און אין אונזער פאל שנעל שרייבן א תגובה אין שטיבל, אדער וויל ער זיין דער ערשטער צו ברעכן די נייעס פאר זיין גרופע חבירים דארף ער קודם זיכער מאכן אז די נייעס אדער די מקור פון די נייעס איז אויסגעהאלטן און אמת. א איש האמת וואס קען ממש נישט דערליידן ווען פארקויפט לאקשען פאר די וועלט דארף אויך טראכטן צו זיינע לאקשן האט דעם פריש געבאקן נאך פסח סטיקער.
אז מ׳נוצט דעם טראכטער וואס דאס רוב פון אונזער מין איז באשאנקען געווארן, אפילו אויב מ׳נוצט איר נאר מיט 3% קען מען אסאך מאל שנעל פילטערן זאכן וואס זענען בדרך הטבע נישט אמת, און דער טראכטער וואס איז געווענדליך מאלטי טעסק קען שיקן א שנעלער מעסעדזש צו די פינגער וואס קלאפט שוין אויפן קיבאורד צו ווארטן א מינוט און זעהן וואס אנדערע זאגן. נוצן דעם טראכטער קען זיי גאר ווירקזאם און אזאנע מצבים, איך גלייב אלע סייענטיסטן זענען מודה דערצו.
אז די באקומסט א אומבאשטעטיגטער באריכט אויף וואטס אפפ אדער סיי וועלעכער סאושל גרופ וואס די ווייסט ניטאמאל ווער דער שרייבער איז און צו ער מיינט עס אמת׳דיג אדער מאכט יעצט א דזשאוק פון וואס מ׳דארף באמת לאכן מיינט נאך נישט אז די דארפסט עס שיקן ווייטער, ענדערשט געב א טיפער אטעם און טראכט צו ס׳קען זיין סאיז נישט אמת אדער סאיז דא סיי וועלכער טעות, איינמאל ס׳איז געשיקט איז שוין צו שפעט, דאס כלל פון כיוון שהיגיד שוב אינו חוזר איז שטארק גילטיג דא.
ווען א זאפטיגער לשון הרע איז יא קלאר באשטעטיגט אמת צו מ׳דארף עס ווייטער שיקן וועל איך לאזן אפען פאר דעבאטע צווישן געפיל׳לאזע רוצחישע געדאנקען-גאנג מיט דאס ריין מענטשליכער געפיל, אן אריין מישן אפילו די תורה מיט אידישקייט און די משפחות ארום.
אז די האסט היינט באקומען דעם ליגענט אויף סיי וועלכער אויפן זיי מוחל געב א קוק פון וועם די האסט עס באקומען אדער געהערט און זאג אים אז ער האט פארשפרייט א שקר וואס וואלט געקענט פארשעמען א מענטש מיט זיין משפחה אויף אייביג, און ער האט געטוהן א געפערליכער עוולה מיטן שיקן ווייטער די נייעס. האלט אים פאר פארן טון אזא זאך, זאל דער שיקער פארשטיין אז די לעבן איז עפעס מער און העכער פון נייעס לופטעראציע. רוב גייענדיג אויף צוויי פיס וועלן עס פארשטיין און אויב נעבעך נישט זאלט איר וויסן אז דער איז נעבעך פארוואנדעלט געווארן דורך זיין סמארט פאון פון דאס מענטשליכער מין צו א אבדזשעקט וואס דינט טעכנלאגיע, און פיט מער אריין אין די דומם קאטעגאריע ווי די חי אדער מדבר, שטייטצעך אויב ס׳איז א נאנטער זאג א קאפיטל תהילים פאר אים.
מי יתן והיה מ׳זאל זיך געהעריג אריינלייגן און נאכגיין ווער סאיז דער מה יעשה׳ניק וואס האט מתחילה מחדש געווען די מעשה און געוואלט אזוי מיאוס פארשעמען א נפטר מיט א גאנצע משפחה ארום.
גענוג מיט די רשעות!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: גענוג מיט די רשעות!
זייער ריכטיג און צום זאך. כ'פארשטיי נישט פונקט די שייכות צו טעכנאלאגיע, בהמות זענען עקטשועלי באשאפן געווארן פאר מענטשן, און סאך פאר סמארט פאונס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: גענוג מיט די רשעות!
זייער אינטערסאנט שלום. א דאנק. איז דא ערגעץ דער גאנצער בערל כץ קליפ? ווי אויך, וואו קען מען לייענען וועגן די קלעימס וואס זיי מאכן איבער יצחק'ס לינקס מיט די מאפיא אמאל?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'דארף זיך אפלערנען מוסר בגנות המחלוקת, ווי דער פשוט'ער אנושיות ווערט אפגעשיילט במקום מחלוקת. דער אנאנימער רעדענער מאכט חוזק פון זיך און בשם אלע פרומע אידען און ביידע פראקציע'ס פון סאטמאר, ער איז מבזה א טויטע און זיין משפחה און ער שלעפט אריין דער גוי אין אונזער געשעפטען וואס אחריתה מי ישורנה.
אלס פאר'ן וויכטיגע מצוה פון מחלוקת.
אלס פאר'ן וויכטיגע מצוה פון מחלוקת.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא