סעדקינס דייעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

סעדקינס דייעט

שליחה דורך אהרן »

דער עולם דרייט באליס אונטער די אויער און עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל..

לעצטענס ווייס איך פון אפאר מענטשן וואס גייען אויף דעם דייעט און עס איז א מחי', בעסיקלי אויף דעם דייעט הינגערט מען, אבער דער עולם טענהט אז מען שפירט נישט קיין הינגעריגקייט בכלל, מען קען אמאל האבן א גיטע קרעווינג ווען מען זעט א פיינעם דעלקעלע, זאפטיגע הערינג אדער ברוינע אווערנייט קיגעל יעדער לפי מה שהוא איש, אבער הינגער זאגן אלע פה אחד אז דאס איז נישט דא!

עסן עסט מען בערך שתי וחצי גלעזל מילך אדער שתי וחצי יוגורט פאר צוויי טעג פונעם וואך, פרוכט און וועדשטיבעל פאר נאך צוויי טעג און די איבריגע דריי טעג ווייס איך נאכנישט פונקטלעך, מען מעג נאר עסן צווישן 12 און 6 PM שארף, איי ווי אזוי שטילט מען די הינגער? אויף דעם איז דא אן אקיופאנטשער מעטאד, דאס זענען צוויי באליס, סטארטידזיקלי לאקעטעד איינס אינטער יעדע אויער, דאס דרייט מען 20 סקונדעס א יעדע צוויי שעה, און יאלאה, די צוויי באליס דארף מען מען גיין עדזשאסטען א יעדע צען טאג ביי א תלמיד פון דר. סעדקינס און עס געט די כוחות צו הינגערען פאר נאך צען טאג.

איך ווייס פון פיר מענטשען וואס גייען דעראויף, דריי האבן פארלוירן 50 פונט אין 3-4 חדשים, דער פערדער האט לעצטענס אנגעהויבן און פאלט אויך אפ שיין, ווייסעך נישט פונקטליכע דעטאלן.

איך קוק סיריעסלי אריין און דעם, האט דא איינער מער דעטאלן? א קליניקעל סטאדי? סייד עפעקטס? עני פאזאטיוו אדער נעגעטיוו עקספעריענס?
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר