קאווע שטיבל מעגעזין

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך פיקאסא »

א גוטן אלע מיטגלידער פון קאווע שטיבל.

איך בין טאקע א גאסט אין שטיבל, אבער ווי זאגט די וועלט "א גאסט אויף א ווייל זייט אויף א מייל". איך זיץ דא און איך ווער פארגאפט פון די געוואלדיגע חומר וואס ווערט דא געשריבן דורך די העכסט טאלאנטפולע שרייבערס. דער עולם וואס דריידט זיך דא ווערט שוין ספויעלט פון אזויפיל גוטע חומר. ווען מ'קוקט זיך ארום כאפט א פחד ווי ארעם די אידישע ליטעראטור איז. ס'איז טאקע דא צייטונגען און מעגעזין לרחצה, אבער קיין איינס פון זיי האט און זיך חומר למחשבה, אביסעל טיפערס, א אנדערע בליק אויף א נושא, אדער אפילו סתם א מענטשליכע שמועס איבער א אינטערעסאנטע טאפיק וואס איז נוגע דבר יום ביומו.

איך בין נישט קיין שרייבער ממילא קען איך נישט צופיל צוגעבען מיטן שרייבן ארטיקלעך, איך וויל אבער יא ארויסגיין אויף א מיסיע און אויפטוהן מיט וואס וואס איך קען יא טוהן. מיין מיסיע איז צו בויען די שטיבל און עס נעמען צו די נעקסט לעוועל. איך וויל אז ווי מער מענטשען זאלן נהנה זיין פון די חומר למחשבה הן אין מילי דעלמא והן במילי דשמיא. דא אין דעם שטיבל איז די איינציגסטער פלאץ אויפן כדור העולם ווי מ'קען זיך צונויף רעדען אין א יעדער נושא וואס איז עומד על הפרק אדער דרוקט אויפן הארץ, ועל כולם אין א היימישע שפראך און אין אן אויסגעהאלטענעם אופן. אדרבה שטעל צאם די לעצטע פה-סח אויסגאבע צו עני אנדערע היימישע מעגעזין, ס'איז לא קרב זה אל זה.

ווי עס שיינט, עס איז שוין עטליכע מאל אויסגעקומען אויפן געדאנק פון אסאך אירע דא צו ארויסגעבען א מעגעזין וואס נעמט צוזאמנעמען די ארטיקלעך פונעם שטיבל. לדאבוננו איז עס נאך עד היום נישט פארוויקליכט געווארן. איך מצדי בין גרייט צו אריינלייגן אסאך כחות אז דאס זאל צושטאנד קומען בקרוב. איך וויל בעזה"ת אנהייבן צוזאמנעמען די לעצטע לענגערע אשכולות לפונדק אחד און עס אריינשטעלען און א שיינעם פארמאט לשם ולתפארת להרמת קרן הקאווע שטיבל.

כ'וויל דא אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס לדעתי איז די תועלת פון א מעגעזין:

א') ליינען אנליין איז נישט אייביג אזוי געשמאק, ס'ליינט זיך נישט אזוי גרינג און מאכט צומאל דיזי. ווי אויך האט מען נישט צופיל נערווען צו ליינען לענגערע ארטיקלעך. מ'געבט דאס א סקראול אראפ און מ'קליקט אויף די נעקסטע פעידזש.

ב') געשרייבעכץ פון פלעינע אותיות איז כגוף בלי נשמה, עס האט נישט קיין חיות, און איז זייער בורינג. לא כן אז מנעמט אן ארטיקל און מבאצירט עס מיט בילדער און ס'ליגט און א שיינעם לעיאוט, באקומט די ארטיקל אן אנדערע משמעות אינגאנצן. עס ליינט זיך גאר געשמאק און איז מוסיף צו די באדייט פונעם ארטיקל.

ג') אזוי מיר לעבען היינט און א פאריאגטע לעבענבשטייגער, יעדער איינער איז ב"ה פארנומען מיט זיין סדר היום, בלייבט נישט איבער קיין סאך צייט אין טאג צו ליינען מיט א ישוב הדעת. אז מ'וועט מאכן א מעגעזין וועט מען עס קענען ארויספרינטן אין א שיינעם פארמאט, און קענען ליינען שבת שבת קודש נאכמיטאג אנשטאטס זיך אנשטאפן מיט וועלטליכע נייעס וואס איז גארנישט מוסיף אין לעבען. ווי אויך האב איך נישט ליב צו זיצען אינדערהיים אויפן בענקעל און ליינען אויף מיין פאון אין געגענווארג פון די שטוב, א מעגעזין איז עפעס אנדערש.

ד') אסאך מענטשען האבן נישט קיין צוטריט און קאווע שטיבל, צו ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין צוטריט צום געוועב , אדער זייער פילטער בלאקט די וועבסייט. איך כ'בין זיכער אז אסאך פון זיי וואלטן הנאה געהאט פון די זאפטיגע שטיקלעך וואס שפראצן ארויס פונעם שטיבל. אז מ'האט די מעגעזין אין האנט קען מען עס זיי שיקען גרינגערהייט, און אזוי מהנה נאך הונדערטער יודען מסוף העולם ועד סופו.

ה') ועל כולם וועט דאס האפענטליך געבען א בוסט פאר די אלע שרייבערס וואס געפינען זיך דא צו נעמען די פען אין האנט אריין און שרייבן שענערע און לענגערע ארטיקלעך, נעמענדיג אין באטראכט אז ס'גייט אריין און א פרעסטידזשפילן מעגעזין וואס וועט געליינט ווערן דורך שווערע הונדערטע און האפענטליך טויזענטע ליינער ארום די וועלט.

ממילא וויל איך הערן דעת הקהל וואס דער עולם האלט, און וויסן אויב די עולם איז אין. איך קען באשטיין צו אריין לייגן כחות נאר אויב ס'איז דא א פארלאנג פאר דעם און אויב די עולם דא וועט מיטארבעטען.

ווער עס האלט פון די געדאנק און זעהט אין דעם א תועלת זאל לייקן די תגובה, אזוי וועלן מיר זעהן צו דער עולם איז אינטערסירט צו נישט. קאמענטורן איז וועלקאם

בייגעלייגט איז די פראנט קאווער. אויב איך זעה א שיינע מספר פון לייקס, וועליך ארויפשטעלען דא די פי. די. עף. פון די מעגעזין ווי עס האלט יעצט. דערווייל האלט עס ביי 28 פעידשעס, געקליבענע ארטיקלעך פון די לעצטע פאר וואכען, צונויפגעלייגט אין א שיינעם מעגעזין סטייל.

פארשטייט זיך איינמאל מיין חלום רוקט זיך פאראויס וועט מען מיזן אויסארבעטן א געהעריגע הנהלה, וואס זאל שטיין בראש פון די פראדזשעקט און אויסארבעטען אלע דיטעילס. ווי אויך זיכער מאכן אז דאס איז א דבר המתקיים.

היו נכונים!

ידיכם עוז המצפה לרחמי שמים מרובים
פיקאסא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיקאסא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הערליך שיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

כדי צו מאכן גרינגער מיין איך אז מ'זאל אנפאנגען מיט איינמאל א חודש.

קיפ איט אפ

ש'כח
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך פיקאסא »

ווייל אזוי האט געשריבן:כדי צו מאכן גרינגער מיין איך אז מ'זאל אנפאנגען מיט איינמאל א חודש.

קיפ איט אפ

ש'כח

איך מיין אז איינמאל א חודש איז לכתחילה.
מ'קען נישט און איך פלאן נישט צו נאכלויפען דער עולם צו שרייבן, א שטייגער ווי פאר פסח פאר די פה-סח. יענץ איז גוט פאר איינמאל אדער מאקסימום צוויי מאל א יאר ווי מ'דארף ארויס געבען א פראכט פון א מעגעזין. דארט לייגט טאקע די עולם אריין געוואלדיגע כחות ווי ס'זעט זיך באמת אהן. און אלעס איז פרישע געבאקנע סחורה.
איך קלער פון פשוט צאמנעמען די ארטיקלעך וואס איז ממילא דא אויף אונזער וועבזייטל, און מאכן דערפון א חתיכה אחת הראויה להתכבד.

מיט די צייט וועט אי"ה זיין א מעגליכקייט פאר שרייבערס צו סורפרייזן די עולם מיט פרישע סחורה. ס'וועט זיין שרייבערס וואס וועלן האבן זייער אייגענעם קאלום ווי זיי עלען קענען ארויסגעבען אלע זייערע בויך וויי בנשימה אחת. שיינער פארזעצונגען. אלטע גאליציאנער כתבים. זייערע פערזענליכע מסעות. וכו' וכו' אדער ווי איינער שיקט מיר אין אישי, אז ער האט צוזאמגענומען ליקוטי בתר ליקוטי אסאך אלטע אשכולות פונעם שטיבל וואס איז שוין לאנג פארגעסען געווארן. די ליסט איז לאנג און אלע אפציעס זענען אפען.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותם, אזוי ווי שוין געזאגט, די גאדאנק איז לכאורה אינטרעסאנט, נאר כדי עס זאל געשעהן ברויך מען טוהן און נאכדעם רעדן, הצלחה מרובה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי שוין געשריבן אסאך מאל, א שיינער געדאנק! כה לחי.
דאך, איך וואלט געקענט באשטיין מען זאל מיר אנפרעגן איידער מען דרוקט מיינס אן ארטיקל. אפשר וויל איך בכלל נישט, אפשר וויל איך בלויז מוסיף אדער גורע זיין לפי הצורך.
וירח ה' את ריח הניחוח
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך גלייך דעם פיקאסא, (כאטש וואס איך קען נישט אויספיגערן וואס דער ניק נאמען באדייט) אזא מין זעלבסזיכערקייט.. נאך נישט דא קיין 48 שעה און ער הייבט אן ריקן ווענט! כה לחי! געבטס אים אלע א קלאפ אין פלייצע און ווייזטס אינטערעסע אין דעם נייעם פראיעקט וואס וועט ליכטיג מאכן די אויגן פאר הינדערטע ליינער.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פאבלו פיקאסא איז געווען גאר א באנקאנטער ארטיסט ,סקאלפטורער און פאועט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

א דאנק, קיינמאל נישט געהערט פון אים ביז איצט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב אויך נישט געהערט, אבער עכ"פ א גולגול איז ער זיכער. ודפכ"כ
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך קל וחומר »

ס'גוט אז ס'דא קאמפעטישן, יעצט קען מען ערווארטן צוויי הערליכע אויסגאבען.

כה לחי!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך דעת תורה »

גוגל האט דאך - געהאט? - א בילדער סערוויס מיטן נאמען פיקאסא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך קל וחומר »

ראובן בכורי, אתה כחי וראשית אוני, יתר שאת ויתר עז!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראשית כל ברוך הבא.

דיין נוסח הכתיבה און סגנון זאגט מיר אז די ביסט אן אלטער לייב אין א נייער הויט, מיט פרישע חידושים אויסברייטערן - דיין שוין אזוי ברייטע - פליגלען צו א נייע ענגעל.

אלנפאלס, ס'קוקט אויס א לייטישע געדאנק. ס'האט ערענסטע טשאנסן פאר סוקסעס, איבערהויפט ווען די ביסט 'פולי' אין. וחפץ ה' בידך. איך וועל פרובירן זיך משתתף זיין כפי יכולתי.


#ועשו_לק"ש_וואקסט_אויף_הייווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

בריליאנטענע איידיע. נאכדערצו מיט מיין ארטיקל אויפן דעקל :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סמבטיון האט געשריבן:איך גלייך דעם פיקאסא, (כאטש וואס איך קען נישט אויספיגערן וואס דער ניק נאמען באדייט) אזא מין זעלבסזיכערקייט.. נאך נישט דא קיין 48 שעה און ער הייבט אן ריקן ווענט! כה לחי! געבטס אים אלע א קלאפ אין פלייצע און ווייזטס אינטערעסע אין דעם נייעם פראיעקט וואס וועט ליכטיג מאכן די אויגן פאר הינדערטע ליינער.

סמבטיון: אינטרעסאנט אז דו האסט קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען פיקאסא. אמת אויף סענדז סטריט איז זיין רעפוטאציע נישט אנגעקומען. דארט האט מען נאר געהערט פון בן גוריון (שר"י, עפ"ל, וכו'). נאר פון דעם בילד וואס ער האט דא אהערגעשטעלט איז מיר בייגעפאלן צו פרעגן אויב ער האט נישט געהאט א קאזין וועלכער האט אמאל געהייסן שיקלגרובער און ר'איז געווען דער קאנצלער פון דויטשלאנד. ער אליינס איז גאר געקומען פון עסטרייך...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך טאמבל סאס »

אויף קיינעם נישט געוואונטשן די באהאנדלונג מיט וואס פיקאסא האט געיוזד און אביוזד די הונדערטע פרויען מיט וועלכע ער איז ארומגעשלאפן און אפעירס געהאט. כ'וויל נישט איבערחזר'ן זיינע סעקסיסט אויסדרוקען אויף פרויען. צוויי האבן זיך דאס לעבן גענומען, און צוויי זענען פון זינען אראפ. א פינפטער איז געשטארבן פון נאטורליכע אורזאכען בלויז פיהר יאהר אריין איז זייער רעלעישאן שיפ. איך כאפ נאכנישט פ"וו דער פותח האשכול רופט זיך אזוי. אויב פאר די קאלירן טראכט איך אפשר איז שרייעוודיגע קאלירן צו קינדיש. כאילו ווי עני אנדערע אויסגאבע. ניין! דאס איז א גליון ראוי לעלות על שולחן שבת. א קאמפעטיטאר מיט די עלים לתרופה. אבער מיין מיינונג זאל נישט האבן ווערד אויב די אנדערע האלטן נישט אזוי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיינער דערמאנט דא ניטאמאל די פארגייער דערפון?
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=5469[tag]פישלע העררינג[/tag]
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך פיקאסא »

ריכטיג האט געשריבן:קיינער דערמאנט דא ניטאמאל די פארגייער דערפון?
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=5469[tag]פישלע העררינג[/tag]

א יישר כוח פאר דעם לינק. קיינמאל נישט געזעהן דעם אשכול. איינער קען מיר אריינשיקן זיין אויסגאבע? די לינק דארט איז ווארשיינליך עקספייערד.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך טאמבל סאס »

ביטע אויב דו קריגסט עס שיק עס מיר אויכעט נאכדעם, וועסטו?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך פיקאסא »

א יישר כוח אייך אלע פאר די ווארעמע אויפנאמע מיט די לייקס און קאמענטורן.
א באזונדערע שקויעך פאר @אבטולמוס און פאר @געוואגטע פארן זיין די ערשטע צו אנטראגען הילף.

עטליכע הערות:
א') מיין בליק אויף דעם איז אז ס'זאל זיין א געהערעיגע אויסגאבע, א שטייגער ווי משפחה, מאמענט, טריבין וכו' נישט קיין שבת בלעטעל און נישט קיין עלים לתרופה. ס'זאל יא זיין ראוי צו עולה זיין על שולחן מלכים אבער נישט אויפן שולחן שבת. איך וויל אז ס'זאל זיין די דיפאלט מעגעזין וואס מ'ליינט און ביה"כ. ממילא זעה איך נישט פארוואס ס'זאל זיין געצוימט צו 10 בלעטער און אריין אין טאש, אדרבה ווי גרעסער און שענער להגדיל תורה ולהאדירה.

ב') ווי @אבטולמוס מערקט אהן איז די וויכטיגסטע צו האבן א גרעפיקער פאר דעם. איך בין טאקע דא פאר דעם און כ'האף צו מאכן א שיינעם ארבעט כפי משאת הפנאי. הלוואי וועט @אלקנה צוהעלפן, ער פאקט מיר איין אין זיין לינקע טאש. ווי אויך בין איך זיכער אז ס'דא נאך גרעפיקער דא, יעדער איינער איז מכובד צוצולייגן א פלייצע. אויב ס'וועט זיין נאר א וואן מען בענד, וועט די אשכול שנעל פארשטויבט ווערן ביז נאך איינער וועט האבן די זעלבע געדאנק וחוזר חלילה.. ס'מיז זיין א קאמיטעי וואס זאל שטיין בראש פון דעם. ביז דערווייל האב איך נאך נישט באקומען קיין שום הצעות.

ג') דעתי נוטה צו אסאך וואס האלטן אז מ'דארף פרעגען רשות פון די שרייבערס פאר מ'לייגט דאס אריין, כדאי עס זאל זיין גענצליך אויסגעארבעט. אבער ווען איך שטעל ארויף די ערשטע סעמפעל פי. די. עף. האב איך קיינעם געפרעגט ווייל ס'איז נישט פאר די גאס, ס'איז פנימי להמעמברס בלבד און קיינער זאל עס נישט שיקן ווייטער.

ד') ווער עס א גוטע הוצעה פון א נאמען פאר די אויסגאבע זאל זיך לאזן הערן.

לוקינג פארווארד און א גרויסן דאנק
ידידכם עוז
פיקאסא


Sent from my SM-G800F using Tapatalk
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פיקאסא, כהאב אביסל עקספערטיז אין דער טעמע...
קום ביטע אין אישי.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

כוכב האט געשריבן:פיקאסא, כהאב אביסל עקספערטיז אין דער טעמע...


understatement of the year
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט