עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך קרעקער »

מהאלט שוין ארים 10 יאהר פינעם עירוב אין וויליאמסבורג, וויליך הערען וואס האלט די עולם איבער דעם עירוב?
פאקט איז סאיז דא א עירוב, און מענטשען שטיפען קעריזשעס, די שאלה איז צו סאיז גענוג צו הייסען א סוקסעס?,
אויב מקוקט אויף דע וואס האבען געפיהרט די מערכה קעגען דעם עירוב, זיי האבן זיך געשווירען אז קיינער גייט נישט טראגען, און מזעהט טראגערס
נאך א שאלה איז וויפל מענטשען זענען זיך מורה היתר צו טראגען אין טאש לכבודן עירוב


ביטע נישט טענהען איבער שטותים אז מזעהט נישט די עירוב אדער וועגען דער רבי זי"ע צו ער האט געוואהלט אדער נישט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך קל וחומר »

א שטאט ברויך האבן אן עירוב!

יעדער יחיד קען מחליט זיין פאר זיך אויב ער האלט עס ביים ניצן אדער נישט, אבער די תיקון איז דא.
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

זייער שווער צו דעקלערן א סוקסעס אדער נישט, ווען מען דארף קודם וויסן מיט א קלארקייט וואס די גרינדערס ציל איז געווען.

אויב איז זייער ציל געווען צו ווייזן אז סאטמאר איז נישט בעה"ב אין וויליאמסבורג, צו ווייזן אז געשרייען און פאשקעווילן וועט זיי נישט אפשרעקן און זיי וועלן ווייטער אנגיין ביז די מערכה קעגן זיי וועט זיך אפשטעלן און זיי וועלן קענען רוהיגערהייט טראגן אויף די גאסן, דאן איז עס גרויסע 100 פראצענטיגע סוקסעס, די שבת שרייען אין וויליאמסבורג איז כמעט אינגאנצן איינגעשטילט און געווענטליך איינער וואס טראגט וועט זיך נישט צוריקהאלטן וועגן א חשש צו ווערן באשריגן.

אויב איז דער מטרה געווען אז צוביסלעך זאל סאטמאר, קודם אפשר חסידי ר' אהרן, און דערנאך זאלן אנדערע אויך נאכפאלגן, און עס זאל ווערן א נארמאלע שטאטישע זאך צו טראגן אזוי ווי אין בארא פארק, דאן איז עס א היבשע דורכפאל נענמענדיג אין באטראכט די גרויסע פראצענט וואס האלט זיך אפ פון טראגן, און מען זעט עס שטארק ווען עס קומט א יו"ט וואס געפאלט אום שבת ווען עס דערקענט זיך די דראסטישע חילוק ווען רוב שטאט טראגט נישט.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אז מ'רעדט שוין . איז דא איינער וואס ווייסט די מאפע פונעם עירוב פון ווי ביז ווי ? אזוי אויך צו ס'איז ארום גענומען מיט א שטריק אדער וואס ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'זאגט נישט אויס ווייל זיי רייסן עס אראפ
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

מען דארף נאך היינט מורא האבן פאר אזעלכע זאכן ?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעפ. נישט אלע סאטמארע האבען געמאכט עליה אדער גייען אין צה''ל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך ביליג »

עס איז דא א באקאנטע מעשה פון הרה"ק די חוזה פון לובלין
עס איז געווען פרשת תולדות שנת תק..
איינע פון די נכבדי העיר האט געמאכט א גרויסע קידוש אין די ביהמ"ד פונם חוזה.
די רב פון שטאט הגאון ר' עזריאל "די אייזנע קאפ" איז געקומען צום קידוש.
באמצע הדברים רופט ער זיך אן צום חוזה מיט א זולזל "נא עפעס א תורה"
די חוזה האט געזאגט "שטייט אין פסוק וישב יצחק בגרר, יצחק אבינו האט גע'פסק'נט ווי ר' שמעון ביי הלכות שבת אז דבר שאין מתכוון איז מותר (לגבי גרירת ספסל)
זיינע מענטשן האבן געמאכט א גלעכטער ווייל די חסיד'ישע רבי קען דאך נישט קיין לערנען...
די חסידים זענען געווארן ווייס ווי דער וואנט, וויאזוי די רבי האט זיך יעצט פארשעמט ברבים.
אבער די אייזנע קאפ האט זיך גענומען ווארפן פאר פחד, גלייך געוואונטשן א גוט שבת און ארויס געגאנגען פון שול.

אויפן וועג האט ער דערציילט פאר זיינע מענטשן
"איך האב בטעות געטראגן א שליסל אין טאש. ווען איך בין אנגעקומען אין פאליש, האב איך מיר געכאפט אז איך האט מטלטל געווען אין א רשות הרבים.
די חוזה האט מרגיש געווען אין געזאגט די תורה מיר צו בארואיגען" ע"כ המעשה
זייט דעמאלטס האט ער מער נישט געטשעפעט די חוזה

פארוואס זאג איך עס ... ווייל הונדערטע אידן וואס טראגן נישט, האבן זיך בארואיגט נאכן טרעפן עפעס אין טאש. אז עס איז דאך דא אן עירוב...
סאו עס איז א סוקסעס אין די חלק
ביליג איז טייער...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אויף מיין גאס איז געווען אן עירוב וואס מען פלעגט דאס אייביג רייסן, ב"ה יעצט איז דאס שוין מותר לכתחילה.

[tag]שמיטשיק[/tag] דאס איז ביי דיר קלאר אז סאטמער איז געווען דער הויפט ציל
קען זיין זיי ווייזען אז זיי זענען נישט בה"ב אדער גאר פארקערט זיי מכשיל צי זיין מיט דעם טאמנע עירוב
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך דעת תורה »

@ביליג, א שיינע מעשה און צושטעל.

דער אמת איז אבער, הן ביי די מעשה מיטן אייזענעם קאפ שטימט עס נישט, דבר שאין מתכוין קומט נישט דארט אריין, עס איז א מתעסק און מען דארף נישט קיין שום כפרה פאר דעם.

די זעלבע ווען א איד טראגט שבת אין ווילי בטעות. די עירוב קען העלפן ווען מען האט פארגעסן אז ס'איז שבת, אדער אז שבת טאר מען נישט טראגן. אבער ביי די שכיח'דיגע מציאות, אז מען האט עפעס אין טאש און מען פארגעסט דערפון, איז עס א בלויזער מתעסק ולאו מידי עביד.

אפשר איז דא א שטיקל פשיעה ביים אריין לייגן אין טאש. מ'זעט די אחרונים הייסן אויסליידיגן די טאשן פאר שבת, הגם אפשר דארט איז די חשש אז אינמיטן וועג וועט מען זיך כאפן אז מען טראגט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שוין אויסגעקימען צו זען כמה פעמים וואו נאכן זיך כאפן גייט מען נאך ד' אמות אדער מען שטעלט זיך גאר אפ
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמיטשיק האט געשריבן:זייער שווער צו דעקלערן א סוקסעס אדער נישט, ווען מען דארף קודם וויסן מיט א קלארקייט וואס די גרינדערס ציל איז געווען.

אויב איז זייער ציל געווען צו ווייזן אז סאטמאר איז נישט בעה"ב אין וויליאמסבורג, צו ווייזן אז געשרייען און פאשקעווילן וועט זיי נישט אפשרעקן און זיי וועלן ווייטער אנגיין ביז די מערכה קעגן זיי וועט זיך אפשטעלן און זיי וועלן קענען רוהיגערהייט טראגן אויף די גאסן, דאן איז עס גרויסע 100 פראצענטיגע סוקסעס, די שבת שרייען אין וויליאמסבורג איז כמעט אינגאנצן איינגעשטילט און געווענטליך איינער וואס טראגט וועט זיך נישט צוריקהאלטן וועגן א חשש צו ווערן באשריגן.

אויב איז דער מטרה געווען אז צוביסלעך זאל סאטמאר, קודם אפשר חסידי ר' אהרן, און דערנאך זאלן אנדערע אויך נאכפאלגן, און עס זאל ווערן א נארמאלע שטאטישע זאך צו טראגן אזוי ווי אין בארא פארק, דאן איז עס א היבשע דורכפאל נענמענדיג אין באטראכט די גרויסע פראצענט וואס האלט זיך אפ פון טראגן, און מען זעט עס שטארק ווען עס קומט א יו"ט וואס געפאלט אום שבת ווען עס דערקענט זיך די דראסטישע חילוק ווען רוב שטאט טראגט נישט.


די בעלי העירוב האבן פשוט געוואלט אן עירוב פאר באקוועמליכקייט צו קענען טראגן, און דאס איז בלי ספק א סוקסעס. די וואס האבן א חשבון מיט סאטמאר, האבן אין איין וועגס באקומען א באנוס האבענדיג א געלעגענהייט זיי צו שפייען אין פנים.

די סאטמורים האבן אויך געהאט א סוקסעס מיט די פאקט אז רובא דמינכר איינוואינער טראגן נישט מיטן עירוב, עכ"פ בפרהסיא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך קל וחומר »

איך קען זיך גוט מיט איינע פון די בעלי העירוב אין ווילי.

אין פאקט האבן זיי בכלל נישט געוואלט צייגן בעלות, אדרבה, זיי זענען געגאנגן זיך בעטן אין סאטמער פאר א הסכמה, זיי האבן עס געטוען בהוראת ר' פישל הערשקאוויטש לרפו"ש וואס פארפירט שוין די לעצטע צוואנציג יאר (פארן גרינדן דעם עירוב) ביי זיינע שיעורים, אז מ'דארף מתקן זיין אן עירוב אין שטאט.

נאכן זיך איבערצייגן אז אין סאטמער זעלבסט זענען דא וואס זענען בעד, און אויך איינס פון די חשובע רבנים אודווארי רב ז"ל האט מען עס געגרינדעט.

כ'ווייס פאר א פאקט אז זיי זענען אריין צו רז"ל אז ער זאל געבן א הסכמה, אדער לפחות זאל נישט מאכן קיין מחלוקת דערפון, דהיינו ווער ס'וויל זאל טראגן, און ווער נישט, נישט. אבער מעשה שטן הצליח, און ער האט זיך צעווילדעוועט.

די ארונים האבן פארגעשלאגן צען אלפים פארן טעיפ (וואו ז"ל צעווילדעוועט זיך), און זיי (בעלי העירוב) האבן עס בשום אופן נישט ארויסגעגעבן (כדי שלא להרבות מחלוקת).
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

שיינע מעשה, [tag]קל וחומר[/tag].
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב אויך מקובל די סיפור הדברים אזווי קל וחומר
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

בן אדם האט געשריבן:איך האב אויך מקובל די סיפור הדברים אזווי קל וחומר


אבער צו זאגן אז די בעלי העירוב האבן נישט כלאחר יד הנאה געהאט פון צופיקסן סאטמאר איז וואנזיניג.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

גענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בת קול האט געשריבן:גענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...


וואס איז די פראבלעם מיט א נייע קעריזש? יעדער האט שיינע קעריזשס אין ווילי
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בת קול האט געשריבן:גענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...


סקווירא דיינים לאזן טראגן מיט'ן עירוב ?
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך mevakesh »

גאנצל האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:גענוג סוקסעס- אז איך בין פונקט די וואך געווען אין ווילי פאר שבת, און קיינער האט מיר נישט געזאגט א ווארט ווען איך בין געגאנגען אויף א שפאציר מיט מיין נייעם קערידש...


סקווירא דיינים לאזן טראגן מיט'ן עירוב ?

יא און פייע רב האט אמאל פארגעהאלטען הרב וואזנער דער סקווירא דיין פון וויליאמסבורג ביי א געלעגענהייט און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

קל וחומר האט געשריבן:איך קען זיך גוט מיט איינע פון די בעלי העירוב אין ווילי.

אין פאקט האבן זיי בכלל נישט געוואלט צייגן בעלות, אדרבה, זיי זענען געגאנגן זיך בעטן אין סאטמער פאר א הסכמה, זיי האבן עס געטוען בהוראת ר' פישל הערשקאוויטש לרפו"ש וואס פארפירט שוין די לעצטע צוואנציג יאר (פארן גרינדן דעם עירוב) ביי זיינע שיעורים, אז מ'דארף מתקן זיין אן עירוב אין שטאט.

נאכן זיך איבערצייגן אז אין סאטמער זעלבסט זענען דא וואס זענען בעד, און אויך איינס פון די חשובע רבנים אודווארי רב ז"ל האט מען עס געגרינדעט.

כ'ווייס פאר א פאקט אז זיי זענען אריין צו רז"ל אז ער זאל געבן א הסכמה, אדער לפחות זאל נישט מאכן קיין מחלוקת דערפון, דהיינו ווער ס'וויל זאל טראגן, און ווער נישט, נישט. אבער מעשה שטן הצליח, און ער האט זיך צעווילדעוועט.

די ארונים האבן פארגעשלאגן צען אלפים פארן טעיפ (וואו ז"ל צעווילדעוועט זיך), און זיי (בעלי העירוב) האבן עס בשום אופן נישט ארויסגעגעבן (כדי שלא להרבות מחלוקת).

אדער קענסטו נישט די בעלי העירוב, אדער בין איך מיך טועה, אבער אויב רעדסטו פון די משפחה הידועה, איז קלאר ווי די טאג אז צופיקסן סאטמער איז געווען די הויפט מאטיוו פאר די עירוב, זיי און זייער גאנצע קליינע קהילה שימפט שוין יאאארן אז סאטמער האט דערקלערט בעלות אין ווילי און קיינער אנערקענט זיי נישט, ס'איז נישט זייער עטיטוד זינט די עירוב פרשה, דאס איז שוין איינגעגעסן ביי זיי זייט די האלאקאוסט איבערלעבער האבן געגרינדעט זייער שטיבל, בשעת רוב חסידות'ן האבן געהויבן פוס קיין בארא פארק אנערקענענדיג אז זיי גייען ווערן צוקוועטשט פון סאטמער, זענען זיי געבליבן אין ווילי מיט אן עקשנות, און קוים געקענט ווארטן אויפן טאג וואס זיי זאלן קענען 'ווייזן' אז סאטמער איז נישט בעל הבית!

זיי זענען גראדע זייער נאבעלע ערליכע מענטשען איך קען עטליכע פון זיי, אבער ווען ס'קומט צו די אישו פארלירן זיי זייער גלייכגעוויכט


אויף דיין מעשה מיט ז"ל קען איך מיך נישט דינגען, ווייל איך ווייס נישט, אבער דאס ווייזט נישט גארנישט אויף זייער מאטיוו, דאס ווייזט ענדערש אויף זייער מדות. די אונטערליגענדע סיבה פונעם עירוב איז גאנץ קלאר וואס דאס איז געווען, האט גארנישט מיט בין החניכים מיט די אלע פרומקייטן, נאר דיך נישט! מ'האט געוואוינט אין וויליאמסבורג 65-70 יאר אהן קיין עירוב, און פלוצים זענען אויפגעשטאנען א נייע גרופע שטאט-פארזארגער, א גרופע וואס מ'פלעגט נישט זעהן ביי קיין שום אנדערע שטאטישע אישו, מ'האט קוים געוויסט אז זיי עקזעסטירן, און דא האבן זיי אנגעהויבן צו טראגן די שטאטס דאגות, הלא דבר הוא!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: עירוב אין ווילאימסבורג א סוקסעס?

שליחה דורך קל וחומר »

קודם כל, זייער שטיבל שטייט שוין פון פארן קריג.
שנית, ס'איז נישט געווען זייער איידיע צו מאכן דעם עירוב! זיי האבן פשוט מסכים געווען צו נעמען די היעט ויקרא על שמם ווייל זיי זענען מענטשן מיט א שטארקע כאראקטער, און האבן געהאלטן אז ס'איז וויכטיג אז ס'זאל אן עירוב און וויליאמסבורג פונקט ווי און בארא פארק וואס האט אויך ביז אפאר יאר פריער נישט געהאט.

וואו נאך האסטע געזען אז זיי זאלן זיך שלאגן מיט סאטמער?
אדרבה איך ווייס אז איינער פון זיי האט געהאט א גמ"ח און פלעג פארבארגן גרויס געלט פאר סאטמערע יונגעלייט (20-30 יאר צוריק). פרעג דיך נאך ביי די מידלעידש סאטמערע פון ווילי.

אויף דיין טענה אז זיי האבן קיינמאל נישט געטוען פארן שטאט וכו' קודם כל כדאמרתי איבערן גמ"ח.
והשנית, יעדער איז מודה אז סאטמער איז א גוט גייענדע ביזנעס (ווען ס'קומט צו עסקנות), זיי האבן געזען א זאך וואס דארף געטוען ווערן, האבן זיי פרובירט צו פועלן ביי סאטמער אז זיי זאלן עס טוען, נאכן זעהן אז ס'איז א מת מצוה איז געקומען די מאמר פון במקום שאין איש און האט גובר געווען.

#ווילסט נישט, טראג נישט. וואס פארפירסטע?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעקב מענטש האט געשריבן: מ'האט געוואוינט אין וויליאמסבורג 65-70 יאר אהן קיין עירוב, און פלוצים זענען אויפגעשטאנען א נייע גרופע שטאט-פארזארגער, א גרופע וואס מ'פלעגט נישט זעהן ביי קיין שום אנדערע שטאטישע אישו, מ'האט קוים געוויסט אז זיי עקזעסטירן, און דא האבן זיי אנגעהויבן צו טראגן די שטאטס דאגות, הלא דבר הוא!

הייסטעס ר' פישעלע האט אלע יארן געטוהן ווייניגער פארען ציבור ווי די פרויענישע אחוריים פראקערס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט