וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מוצאי שבת קודש פרשת אמור- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטע וואך, רעגן איז אריינגעקומען גאנץ שפעט היינט אין איבערנאכט וועט זיך עס ענדיגען. זונטאג ביז דינסטאג וועט זיין מערסטענס טרוקען אבער מיט אסאך וואלקענעס אין א chance פאר א shower ספעציעל נאכמיטאג. פון מיטןואך ביז שבת פרשת בהר ווערט שיין זיניג אין ענדליך קומט אהן א שטרעק פון ווארעמע וועטער. נענטער צום ים בלייבט ארום 80 אבער אין שטאט און אפסטעיט קען ארויפגיין אין די 80s פון דאנערשטאג ביז שבת. אפסטעיט איז אויך דא קליינע chances פאר א thunderstorm פרייטאג און שבת מיט די ווארעמע אין פייכטע לופט.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת קודש- לייכטע רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט , קיל , ארום 55.
זונטאג ביז דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט , אביסעל זון , מיט א chance פאר showers , ארום 68 בייטאג. ארום 57 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג. קלאר און מילד ,60-65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת קודש- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט , קיל , ארום 52.
זונטאג ביז דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט , אביסעל זון , מיט א chance פאר showers , ארום 68 בייטאג. ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג. קלאר און מילד ,60-65 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מוצאי שבת קודש- לייכטע רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט , קיל , ארום 52.
זונטאג ביז דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט , אביסעל זון , מיט א chance פאר showers , ארום 70 בייטאג. ארום 52 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, א shower אדער thunderstorm מעגליך פרייטאג און שבת נאכמיטאג, 80-85 בייטאג. קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט ,א גוט וואך.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך . אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

זונטאג אווענט -פרשת בהר- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט ,היינט איז געווען א כל בו טאג אביסעל לייכטע רעגן אינדערפרי,אביסעל זון און אסאך וואלקענעס וכו׳ . מאנטאג און דינסטאג וועלען זיין ענדליך מיט אסאך וואלקענעס , זון אינדערפרי מאנטאג ,אבער א גוטע מעגליכקייט פאר showers טעגליך. מאנטאג נאכט און דינסטאג זענען די chances פאר רעגן די העכסטע. ביי מיטוואך ווערט זיניג און שיין ווארעם. פאר סוף וואך בלייבט שיין זיניג אבער מיט א ווינט וואס בלאזט פון די קילע ים , קען מען זעהן די העכערע טעמפרעטורס אפסטעיט , נענטער צום שטאט וועט עס זיך ווענדען אויף ווי די ווינט בלאזט. אויב די ווינט קומט מער פון די west קען ווערען אסאך ווארעמער , אויב עס קומט מער פון די east ריכטונג קען עס בלייבען אין די 70s.ְ אפסטעיט קען מען אויך זען א shower אדער thunderstorm פון דאנערשטאג ביז זונטאג דורך די נאכמיטאג אדער אווענט שעות.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

זונטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט און קיל מיט א מעגליכקייט פאר א לייכטע shower, ארום 55.
מאנטאג- טייל זיניג , ווערט פארוואלקענט ,מיט א מעגליכקייט פאר showers נאכמיטאג. מילד, ארום 72 בייטאג. רעגן מעגליך איבערנאכט,ארום 58.
דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 70 בייטאג. ווערט קלאר ,ארום 57 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, 75-85 בייטאג. קלאר און מילד ,60-65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט און קיל מיט א מעגליכקייט פאר showers , ארום 52.
מאנטאג- טייל זיניג , ווערט פארוואלקענט ,מיט א מעגליכקייט פאר showers נאכמיטאג. מילד, ארום 72 בייטאג. רעגן מעגליך איבערנאכט, ארום 55.
דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג. ווערט קלאר ,ארום 57 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, 75-85 בייטאג. קלאר און מילד ,60-65 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

זונטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט און קיל מיט א מעגליכקייט פאר א לייכטע shower, ארום 50.
מאנטאג- טייל זיניג , ווערט פארוואלקענט ,מיט א מעגליכקייט פאר showers נאכמיטאג. מילד, ארום 72 בייטאג. רעגן מעגליך איבערנאכט, ארום 52.
דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג. ווערט קלאר ,ארום 52 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, א chance פון א shower אדער א thunderstorm א יעדער נאכמיטאג .80-85 בייטאג. קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מאנטאג אווענט-פרשת בהר- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט ,א שיינע און זיניגע טאג וועט זיך ענדיגען מיט מער וואלקענעס און אפאר showers אדער thunderstorms איבערנאכט. מארגען זעט אויס צו בלייבען פארוואלקענט מיט מער showers און thunderstorms מעגליך. מיטוואך און דאנערשטאג וועט זיין זיניג און ווארעם איבעראל. פון פרייטאג ביז מאנטאג וועט דער וועטער זיין מער אומקלאר מיט זון און ווארעמע טעמפרעטורס אין שטאט אבער מיט קילערע ווינטען פון די איסט וועט בלייבען אין די 70s. אפסטעיט קען ארויפגיין צו די 80s און עס קען זיין א shower אדער thunderstorm א יעדער נאכמיטאג .

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט- פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך איבערנאכט,ארום 58.
דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג. פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך ,ווערט קלאר ,ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- זיניג און זייער ווארעם , 80-85 בייטאג . קלאר און מילד , ארום 65.
פרייטאג ביז מאנטאג - מערסטענס זיניג און ווארעם, 75-80 בייטאג. קלאר און מילד ,60-65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט- פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך איבערנאכט,ארום 55.
דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג. פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך ,ווערט קלאר ,ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- זיניג און זייער ווארעם , 80-85 בייטאג . קלאר און מילד , ארום 60.
פרייטאג ביז מאנטאג - מערסטענס זיניג און ווארעם, 75-80 בייטאג. קלאר און מילד ,60-65 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מאנטאג נאכט- פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך איבערנאכט,ארום 55.
דינסטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 72 בייטאג. פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך ,ווערט קלאר ,ארום 52 ביינאכט.
מיטוואך - זיניג און זייער ווארעם , 80-85 בייטאג . קלאר און מילד , ארום 60.
דאנערשטאג ביז זונטאג - טייל זיניג און זייער ווארעם, showers אדער thunderstorms מעגליך יעדער נאכמיטאג, 80-85 בייטאג. קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם, ארום 75.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דינסטאג אווענט-פרשת בהר-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט ,נאך א מערסטענס קילע אפריל און מאי קומט אהן דער ערשטע שטרעק פון זוממערדיגע וועטער פאר די ענדע פון די וואך. מיטוואך און דאנערשטאג זען אויס צו זיין גוט ווארעם צו הייס פאר די ערשטע מאל פון דער סיזאן. א עכטע heat wave הייסט ווען עס דערגרייכט 90 אדער העכער פאר 3 טעג. איך מיין אז עס וועט בלייבען אונטער 90 דעגריס נעקסטע פאר טעג אבער עס קען זיין אין די העכערע 80s כאטש מארגען און דאנערשטאג אין שטאט. עס וועט בלייבען שטארק ווארעם פאר שבת ביז זונטאג אבער מיט ווינטען פון די קילע ים קען די שטאט און לעיקוואד בלייבען נענטער צו 80. אפסטעיט קען יא זיין אין די מיטטעלע אדער העכערע 80s טעגליך, אבער עס קען אויך זיין showers אדער thunderstorms א יעדער נאכמיטאג פון דאנערשטאג ביז שבת. זונטאג ביז דינסטאג וועט ווערען מער פארוואלקענט מיט א מעגליכקייט פאר showers איבעראל , עס וועט אויך ווערען אביסעל קילער מיט טעמפרעטורס נאר אין די 70s. בקיצור גרייט אייך אהן צו ניצען די עיר קאנדישענערס פאר מארגען און ווייטער די קומינדיגע טעג אי״ה.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט , showers ענדיגט זיך ,ווערט קלאר ,מילד ,ארום 60.
מיטוואך און דאנערשטאג- זיניג און זייער ווארעם , 85-90 בייטאג ( קילער נאנט צו די ים , דאנערשטאג) . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 68.
פרייטאג און שבת - מערסטענס זיניג און ווארעם , 80-85 בייטאג. קלאר און מילד ארום 65 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-טייל זיניג און מילד מיט א chance פאר showers יעדער טאג, 75-80 בייטאג . 60-65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט , ווערט קלאר ,קיל ,ארום 50.
מיטוואך און דאנערשטאג- זיניג און זייער ווארעם , 85-90 בייטאג ( קילער נאנט צו די ים , דאנערשטאג) . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 62.
פרייטאג און שבת - מערסטענס זיניג און ווארעם , 80-85 בייטאג. קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-טייל זיניג און מילד מיט א chance פאר showers יעדער טאג, 75-80 בייטאג .ארום 60 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט , showers ענדיגט זיך ,ווערט קלאר ,מילד ,ארום 60.
מיטוואך און דאנערשטאג- זיניג און זייער ווארעם , 85-90 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 60.
פרייטאג און שבת - טייל זיניג און זייער ווארעם , א מעגליכקייט פאר showers און thunderstorms נאכמיטאג, 85-90 בייטאג. טייל קלאר און מילד ארום 62 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-טייל זיניג און מילד מיט א chance פאר showers יעדער טאג, 78-82 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך אווענט -פרשת בהר-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט ,זוממער איז אריין פלוצלינג , סענטרעל פארק איז ארויף צו 89 , אנדערע סטעשענס ארום נאו יארק ווי אויך לעיקוואד און אפסטעיט זענען אנגעקומען נאנט צו אדער ביז 90. דאנערשטאג און פרייטאג וועט די ווינט זיין מער פון די סאוט וואס דאס וועט אריינברענגען מער humidity אבער אויך אביסעל קילערע טעמפרעטורס אין שטאט און לעבען די ים. שבת וועט נאכאמאל ווערען הייס אין שטאט. אפסטעיט בלייבט הייס מארגען ביז זונטאג מיט א מעגליכקייט פאר א shower אדער thunderstorm , פון זונטאג אהן איז דא א chance פאר showers כמעט א יעדען טאג ביז דינסטאג מיט ווארעמע טעמפרעטורס. ביי מיטוואך ווערט זיניג און טרוקען.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט- מערסטענס קלאר און מילד, ארום 68.
דאנערשטאג און פרייטאג-זיניג און זייער ווארעם ,ארום 85 בייטאג ( קילער נענטער צום ים ) . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 67.
שבת - מערסטענס זיניג און זייער ווארעם , 85-90 בייטאג. קלאר און מילד ארום 65 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-טייל זיניג און ווארעם מיט א chance פאר showers יעדער טאג, 80-85 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט- מערסטענס קלאר און מילד, ארום 60.
דאנערשטאג און פרייטאג-זיניג און זייער ווארעם ,ארום 85 בייטאג ( קילער נענטער צום ים ) . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 62.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,ארום 85 בייטאג. קלאר און מילד ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג-טייל זיניג און ווארעם מיט א chance פאר showers יעדער טאג, 80-85 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט- מערסטענס קלאר און מילד, ארום 60.
דאנערשטאג און פרייטאג-זיניג און זייער ווארעם ,א chance פאר showers אדער thunderstorms ,ספעציעל פרייטאג נאכמיטאג,ארום 88 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers , ארום 62.
שבת - מערסטענס זיניג און זייער ווארעם , ארום 88 בייטאג. קלאר און מילד ארום 62 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג-טייל זיניג און ווארעם מיט א chance פאר showers יעדער טאג, 80-85 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 82.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען נאכמיטאג, טעמפרעטורס זענען שוין ארויף ביז 90 אין סענטרעל פארק . (אינטרעסאנט אז מיט טעמפרעטורס אין לאו גוואדיע עירפארט ביי 90 פאר די צווייטע טאג קען זיין אז עס וועט יא זיין דער ערשטער heat wave פונעם זוממער. דאס יאר איז בכלל שטארק עקסטרים זייער הייס זייער קאלט אין די מאדעלס שאצען נישט אלעמאל אפ געהעריג ווי עקסטרים עס וועט ווערען . ) איז נאנט צו 88 אין מאנסי און ארום 86 אין קרית יוא-ל . בקיצור די סאוט ווינט וואס האט עס געדארפט האלטען אביסעל קילער אין שטאט איז שוואכער ווי גערעכנט, עס איז יא אנגעקומען דא אין בארא פארק ווי עס איז ארויף ביז 88 אבער די seabreeze האט עס אראפגעקלאפט צו 85 יעצט. אין קענעדי איז נאר 82. נאכמיטאג וועט בלייבען זייער ווארעם איבעראל, אביסעל קילער נענטער צום ים. א גוטען טאג.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

ל״ג בעומר - דאנערשטאג אווענט - פרשת בהר- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט ,היינט איז געווען א הייסע טאג און עס זעט אויס ווי עס בלייבט זיניג און הייס ביז זונטאג.
אפסטעיט איז דא א קליינע chance פאר showers אדער thunderstorms היינט נאכט און מארגען. פון זונטאג נאכט ביז דינסטאג וועט זיין מעגליכקייטען פאר showers און thunderstorms איבעראל מיט ווארעמע טעמפרעטורס. מיטוואך און דאנערשטאג וועלען ווערען זיניג און ציביסעלעך אפקילען צו מער נארמאלע טעמפרעטורס.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס קלאר און ווארעם , ארום 72.
פרייטאג- טייל זיניג און זייער ווארעם ,ארום 86 בייטאג ( קילער נענטער צום ים ) . מערסטענס קלאר און ווארעם , ארום 70.
שבת - מערסטענס זיניג און הייס , ארום 90 בייטאג. קלאר און ווארעם, ארום 70 ביינאכט.
זונטאג - מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 86. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms , ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג-טייל זיניג און ווארעם מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, 78-82 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80. קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זיניג און מילד, ארום 75 .

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס קלאר און ווארעם , ארום 68.
פרייטאג- טייל זיניג און זייער ווארעם ,ארום 86 בייטאג ( קילער נענטער צום ים ) . מערסטענס קלאר און ווארעם , ארום 65.
שבת - מערסטענס זיניג און הייס , ארום 90 בייטאג. קלאר און ווארעם, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג - מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 86. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms , ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג-טייל זיניג און ווארעם מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, 78-82 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80. קלאר און מילד , ארום 58 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זיניג און מילד, ארום 75 .

וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד ,א קליינער chance פאר showers אדער thunderstorms,ארום 60.
פרייטאג- טייל זיניג און זייער ווארעם ,chance פאר showers אדער thunderstorms ,ארום 85 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 65.
שבת - מערסטענס זיניג און הייס , ארום 90 בייטאג. קלאר און ווארעם, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג - מערסטענס זיניג און זייער ווארעם,chance פאר showers אדער thunderstorms, ארום 88 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms , ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג-טייל זיניג און ווארעם מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, 78-82 בייטאג . ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 82. קלאר און מילד , ארום 57 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זיניג און מילד, ארום 75 .

איך פאר צו די קעטצקילס אויף שבת אי״ה , די נעקסטע וועטער באריכט וועט דעריבער זיין בעזרת ה׳ זונטאג אווענט , אויב עס פעלט אויס וועל איך ארויפלייגען אפדעיטס. א גוטע נאכט,און א גוט שבת .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוט וואך, א הייסער שבת איז געווען אפילו דא אין די קעצקילס , א נייע טראפיקעל שטורם האט זיך דעוועלאפט איבער שבת אין דער ים לעבען סאוט קאראליינא . דער שטורם וועט ארויפגיין נארטאיסט אין ים . עס וועט אריינברענגען שווערע רעגען פאר אינז מיט א שיינע פאר אינטשעס פאר שפעט זונטאג נאכט און מאנטאג. מארגען וועט נאך זיין ווארעם אין מיט מעגליכע רעגן שאוערס נאכמיטאג. ביי דינסטאג ווערט צירוק ווארעם און זיניג. א גוט וואך , דער נעקסטער געהעריגער וועטערבאריכט אי״ה זונטאג אווענט.


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

בילד
בילד


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

זונטאג אווענט -פרשת בחקותי-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, היינט איז שיין זיניג געווען אבער ווינטען פון די סאוט ברענגען יעצט אריין נאסע און מילדע וועטער. א טראפיקעל שטורם ״bonnie" האט זיך דעוועלאפט איבער די סאוטאיסט קאוסט נאנט צו סאוט קארליינע אויף שבת. די שטורם אליינס וועט זיך נישט קיין סאך ריקען ביז שפעטער אין די וואך. די שטורם איז נישט זייער שטארק לגבי די ווינטען , עס איז אפילו נישט א אפיציעל שטורם און נאר א tropical depression מיט ווינט ווייניגער ווי 40 מ.פ.ש. אבער עס האט אסאך נאסקייט און רעגען מיט זיך.
דערווייל אבער וועלען מיר באקומען א רעגענדיגע נאכט און מאנטאג פון די שטורם. איי דער שטורם איז אזוי ווייט סאוט? דער ענטפער איז אז אמאל איז דא א prefrontal trough, דאס איז א קאלד פראנט וואס שיידט אפ צוויי לופט מאסעס, צומאל ברענגט עס רעגן אבער ווען א האריקעין אדער א טראפיקעל שטורם וואס קומט מיט אסאך moisture ארבייט מיט אזא פראנט קען עס ארויף ברענגען אסאך נאסקייט און שווערע רעגען פאר הינדערטער צו א טויזענט מייל העכער די שטורם אליינס. שטארקע סאוט ווינטען וועלען אריינברענגען אסאך נאסקייט און שווערע רעגען פון bonnie פאר די נעקסטע 24 שעות. עס איז נאך נישט זיכער ווי פונקטליך די שווערסטע רעגען וועט פאלען ,אבער עס איז מעגליך אז פון בערך 1-3 אינטשעס וועלען פאלען איבער רוב היימישע געגענטער היינט נאכט ביז מארגען אווענט.

איינמאל די פראנט ריקט זיך ווייטער ארויס אין ים וועט שענערע און זיניגע וועטער צוריקומען פאר דינסטאג ביז דאנערשטאג. ביי סוף וואך ״קען״ די שטורם זעלבסט,אדער א קאלד פראנט קומען נענטער צו אינז אויפן וועג ארויס צום אטלאנטיק אין ברענגען נאך רעגענדיגע וועטער פאר פרייטאג און שבת בחקותי.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms שפעט ,רעגן קען זיין heavy איבערנאכט, ארום 65.
מאנטאג - פארוואלקענט מיט רעגן און thunderstorms , רעגן קען זיין heavy ספעציעל פארמיטאג. מילד , ארום 75. רעגן ענדיגט זיך אין אווענט , ווערט קלאר איבערנאכט, מילד, ארום 65.
דינסטאג און מיטוואך- זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג, קלאר און מילד , 60-65 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניד און מילד, ארום 76 בייטאג, פארוואלקענט , ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג ביז זונטאג-פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, 75-80 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms ,רעגן קען זיין heavy איבערנאכט, ארום 65.
מאנטאג - פארוואלקענט מיט רעגן און thunderstorms , רעגן קען זיין heavy ספעציעל פארמיטאג. מילד , ארום 76. רעגן ענדיגט זיך אין אווענט , ווערט קלאר איבערנאכט, מילד, ארום 65.
דינסטאג און מיטוואך- זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג, קלאר און מילד , 60-65 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניד און מילד, ארום 76 בייטאג, פארוואלקענט , ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80. קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זיניג און מילד, ארום 75 .
פרייטאג ביז זונטאג-פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, 75-80 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms שפעט ,רעגן קען זיין heavy איבערנאכט, ארום 65.
מאנטאג - פארוואלקענט מיט רעגן און thunderstorms , רעגן קען זיין heavy ספעציעל פארמיטאג. מילד , ארום 78. רעגן ענדיגט זיך אין אווענט , ווערט קלאר איבערנאכט, מילד, ארום 60.
דינסטאג און מיטוואך- זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג, קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניד און מילד, ארום 75 בייטאג,טייל פארוואלקענט ,קילער ארום 55 ביינאכט.
פרייטאג ביז זונטאג-פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, ארום 75 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט ,א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעיט- מאנטאג צופרי

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אפדעיט- א גוט מארגען אסאך רעגען (כמעט 2 אינטשעס) איז געפאלען איבערנאכט , דאס מיינט אז אין 6 שעה איז געפאלען אזוי פיל רעגען ווי דער גאנצער מאי ביז יעצט. יעצט אינדערפרי וועט עס ווערען מער showers עס קען זיין א ברעיק דא און דארט פון אפאר שעה ווען עס וועט נישט רעגענען. נאכמיטאג וועט א קאלד פראנט אנקומען אין ארויסשארען דער רעגען ביי אווענט. עס איז גאנץ ווארעם אין humid און עס קען זיין אין די העכערע 70s היינט אפילו אהן זון. א גוטען טאג.
שלי שלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:54 am
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך שלי שלך »

עס האט זיך לעצטענס געעפנט א טוויטער גרופ פאר וועטער טוישונגען פון אונזער היימישע געגנטער אין ברוקלין בעיקר געמאכט פאר היימישע אינגעלייט אן אינטרנט אבער עס קען גוט צוניץ קומען פאר סיי וועם @nycliveweather

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מאנטאג אווענט-פרשת בחקותי- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, נאך איין בענד פון רעגן מיט א קאלד פראנט וועט מעגליך אדורכגיין שפעטער נאכמיטאג אדער אווענט, עס וועט זיך ענדיגען היינט נאכט. פון דינסטאג ביז דאנערשטאג וועט ווערען זיניג, מארגען קען זיין זייער ווארעם אין די 80s ,אבער עס וועט זיך אראפנידערען צו ארום 80 מיטוואך און דאנערשטאג. פרייטאג און זונטאג ביז מאנטאג וועט זיין מער פארוואלקענט מיט א מעגליכקייט פאר showers טעגליך. שבת וועט מסתם זיין זיניג. טעמפרעטורס וועלען בלייבען נאנט צו נארמאל , אין די מיטעלע צו העכערע 70s.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, מילד, ארום 68.
דינסטאג - זיניג און ווארעם, ארום 85 בייטאג, קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, פארוואלקענט , ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג, אויסער שבת ,75-80 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, מילד, ארום 65.
דינסטאג - זיניג און ווארעם, ארום 85 בייטאג, קלאר און מילד , ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, פארוואלקענט , ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,75-80 בייטאג . ארום 65 ביינאכט

וועטער מאנסי און מאנרא-

מאנטאג נאכט- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, מילד, ארום 62.
דינסטאג און מיטוואך- זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג, קלאר און מילד, ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניד און מילד, ארום 77 בייטאג, פארוואלקענט , ארום 57 ביינאכט.
פרייטאג ביז מאנטאג-פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג אויסער שבת,75-80 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט ,א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

בילד


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דינסטאג אווענט-פרשת בחקותי- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, עס קומט נאך אפאר שיינע זיניגע טעג , עס וועט בלייבען בעיקר אין די 70s פאר די נעקסטע 7 טעג. דאנערשטאג נאכט ביז פרייטג צונאכטס איז דא קליינע chances פאר showers , שבת וועט זיין שיין אין זיניג מיט א בעסערע מעגליכקייט פאר רעגן showers פון זונטאג ביז דינסטאג במדבר.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 62 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 65.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,75-80 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 62.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 62 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,76-80 בייטאג . ארום 62 ביינאכט.


וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד , ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 60.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 60 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,75-80 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט ,א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וועטערבאריכט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך Bpjew »

וועטערבאריכט האט געשריבן:א גוטען אווענט, עס קומט נאך אפאר שיינע זיניגע טעג , עס וועט בלייבען בעיקר אין די 70s פאר די נעקסטע 7 טעג. דאנערשטאג נאכט ביז פרייטג צונאכטס איז דא קליינע chances פאר showers , שבת וועט זיין שיין אין זיניג מיט א בעסערע מעגליכקייט פאר רעגן showers פון זונטאג ביז דינסטאג במדבר.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 62 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 65.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,75-80 בייטאג . ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 62.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 62 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,76-80 בייטאג . ארום 62 ביינאכט.


וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד , ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 60.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד, ארום 60 ביינאכט.
זונטאג ביז דינסטאג -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers און thunderstorms יעדער טאג ,75-80 בייטאג . ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט ,א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!

נעקסטע באריכט מיטוואך אווענט *

Sent from my Nexus 6P using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Bpjew, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך Bpjew »

טעות
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

Bpjew האט געשריבן:טעות

ביסט גערעכט, געטוישט אויף מיטוואך אווענט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

בילד


וועטערבאריכט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך אווענט-פרשת פקודי- וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, היינט פארמיטאג איז געווען גאנץ ווארעם אבער מיט א ווינטעל פון די איסט סאוטאיסט האט זיך עס אפגעקילט אביסעל נאכמיטאג. מארגען וועט יא זיין קילער אבער עס וועט בלייבען זיניג. פרייטאג און פרייטאג צונאכטס קענען מיר זען showers אדער thunderstorms . שבת זעט אויס צו זיין זיניג און ווארעם. מוצאי שבת ביז זונטאג נאכט איז דא נאך א מעגליכקייט פאר רעגן אבער יעצט זעט אויס ווי עס ווערט צירוק שיין און זיניג מיט נארמאלע טעמפרעטורס פון מאנטאג ביז מיטוואך.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט-טייל פארוואלקענט און קילער, ארום 62.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 75 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 62 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, א chance פאר showers ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 65.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד,א פאר showers מעגליך, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, מילד, ארום 75 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך ווערט קלאר, ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך -מערסטענס זיניג און מילד אין די 70s בייטאג . קלאר און מילד, 60-65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-טייל פארוואלקענט און קילער, ארום 58.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 75 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, א chance פאר showers ,ארום 78 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 62.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד,א פאר showers מעגליך, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, מילד, ארום 78 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך ווערט קלאר, ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך -מערסטענס זיניג און מילד אין די 70s בייטאג . קלאר און מילד,ארום 60 ביינאכט.


וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט-טייל פארוואלקענט און קילער, ארום 58.
דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד, ארום 78 בייטאג, טייל פארוואלקענט , ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, א chance פאר showers ,ארום 76 בייטאג , א chance פאר showers ביינאכט, ארום 58.
שבת- זיניג און זייער ווארעם, 80-85 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד,א פאר showers מעגליך, ארום 62 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, מילד, ארום 72 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך ווערט קלאר, ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך -מערסטענס זיניג און מילד אין די 70s בייטאג . קלאר און קילער, 50s ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט ,א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .
אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט- פרשת בחקותי - וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטען אווענט, נאך א זיניגע אבער קילערע טאג, קומט א מעגליכקייט פאר showers און thunderstorms פון איבערנאכט ביז פרייטאג צונאכטס. די העכסטע chances זענען פרייטאג בייטאג . שבת וועט ווערען נאכאמאל זיניג און ווארעם. זונטאג זעט אויס ווי א רעגענדיגע טאג מיט מעגליכע שווערע רעגען נאכמיטאג און ביינאכט. ביי מאנטאג און דינסטאג ווערט טייל זיניג אבער עס בלייבט נאך אלס chances פאר showers יעדער טאג. ביי מיטוואך און דאנערשטאג ווערט טרוקען מיט נארמאל ווארעמע וועטער.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט-טייל פארוואלקענט , א קליינע chance פאר showers פארטאגס,ארום 62.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, א chance פאר showers און thunderstorms ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers אין אווענט, דערנאך פארוואלקענט , מילד ,ארום 65.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד,א פאר showers מעגליך, ארום 67 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, מילד, ארום 75 בייטאג. Showers און thunderstorms מעגליך , ארום 67 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג מיט א chance פאר showers און thunderstorms, ווארעם , ארום 80 בייטאג , ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און ווארעם , 75-80 בייטאג . קלאר און מילד, 60-65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-טייל פארוואלקענט , א קליינע chance פאר showers פארטאגס,ארום 62.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, א chance פאר showers און thunderstorms ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers אין אווענט, דערנאך פארוואלקענט , מילד ,ארום 65.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד,א פאר showers מעגליך, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, מילד, ארום 77 בייטאג. Showers און thunderstorms מעגליך , ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג מיט א chance פאר showers און thunderstorms, ווארעם , ארום 82 בייטאג , ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און ווארעם , 75-80 בייטאג . קלאר און מילד, 55-60 ביינאכט.


וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט-טייל פארוואלקענט , א chance פאר showers פארטאגס,ארום 60.
פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, א chance פאר showers און thunderstorms ,ארום 75 בייטאג , א chance פאר showers אין אווענט, דערנאך פארוואלקענט , מילד ,ארום 58.
שבת- זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד,א פאר showers מעגליך, ארום 62 ביינאכט.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, מילד, ארום 75 בייטאג. Showers און thunderstorms מעגליך , ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג מיט א chance פאר showers און thunderstorms, ווארעם , ארום 78 בייטאג , ארום 56 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד , 70-75 בייטאג . קלאר און קיל, 50-55 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי שבת קודש ,א גוטע נאכט און א גוט שבת.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מוצאי שבת- פרשת בחקותי-וועטערבאריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוטע וואך, נאך א טייל זיניגע און ווארעמע נאכמיטאג האבען זיך אפאר שטורמס דעוועלאפט און אדורכגעגאנגען דער נארט חלק פון שטאט און ברוקלין. אינטרעסאנט אז אין בארא פארק האט בכלל נישט גערעגנט בשעת עס האט געגאסען אין מענהעטען און מסתם אפילו וויליאמסבורג . די שטורמס וועלען זיך ענדיגען מער ווייניגער אין אווענט. מארגען קומט א בעסערע מעגליכקייט פאר מער רעגן און שטורמס , מיט אסאך ווארעמע און פייכטע לופט קענען די שטורמס ברענגען שווערע רעגן , שטארקע ווינטען און אפילו האגעל און אפאר פלעצער. די רעגן און שטורמס וועלען זיך ענדיגען זונטאג נאכט און די קומינדיגע וואך וועט ברענגען שיינע זיניגע און מערסטענס ווארעמע וועטער. א shower איז מעגליך דא און דארט דינסטאג און עס וועט ווערען אביסעל קילער פאר מיטוואך און דאנערשטאג . ביי פרייטאג און שבת ווערט אביסעל ווארעמער אבער עס בלייבט זיניג.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת קודש- showers אדער thunderstorms ענדיגען זיך , מערסטענס פארוואלקענט און מילד איבערנאכט, ארום 65.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms , שווערע רעגן און הויכע ווינטען מיט האגעל מעגליך, מילד, ארום 75 בייטאג. Showers און thunderstorms ענדיגען זיך איבערנאכט , ארום 68 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 82 בייטאג , טייל פארוואלקענט ,ארום 67 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג, ווארעם , ארום 82 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד , 70-75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. קלאר און מילד ,ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת קודש- מערסטענס פארוואלקענט און מילד איבערנאכט, ארום 65.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms , שווערע רעגן און הויכע ווינטען מיט האגעל מעגליך, מילד, ארום 75 בייטאג. Showers און thunderstorms ענדיגען זיך איבערנאכט , ארום 67 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 85 בייטאג , טייל פארוואלקענט ,ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג, ווארעם , ארום 82 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד ,ארום 75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מוצאי שבת קודש- מערסטענס פארוואלקענט און מילד איבערנאכט, א chance פאר showers ארום 62.
זונטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms , שווערע רעגן און הויכע ווינטען מיט האגעל מעגליך, מילד, ארום 72 בייטאג. Showers און thunderstorms ענדיגען זיך איבערנאכט , ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 78 בייטאג , טייל פארוואלקענט ,ארום 62 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג, ווארעם , ארום 78 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 70 בייטאג . קלאר און גאנץ קיל, ארום 50 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 75-80 בייטאג. קלאר און קיל ,ארום 55 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט , א גוט וואך .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

שליחה דורך וועטערבאריכט »

אפדעיט- א גוט מארגען ,אביסעל רעגען איז געפאלען איבערנאכט , יעצט פארמיטאג וועט עס זיין מערסטענס פארוואלקענט אבער פאר א פאר שעה וועט עס נישט רעגענען. נאכמיטאג וועט א קאלד פראנט אנקומען מיט רעגען און שטורמס וואס וועלען צירוקומען פון נאכמיטאג ביז אווענט. עס וועט זיין גאנץ ווארעם אין humid , אויב מען זעט אביסעל זון קען אפילו זיין אין די העכערע 70s .
א גוטען טאג.


Sent from my iPhone using Tapatalk
פארשפארט