חתונה תקנות/גזירות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 900 מאל

חתונה תקנות/גזירות

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

די אזויגערופענע רע-בנים און עסקנים פרובירן וואס מער אונטערצודרוקען דאס מענטשהייט מיט וואס מער תקנ-גזירות. איך וויל נישט רעדען פון אלע גזירות נאר פון חתונה גזירות.

מען טאר נישט קויפען (נאר געוויסע) מתנות, מען טאר נישט האבען פיקטשערס. און איך האב געהערט אז עס זענען דא האלל'ס וועליכע נעמען אליין אפאר פיקאשערס. און האבען חסידישע אינגעלייט אלס וועיטערס. אויך טאר מען שוין נישט מוזיק. איך בין געווען ביי אפאר חתונות ווי מען האט נאר אנגעצינדן א MP3.

שטעלט זיך א שאלה... די MP3 האט געשפילט מוזיק פון א פול בענד און נישט פון א וואן מען בענד, זענען די צוויי תקנות זיך סותר. ווייל מען טאר דאך נישט האבען קיין בענד?

און נאך שווערער איז, MP3 איז דאך אויך "אסור" איז ווי מעג די האלל עס האבען?

איז ביים אריינטראכטן אין דעם בין איך אויפגעקומען מיט א נייע תקנה.

מען טאר מער נישט גיין צו חתנות... ביי איעדע שמחה וועט זיין ספעציעל כולל אינגעלייט וואס וועלן גיין אנשטאט דיר און פאר נאר 5 דולר וועט ער אפי' אנטהון א שטריימעל. פאר די וואס ווילן אז זיי זאלען שמייכלען... וועט מען דארפען פרעגען א רב.

עס איז בעסער אז מען פרעגט ביי א רבי/רב וועלעכע זיין מעגן יא טוהן וואס זיי ווילן... ווי סעלפאןס אינטערנעט, (עכט) זילבערנע שטעקן, בענד ביי זייערע שמחות, איעדע יאהר א נייע קעדי, א מינק קאוט (פעלץ בלע"ז) וכו' וכו'

ווייסט עטץ וואס? פארגעט איט... איך האב א סאך א בעסערע פלאן...

מען טאר מער נישט חתונה האבען... עפטער אלל עס קען צוברענגען צו הרהורים און שלעכטע מחשבות
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר