אנע רעקל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

אנע רעקל

שליחה דורך קל וחומר »

געווען איז עס אום יענעם שיינעם גרינעם דאנערשטיג, ס'איז צווייע נאכמיטאג, פאר עפעס א סיבה האבעך נאך געהאלטן פאר פרישטיג, אן טראכטן צוויי, בינעך שוין אין קאר, כ'הייב אן טראכטן פון אפאר אפציעס צו צופרידן שטעלן ס'בייכל, אזוי אינמיטן דן זיין צו לוינט משקיע זיין אין די פארטיגע סענדוויטשעס וואס קומען מיט א גענעכטיגטע פיקל, וואס בעצם איז די גאנצע סענדוויטש א סקרעטש לאטא, אדער בעסער קויפן א ראלל מיט עפעס איינטינקאכץ, בינעך שוין אנגעקומען צום גראסעריי, כ'שטעל זיך אפ דאבל פארקד פארנט פונעם גראסעריי, די הוט און רעקל ליגט נאך אין טראנק, נו, א כפרה, כ'גיי דאך נישט דאווענען מנחה יעצט, כ'לויף אריין אין געשעפט, מיט שנעלע טריט טוה איך שפאנען צפונית דרומית, דארט ווי די סענדוויטשעס געפינען זיך, אזוי אינמיטן וועג, שטייט א באבע מיטן שאפינג קארט אויף די ברייט פונעם אייל, זי איז פארטיעפט אין די דשעלאו סוגיא, און איך געפין מיך אין א מצב ווי בלעם מיטן אייזל, זיך אדורך שטיפן לא יעלה על הדעת, ס'דאך אביזרייהו דג"ע, קיין מחוצף בינעך דאך נישט, סתם שטיין ליידיג האטעך אויך נישט קיין פשט, מיין פאון טשארדשט זיך אינעם קאר, רייכערן טאר מען דאך נישט, הייב איך אהן אביסל זיך אומקוקן אויף די שעלווס עד יעבור זעמתא...

גייט נישט אריבער קיין דרייצן סעקונדען, און פינף פרויען שטייען ארום מיך מיט שווערע קשיות, איינער וויל וויסן אויב די דייפערס זענען נאך אויף ספעשל, ווען א צווייטעקע האקט איבער, אנטשולדיגט, ווי זענען די ספליט ביענס?, א דריטער איז באה בטענה אז זי קען נישט טרעפן די דשעלאו, זי האט שוין געזיכט אינעם גאנצן געשעפט, א פערטער פרעגט אויב מ'האט געטראפן איר טאכטער'ס רוביקס קיוב וואס זי האט נעכטן דא פארלוירן, א פיפטער וויל וויסן אויב כ'קען איר צו ווייזן די טרייאקי סאוס, נו, כ'הייב אן טראכטן, רבש"ע, קומט מיר טאקע אזא עונש פארן גיין אין געשעפט אנע רעקל?!? א נייס גיי בינעך דאך, נו, ווי קען מען אפזאגן דעי פרויען אזוי, הייב איך אן דן זיין אינעם סוגיא צו במאי דסליק פתח, אדער על ראשון ראשון, ביי וועם הייבט מען אן? ס'איז געבליבן אז וויבאלד אין אמעריקע לויטעט די כלל אז 'פירסט קאם, פירסט סערווד', דארף איך זיך צושטעלן צו מנהג המקום.

פיין, כ'הייב אן צו קראצן מיין שטערן, כ'האב שוין פארגעסן וואס די ערשטע האט געפרעגט.... וואס טוט מען דא? טאמער פרעג איך איבער קען עס דאך שאטן פאר מיינע קינדער'ס שידוכים רח"ל, מ'העט זאגן אז ס'טאטע איז א שוטה ל"ע, ווידער שטיין אזוי ווי א גולם איז אויך נישט קיין בא'טעמ'טער עסק, כ'הייב זיך אן דערמאנען עפעס וועגן ספעשל פעמפערס, זאג איך איר, יא, די ספעשל פעמפערס זענען שוין אויסגעגאנגען, אבער האפענטליך וועט מאנטיג זיין נאך.

די צווייטע קשיא איהיז... גיי ווייס... כ'וויל אנטלויפן פון בושה, כ'האב שוין חרטה אויפן גאנצן עסק, מחול לך די פרישטיג, ווי זעהט מען זיך ארויס פון דא?

א בליץ אין מח! 'כ'האב א זייער וויכטיגע פאון קאל' שריי איך אויס מיט די גאנצע ערענסקייט, כ'הייב אן נישטערן אין איין טאש נאכן צווייטן, והנער אינני, נישטא קיין זכר פון א פאון... כ'דערמאן זיך אז כ'האב עס אין קאר... ס'טוישט זיך מיר קאלירן... ריבונא דעלמא כולא, וויפול קען איין יונגערמאן אנע רעקל זיך אלס צאמליידן?!?

ס'גייט נישט אריבער דריי סעקונדען און מיין שוויגער וואקט אריין צוזאמען מיט מיין שוועגערין מיט ריזיגע אויגן אויף דעם פארלוירענעם אינגערמאן וואס שטייט צווישן פינף פרויען מיט איין באבע, און טוישט קאלירן נאכאנאנד.... פון דא און ווייטער געדענק איך שוין נישט צופיל.... עפעס געדענק איך אן הצלה טראק... צוויי טעג שפעטער בינעך אויפגעשטאנען אין שפיטאל.

א גוטן פורים.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ווי האט נאר יענע געזאגט ארום וואקן אנע רעקל אין גישעפט איז ווי וואקן מיט א רויטע וועסטל און האו"ם דיפא"ט!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אנע רעקל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פון דא לערנט מען אפ א וויכטיגע יסוד אין אידישקייט. פרישטיג קויפט מען אין א פרישטיג געשעפט, נישט אין גראסערי (אויף ענגליש הייסט'ס א קראם, אבער דא רעדט מען דאך בלויז אידיש). שטעל זיך נאר פאר ווען איהר וואלט געגאנגען אכט דרייסיג אין א בייגעל סטאר. מיט א רעקל אן א רעקל, קיין פרויערישע געשטעל מיט זייער קוויטשעדיגע פאמפער'ס שאלות ווערען דארט נישט ערלויבט, מ'ברויך גארנישט טינקען צו אויסרעכענען, מ'קויפט א פרישטיג ספעשע"ל - א האלב רויע בייגעל מיט אן איבערגעפרעגעלטע איי, מ'קען זיך נאך אויסמשיען צווישען די צוויי. און דערצו לייגט מען א קאווע (נישט פאלגער'ס ווי נאכ'ן מקוה) וואס איז גוט אויסגעקאכט איבערנאכט. מ'גיסט צו מילך וואס איז באטעמ'ט מיט אלס וואס האט געהאנגען פון די נעזער פון צען מענטשען פאר דיר וואס האבען געדארפט זיכער מאכען אז די קאווע אויף וואס מ'האט באצאלט א שווער פארדינטע דאללאר מיט ניין און דרייסיג צענט זאל האבען מילך פון א קוה וואס מ'האט געמעלקט נאכ'ן אנגרייטען די קאווע.
און דאס אלס עסט מען אפ אינ'ם פסח'דיג גרייט קאר, מיט'ן שטימע פון איימוס אין דע מארנינג צו בי.בי.סי. ניוז שטונדע אלס דער מוזיקאלישע באגלייטונג.
אזוי פיהרען זיך ערליכע אידען, און איינער וואס פיהרט זיך אויף אנדעריש איז אין געפאר פון זיך אריינפאלען בידי נשים רח"ל, פינף און א באבע מיט באגאבו וועגעלעך. ווער ווייסט וואס קומט ווייטער.......

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

א אינגערמאן האט געדרייווט א קאר אין קרית יואל אנע רעקל ל"ע
פליצלינג שטעלט איהם אפ די היימישע פאליציי הנקרא "פאבליק סעיפטי" מיטן טענה אז דרייווען אנע רעקאל איז קעגן די לאקאלע געזעץ עס רופט זיך "רעקלעסס דרייווינג"
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: אנע רעקל

שליחה דורך קל וחומר »

לייג דארט א לינק צו אהער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

pm

געוואלדיג! זייער זיס!
אריין אין קרעטשמע.
(שחצנים?)

אוועטער
געלעגער
שר עשרת אלפים

הודעות: 11117
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm
צוריק אויבן
הודעהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג מאי 22, 2016 1:49 pm

פיין געוועהן!!!
מלה בסלע ודי לחכימא
שר מאה

הודעות: 236
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
צוריק אויבן
הודעהדורך מושך חסד » זונטאג מאי 22, 2016 2:05 pm

יישר כח, ס'האט מיר געקאסט טרערן (פון פרייד שטייטסעך).
מושך חסד

שר העשר

הודעות: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מרץ 07, 2016 12:06 pm
צוריק אויבן
הודעהדורך תרנגול » זונטאג מאי 22, 2016 2:07 pm

חחחחחחחחחחחח
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים

הודעות: 3017
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נובמבר 04, 2009 12:33 pm
צוריק אויבן
הודעהדורך שלעפשיץ » זונטאג מאי 22, 2016 2:37 pm

גוט גוט

ווען די מעשה געשעהט ווען אויף א זונטאג וואלסטו וען געהאט מער פרויען מיט פילפאכיג מער קשיות
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email
אוועטער
שלעפשיץ
שר האלף

הודעות: 1108
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פבואר 17, 2010 2:32 pm
געפינט זיך: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
צוריק אויבן
הודעהדורך מצב כללי » זונטאג מאי 22, 2016 2:39 pm

פיינע נייעס!
אוועטער
מצב כללי
שר האלפיים

הודעות: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm
צוריק אויבן
הודעהדורך dim » זונטאג מאי 22, 2016 3:22 pm

יאפ גאר גוט, מיר געמאכט שמייכלען.
dim
שר חמישים ומאתים

הודעות: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm
צוריק אויבן
UNREAD_POSTדורך גלגלשלג » זונטאג מאי 22, 2016 3:57 pm

גאר גוט פיין געלאכט
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
אוועטער
גלגלשלג
שר חמש מאות

הודעות: 919
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דצמבר 27, 2010 6:52 pm
געפינט זיך: טיף באגראבען
צוריק אויבן
UNREAD_POSTדורך מטעמים » זונטאג מאי 22, 2016 4:11 pm

פיינע נייעס דאס.
מטעמים
שר האלף

הודעות: 1999
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm
צוריק אויבן
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קל וחומר האט געשריבן:לייג דארט א לינק צו אהער...

איינער לינקט שוין
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

Screenshot_2016-05-22-16-23-33-1.png
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די חברה ברעכן זיך דארט קאפ יעצט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

ווען ווייסט אן ארטיסט אז זיינע סחורה זענען גוט?

ווען אנדערע נעמען קרעדיט דערפאר...
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך אפשר »

בן אדם האט געשריבן:pm

געוואלדיג! זייער זיס!
אריין אין קרעטשמע.
(שחצנים?)

אוועטער
געלעגער
שר עשרת אלפים

הודעות: 11117
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm
צוריק אויבן
הודעהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג מאי 22, 2016 1:49 pm


דאס געשעהט ווען עס איז נישטא א לייק קנעפל
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אשכול שוין פארמעקט דארט לאל
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

ליפא האט געשריבן:אשכול שוין פארמעקט דארט לאל



וואס איז געשטאנען דארט ?
ק/פ ?
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

קאן זיין אז פאר @ קל וחומר איז עס געווען א חלום. אבער ביי מיר איז עס שוין געשעהן עטליכע מאל שפאצירענדיג אין גראסערי אן דעם רעקל ווען עפעס א מיסיס קומט צו און פרעגט מיר ווי ליגט די און די זאך...
אדער מענטשן פרעגן מיר "איר ארבעט דא" ? געווענליך איז מיין תשובה דערויף אז: נאכנישט...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: דאס געשעהט ביי מיר זייער א סאך מאל. ווען איך דריי מיך אין סיי וועלכן סטאר אנ' ע רעקל (שטייצעך) און מיט מיין פאק שליסלעך. ס'דויערט נישט קיין 2 מינוט ביז איינער (אפילו מענער) זאלל צו קומען צו מיר און מיר פרעגן..."אואוו ליגט דער אדער יענער אייטעם"...!

בדיעבד האביך הנאה אז מ'מיינט אז איך בין וויכטיג...! ובאותה מידה. ווען איך גיי אין א סטאר און איך זוך עפעס און ס'גייט דורך א..."וויכטיגער"... יונגערמאן, וועלל איך איהם צוערשט באטראכטן אויב ס'איז מעגליך אז ער ארבעט דא. אדער איז ער א קאסטומער. נאכדעם גיי איך ערשט צו און פרעג ביי איהם אויב ער ארבעט דא..?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך פרעג יעדעס מעקסיקאנער גוי צו ער ארבעט דא, דאס איז שוין געהעריג ראסיסים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט