קאווע שטיבל מעגעזין
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
אויב עס פעלט אויב, איך קען אביסל גראפיקס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלוגע יודל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
קלוגע יודל האט געשריבן:אויב עס פעלט אויב, איך קען אביסל גראפיקס
אה! דאס איז א קלוג יודל. שמך נאה כי לו נאה.
ווער נאך לייגט דא צו א פלייצע?
- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
קל וחומר האט געשריבן:אויב מעג מען פרעגן, גייט דאס זיין בחינם אדער צום פארקויפן?
מ'ארבעט יעצט אויס אלע פרטים מיט די העכערע פענסטערס.
סטעי טיונד.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
איך קען אביסל העלפן מיט הגה
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- Chuchem
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
- האט שוין געלייקט: 178 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
לכאורה וועט דארפן א חלק פון די פרישע מאטריאל קומען פון א סה"כ פון אומקלארע נייעס אשכולות, א שטייגער ווי וואס פינקטלעך האט פאסירט מיט יצחק ראזענבערג'ס חלקה.
עס קען אפילו זיין א וועכענטליכער קאלום פון אלע וואטס עפפ מינע נייעס'לעך, , פארשטייטזיך נאר דאס וואס ווערט נישט געדעקט אינעם מעינסטריעם חרדישע פרעסע.
עס קען אפילו זיין א וועכענטליכער קאלום פון אלע וואטס עפפ מינע נייעס'לעך, , פארשטייטזיך נאר דאס וואס ווערט נישט געדעקט אינעם מעינסטריעם חרדישע פרעסע.
- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
די גאנצע פי.די.עף. וועט נאכפאלגן בעזהי"ת ווען די ערשטע תגובה האט לפחות 50 לייקס.
כ'זעה אז ס'איז געווארן דאולאודעד איבער 200 מאל און נאר באקומען 36 לייקס, פשט איז אז רוב מענטשען דא זענען נישט דווקא אינטערסירט אין דעם.. דארף איך האבען כאטש א פאר מענטשען מיט וועם צוצוגיין צום טיש.
דא האט די צווייטע פעידזש פונעם מעגעזין אלס א טיזער.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
ס'איז תלוי וואס מ'וועט דרוקען. לדוגמא, פרוי מאנדלבוים, פרעזידענט לינקאלן און בילדער פון פרויען אין די איד אד"ג קומט אין א קאלירפולע רעשיגע מאגאזין. נתקשה משה, די פאציענטן אין די וועיטינג רום און זבולינ'ס אין ברירה או יש ברירה אין א איינפאך אוסזענדע שבת גליון. איש איש כפי השגתו
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
א ארטיסטיש אהערגעשטעלטע מאגאזין קומט אויסגעשפרייט און לייכט צו ליינען מיט גענוג לופט ארום,
איך גלייב נישט אז די צאמגעקוועטשטע עלים לתרופה סטיל פארמאט, איז וואס פיקאסא האט און קאפ אהערצושטעלן.
און אז מרעדט שוין, פארוואס נישט מאכן פול פרינטינג און דיסטריביושען וואס דאן איז לכאורה געסאלווט ראובן'ס פראבלעם אויך.
פארשטייט זיך דאן וועט מען מוזן צאלן געלט דערפאר.

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
גיטע איידיע, אבער איין הערה, די קאווער אלס ערשטער אויסגאבע ברויך נישט אנטהאלטן ארטיקלעך וואס וועט אנצינדען בייז בליט ביי די וואס ווען איינער גייט נישט אין שפאן איז געמיין.
Sent from my VS987 using Tapatalk
Sent from my VS987 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
וכדומה.. האט געשריבן:א ארטיסטיש אהערגעשטעלטע מאגאזין קומט אויסגעשפרייט און לייכט צו ליינען מיט גענוג לופט ארום,
איך גלייב נישט אז די צאמגעקוועטשטע עלים לתרופה סטיל פארמאט, איז וואס פיקאסא האט און קאפ אהערצושטעלן.
און אז מרעדט שוין, פארוואס נישט מאכן פול פרינטינג און דיסטריביושען וואס דאן איז לכאורה געסאלווט ראובן'ס פראבלעם אויך.
פארשטייט זיך דאן וועט מען מוזן צאלן געלט דערפאר.
פארוואס זאל איך נישט צאלן פאר עלים לתרופה סטיל? כ'בין נישט קיין קנקן איד.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
ראובן טרעט אויף מיינע הינער אויג, קיין פרינטער פארמאג איך נישט, אריינגיין צו א פרינטינג סטאר שעם איך מיך ווייל וואס העט יענער טראכטען אויף דעם אויפגעקלערטן אהרן... האלט איך דא נאך פארן ארויספרינטען דעם פה-סח וו.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
פיקאסא, איך ווער צודרייט פאר דיין דרייוו, קיפ איט אופ.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
הגם איך בין א ננס נגד ארי, רעדנדיג אנטקעגן ראובן בכור לשבט ק"ש. פארט וועל איך זאגן מיין דעה, און פארענדיגן עניוות'דיג כדרכו של ראובן - איני אומר קבלו דעתי וכו'...
איך מיין אז ארויסגעבן א קליינע גליון עלים לתרופה סטייל, איז טאקע זייער חשוב, אבער נישט די סאמע שפיץ. אין אן עלים לתרופה קען מען נאר אריינלייגן באגרעניצטע פאר מאמרים, און א גרעסערע גליון - מער. אבער כ'קום נישט טענה'ן אלס ריבוי הכמות מול ריבוי האיכות, נאר נאך אפאר נקודות.
1. עס איז כמעט אוממעגליך אריינצולייגן 'אלע' גוטע חומר אין א קליין בלעטל פון פיר זייטן, אלא מאי מוז מען שניידן. די וואס וועלן נישט זוכה זיין אריינצוגיין, וועלן בלי שום ספק זיין באליידיגט, און מיט רעכט. אוודאי דארף מען זיכער מאכן אז נארישקייטן גייען נישט אריין, אבער ס'דארף זיין א פלאטפארמע פאר יעדער וואס זאגט עפעס גוטס.
2. ווען מ'זעט א מיעוט הכמות, קען מען מדקדק זיין דקדוקי עניות אז מ'קען נאר די פאר ספעציפישע נושאים [וויבאלד ס'וועט זיין נאר פיר זייטן, וועט עס ממילא זיין באופן מוגבל און נאר הויכע מחשבה אדער טיפע ווערק - רובם למורת רוח דעת הקהל החרדי הטרדיציונלי - וועלן אריינגיין, מאכנדיג א נישט גוטע רושם]. לא כן ווען ס'קומט ארויס א שיינע קונטרס'ל מלא וגדוש מיט כל'ערליי נושאים, פון העמק דבר ביז היסטאריע, פון הומאר ביז חינוך, וכו', וואס דאן וועט עס צוציען א ריזן עולם.
3. וויפיל מער ס'גייט אריין אין קונטרס, אלס מער ווערט גע'סעיוו'ד און אוועקגעלייגט אין פיילס, וואס רעדן פון ספעציפישע נושאים. מיעוט החומר מיינט פשוט אז כ'פארליר געזונטע נושאים וואס זענען דיסקוסירט געווארן.
4. וויבאלד רוב דערפון אויב נישט די גאנצע, וועלן זיין נושאים וואס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן אין שטיבל [שלא כהפה סח], גיי איך עס פשוט איבערליינען פאר די געשמאק, אדער סתם ווייזן, אדער סתם אוועקלייגן. די תועלת דערפון איז נישט געוואויר צו ווערן פרישע חכמה ומדע - וואס דאן איז דא די טענה פון ראובן אז א קליינער גליון ליינט זיך און פרינט זיך ארויס גרינגער און שנעלער. דאס איז קלאר געזונטער צו האבן צוזאמגענומען אלע אינטרעסאנטע אשכולות לפונדק אחד, למען יעמדו למשמרת.
5. די טענה פון איינעם, אז ס'איז נישטא גענוג חומר פאר א קונטרס, איז אומריכטיג. איך ווייס ערשטהאנטיג אז ס'איז יא דא [כ'בין נישט פיקאסא, אבער כ'ווייס נאכאלס]. חוץ מזה, וועט אזא קונטרס זעלבסט זיין א שטארקע שטופ צו שרייבן ווייטער, כדי צו זען די מעשי ידיו אפגעדרוקט אין א שיינע פארמאט [אודה ולא אבוש, גם אני בכלל זה...], און דאס אליינס וועט גורם זיין אז ס'זאל צוקומען חומר.
6. די פראבלעם פון ראובן, אז ס'נישטא וואו ארויסצופרינטן די גרויסע קונטרסים איז ריכטיג, און טאקע צוליב דעם וואלט מען שוין לאנג צוריק געמעגט אוועקשטעלן אפאר חברים ארויסצוהעלפן עס פארשפרייטן אין געוויסע ספרים געשעפטן ווי ביגלאייזן, אדער אנדערע פלעצער 'אנדער די קאונטער', אז יעדער זאל עס קענען באקומען פאר קליינגעלט. איך ווייס נישט פארוואס איך - וואס כ'האב נישט אזא פרינטער - וואס כ'האב געשריבן א ריזן נושא אינעם פרי עט הדר [לויתן], נאך צוויי נושאים אין פה סח 2, זאל נישט האבן די זכיה צו ליינען נארמאלערהייט מיין ווערק... מי יתן אז מ'זאל טרעפן א לעזונג פאר דעם, נישט דורך ממעט זיין חומר, נאר דורך טרעפן דעם יפוצו.
7. כדי לצאת ידי כולם, וואלט אפשר געווען כדי ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכע גליון, על דרך עלים לתרופה, וואס זאל באשטיין פון די גוטע אשכולות פון יענעם וואך. דאס וואלט סיי אריינגעלאזט אלע אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען, און ס'וואלט סיי געהאלפן בנוגע די טעמעס וואס ראובן האט אויסגעשמועסט.
וכדברי ראובן, 'אין אני אומר קבלו דעתי', אבער כך נלענ"ד.
וואס זאגט דער עולם?
וואס זאגט פיקאסא זעלבסט?

אפשר וואלט שייך געווען אויף אן אויפן צו מקדיש זיין 1 בלעטל פאר א מערכה וואס איז אויסגעשמועסט געווארן דא בדיבוק חבירים בתורת דיבעט, א שטייגער ווי "ראסיזם" אין פה-סח, נאר אנשטאט מעתיק זיין די שמועס כמות שהיא וואס האט א חסרון אז עס נעמט אוועק די געשמאקייט פון צוזאם נעמען א סך הכל, און בדרך כלל יעדער אין די נאכפאלגענדע תגובות פאלט אריין נאטורליך אומוויכטיגע נקודות וואס פירט אוועק די פוקאס, הגם בשעתה דערקענט זיך עס נישט אזוי ווייט, אבער ווען מען ליינט עס איבער פארלירט מען צומאל טרעק אינמיטן,
וואלט איך מוציע געווען אז א מגיה אדער 2 זאל מאכן א סך הכל פון אלע אמתע נקודות אזוי אז עס זאל זיין א שלימותדיגע קלארע מערכה.
און לגבי גיבן קרעדיט פאר די ארגינאלע שרייבערס, שרייבט מען די ניקים, לעיקוואד איז בעל הגוף המאמר און פלוני ופלוני זענען די צושפייס. והכל על מקומו יהא בשלום.
די מעלה דערפון איז אז עס וועט זיין א כמעט שלימותדיגע מערכה דורך עטליכע קוק ווינקלען דורך עטליכע שרייבערס.