'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
[NAMELESS]

'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]איך האב דא דעם כבוד צו פראקלאמירן ברבים, אז דער אלטער חלום פון א 'קאווע שטיבל' זשורנאל גייט אי"ה אט אט ערשיינען נאך די וואך בשעטו"מ, אונטערן נאמען 'דער וועקער', און וועט האפנטליך ערשיינען מדי חודש בחדשו, אנגעפולט מיט תורה חכמה ומדע, להנאת כל הציבור היקר.[/center]

[center]***[/center]

איך וואלט געוואלט מיטטיילן מיטן עולם פארשידענע וויכטיגע נקודות, וואס איז נוגע פארן הצלחה פונעם זשורנאל, און הנאה פונעם עולם. געוויסע פרטים קענען זיך מעגליך נאך טוישן, געוואנדן אינעם רעאקציע פון די חשוב'ע חברים שיחיו:


1. דער זשורנאל וועט אי"ה פארמאגן דריי אפטיילונגען:
  • "חדשות אני מגיד" = ארטיקלען וואס גייען צוערשט נתפרסם ווערן אינעם מאגאזין, נאך בעפאר עס זאל האבן ערשינען אין א צווייטן ארט.
  • "חדשים גם ישנים" = לעצטיגע ארטיקלען וואס זענען שוין נתפרסם געווארן אין אונזער פאפולערן וועבזייטל 'קאווע שטיבל'.
  • "מן הגנזים" = אויסגעצייכנטע ארטיקלען וואס זענען געשריבן געווארן גאר גאר לאנג צוריק, און זענען פארשטויבט געווארן אין די קעלערן פון ק"ש, באין קוראים אותו.


2. לגבי די חלק 'חדשות אני מגיד'. וויבאלד מיר געבן א חודש צייט בין זשורנאל לזשורנאל, האבן די ניקס גענוג צייט אריינצושיקן זייער ארטיקל צום רעדאקציע. מיר וועלן נישט טאלערירן פארשלעפטקייט, און אויב ס'וועט אריינקומען צו שפעט וועט עס קענען אריינגיין אינעם קומענדיגן זשורנאל. דאס איז נישט קיין 'פה-סח' וכדומה, און קיינער דארף נישט שפירן קיין עול אריינצולייגן א נייע ארטיקל אינעם זשורנאל.


3. לגבי די חלק 'חדשים גם ישנים'. ווי פארשטענדליך, ווערן געשריבן פיל מער אשכולות אין ק"ש, ווי דאס וואס קען אריינגיין אין א זשורנאל. ווי אויך, פאסט נישט יעדע סארט ארטיקל אריין אין אונזער פרעסטיזשפולן זשורנאל. דערפאר האבן מיר געגרינדעט א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן און באפאסן מיט דעם, בוחן צו זיין די אשכולות צו זען וועלכע איז פאסיג אויסדערוועלט צו ווערן, אריינצוגיין אינעם זשורנאל למען יעמדו למשמרת. ביטע פארשטייט אז מיר קענען נישט אלעס אריינלייגן, און די וועד וועט מחליט זיין על פי רוב, וועמענ'ס ארטיקל וועט קענען אריינגיין.
דאס זעלביגע זאגן מיר כלפי די וואס ווילן אריינלייגן א נייע ארטיקל אינעם זשורנאל, וואס איז נאכנישט ערשינען אויף ק"ש. מיר וועלן נאר קענען אקצעפטירן ארטיקלען פון העכערן ניווא און קוואליטעט. די מספר בלעטער זענען באגרעניצט, און מיר קענען נישט אריינלייגן סיי וואס.


4. איידער מיר גייען אריינלייגן די ארטיקלען אינעם זשורנאל, וועלן מיר בעטן רשות פון די מחברים פון די ארטיקלען, עס צו קענען אריינלייגן. מיר וועלן זיך פרובירן צו רעכענען מיט בקשות, און מיר קענען צענזורירן געוויסע שטיקלעך [אדער שרייבן אונטער א פסעוואדנום] וויבאלד זיי גייען ארויס אין גאס, וד"ל.


5. די ארטיקלען וואס וועלן אויסגעקליבן ווערן, און אזוי אויך די נייע ארטיקלען וואס וועלן צוגעשיקט ווערן צום רעדאקציע, וועלן אדורכגיין א פראפעסיאנאלע הגהה דורך אנדערע ניקס וואס קענען זיך אויס אין גראמאטיק.


6. אונזער גראפיקער [tag]פיקאסא[/tag] הי"ו, טוט זיין ארבעט [אויפדערווייל] שלא על מנת לקבל פרס. ביטע פארשטייט אז ער דארף נישט קיין פרעשור און דעות טיילעריי דורך די חשוב'ע חברים. ער טוט נאר די גראפיקס. על פי בקשתו האב איך גענומען די לייצעס אין די הענט, צו פירן די איבעריגע חלק פונעם הוצאה לאור, און איך רעד זיך אדורך מיט נאך אפאר חברים וואס זענען גרייט אנטיילצונעמען אינעם גראנדיעזן חודש'ליכן פראיעקט.
צווישן די חברים וואס העלפן ארויס אז דער זשורנאל זאל ערשיינען מיט הצלחה, ציילן זיך די ניקים החשובים [tag]געוואלדיג[/tag], [tag]שמעקעדיג[/tag], און [tag]אבטולמוס[/tag]. אלע וואס ווילן צולייגן א פלייצע, זענען וועלקאמען. עי' הערה שלאח"ז.


7. מכאן הקריאה יוצאת: ווער עס איז גרייט צו העלפן [בעיקר מיט הגהה], זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישי. מיר דארפן אייער הילף, אז עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתקבל, מדי חודש בחודשו.
אזוי אויך, ווער עס האט א נייע ארטיקל - נאכנישט ארויפגעלייגט אויף ק"ש, און וויל עס קודם מפרסם זיין אינעם זשורנאל, זאל מיר ביטע קאנטאקטן אין אישי.


8. מיר ווארטן צו הערן פון אייך הערות והארות איבערן זשורנאל באופן כללי, דא אונטן אין די תגובות [די נאמען פונעם זשורנאל קענען מיר טוישן, אזויווי די אנדערע זאכן וואס מיר האבן אויסגעשמועסט].


------------
נ.ב. וויבאלד די ערשטע זשורנאל איז שוין גרייט צו ערשיינען גאר בקרוב, וועט דער ערשטער מעגליכקייט פון 'חדשות אני מגיד' נישט זיין אפן פאר מער פון די קומענדיגע 24 שעה. אזוי אויך וועט די הגהה מעגליך נישט זיין אזוי שטארק ווי די שפעטערדיגע זשורנאלן, ואתכם הסליחה. מיר האפן צו פארבעסערן די נקודות, מיטן האבן א גאנצע חודש ביזן ערשיינונג פונעם צווייטן זשורנאל.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

אויב פרעגבאר עס איזט - די בעפארגייענדע פראגע, ווילט זיך מיך פארשטאנדיג ווערן, וואסעפארא זינען האט דעס שרייבן פאר דיזע מאגאזין פריי פון אפצאל? צו פארברענגען די צייט מיט סאציאלע לוימדונגען הין און הער - איזט די וועבזייטל - די היזיגע - אמיירסטענס דערויף געאייגענט. און אויב - פון די צווייטע זייט - איז די ציל בלויז אויף א שרייב-דרוק צו פארגיטיגען, דאן קאן מען געלד פערדינען ביי צאלעוודיגע וועכענטליכע צו מאנטליכע מאגאזינען? נישט קיין סאציאלע געווינס און נישט קיין געלדליכע געווינס איז דא ביים אינטימליכען מאגאזין. נ. ב. מיין פראגע איז ווייל עס ווילט זיך מיך פארשטיין, און געוויס ווילט זיך מיך נישט רייצן מיט דעם פראגע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די תירוץ איז פשוט, פונקט ווי א מענטש וויל זען מעשי ידיו להתפאר אין ק"ש, וויל ער עס זען - נאך פיל מער - אין א פרעסטיזשפולן אויסגאבע אדער מאגאזין. דאס האט זיך ארויסגעזען ביז יעצט אויך, מיטן ערשיינונג פונעם פה סח 1, פה סח 2, פרי עט הדר, און די אנדערע אויסגאבעס וואס האבן אריינגענומען ארטיקלען פון ניקס.

אזוי אויך, זענען דא פארשידענע נושאים וואס זענען אקטואלע טעמעס, אדער קאנטראווערסיעלע טעמעס, וואס קענען נישט באשריבן ווערן אין מאגאזינען וואס צאלן געלט פאר זייערע שרייבער [איך פערזענליך קען מעיד זיין דערויף...], און פארדעם איז דא אזא יצירה ווי א קאווע שטיבל מאגאזין, וואו אריינצולייגן די אויסגעצייכנטע ווערק וואס קענען נישט אריינגיין אין קיין אנדערן ארט.

------------
נ.ב. בנוגע דיין שפראך, וועט בפשטות נאכפאלגן א תגובה פון אונזער [tag]berlbalaguleh[/tag], כדרכו בקודש...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קל וחומר »

קינד מיינס, א גרויס געפרעגעניש האבן זיה געפרעגט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

Wow כוואלט געמאכט א שהחינו מיטן שם ומלכות , ווען נישט סאיז ספירה באנייען. איך קען נישט גלייבן, טויש פאסירט.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קלוגע יודל »

אויף וואס פארא פורמאט האט מען מחליט געוועהן גייט עס ארויסקומען?

Sent from my XT1528 using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס עפעס "וועקער"?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קלוגע יודל האט געשריבן:אויף וואס פארא פורמאט האט מען מחליט געוועהן גייט עס ארויסקומען?

דערווייל קלערט מען אפשר פון אזא סייז ווי 'דער שטערן/שפאקטיוו' מאגאזין.


ריכטיג האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, פארוואס עפעס "וועקער"?

ווייל דאס דארף צו זיין דער מאגאזין וואס זאל דערוועקן דעם עולם פון שלאף - א זאך וואס קאווע שטיבל טוט מיום היווסדה. דער אונטער-קעפל גייט אי"ה זיין 'עורו ישנים משנתכם'. והמבין יבין.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קלוגע יודל »

אדנירם האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:אויף וואס פארא פורמאט האט מען מחליט געוועהן גייט עס ארויסקומען?

דערווייל קלערט מען אפשר פון אזא סייז ווי 'דער שטערן/שפאקטיוו' מאגאזין.


די גרויסקייט אדער די דיקקייט?
די גרויסקייט איז באר גוט די סייז פון די שטערן, נישט צו גרויס, סאו עס האלו זיך גרינג אין בעט, און נישט צו קליין. (ווער עס געדענקט, האט די שטערן פאר א שטיק צייט ארויס געקומען צוזאמען מיט די צייטשריפט, און איינער פון די גרויסע דורכפעלער איז געוועהן אז זיין האבן געמאכט דיש שטערן אויף די סייז פון א געהעריגע מאגעזין).

גייט מען עס פארקויפן אין די געשעפטן? אדער עס גייט נאר זיין אויף PDF?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די גרויסקייט גייט אי"ה זיין די סייז פונעם 'שטערן'. אזוי אז יעדער זאל קענען מאכן א קליין זיס קונטרס'ל פון זיין קאמפיוטער, און עס איז קאמפאקט מיטצונעמען איבעראל.

בנוגע פארקויפן אין געשעפטן, איז עס לכאורה פראבלעמאטיש וויבאלד ס'קומט ארויס דורך 'קאווע שטיבל'... אבער באמת וואלט געדארפט זיין אזא מעגליכקייט [כאטש 'אנדער די קאונטער']. אדרבה, אויב איינער קען ארויסהעלפן דערמיט, זאל מודיע זיין דא אדער אין אישי.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך גדעון »

איל גיי פראבירן נאכאמאהל,

ביטע אויך מאכן א פרינטער פרענדלי ווערסיע, בלויז די ארטיקלען אנע גרעפיקס

דאנקע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן נריהו האט געשריבן:אויב פרעגבאר עס איזט - די בעפארגייענדע פראגע, ווילט זיך מיך פארשטאנדיג ווערן, וואסעפארא זינען האט דעס שרייבן פאר דיזע מאגאזין פריי פון אפצאל? צו פארברענגען די צייט מיט סאציאלע לוימדונגען הין און הער - איזט די וועבזייטל - די היזיגע - אמיירסטענס דערויף געאייגענט. און אויב - פון די צווייטע זייט - איז די ציל בלויז אויף א שרייב-דרוק צו פארגיטיגען, דאן קאן מען געלד פערדינען ביי צאלעוודיגע וועכענטליכע צו מאנטליכע מאגאזינען? נישט קיין סאציאלע געווינס און נישט קיין געלדליכע געווינס איז דא ביים אינטימליכען מאגאזין. נ. ב. מיין פראגע איז ווייל עס ווילט זיך מיך פארשטיין, און געוויס ווילט זיך מיך נישט רייצן מיט דעם פראגע.

הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה של אומר ועושה כמו שאמר הרב אדנירם. לשם ייחוד קו' בריך הוא ושכינתי'...!
הערר נאייריאה, בען: ביטע איך אינען אינפארמירן לאססען. די ווירדע פאן דען מאנאטליכן מאגאזין פון פאראויס בעשטימט ווירד. זאנדער'ן ווען איך האבע מיינע מיינונג אויסגעדרוקט דא. קענען זי ניכט אב-אנטווארטן זאפארט. וועהרענד זי ווירדנן מוססען אויסווארטן ביז די קאמענדיגע אויסגאבע ערשיינען ווירד. ניכט זאא ווי דאס עלעקטראנישע אונטערנעץ געשריבענע אויסגאבע ווירקליך איזט. דעס זי מאמענטאל אנטווארטן קעונען...!

נ.ב.: העררן בען. פארדריי דיר דיין קאפ..יא...!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קלוגע יודל »

אדנירם האט געשריבן:די גרויסקייט גייט אי"ה זיין די סייז פונעם 'שטערן'. אזוי אז יעדער זאל קענען מאכן א קליין זיס קונטרס'ל פון זיין קאמפיוטער, און עס איז קאמפאקט מיטצונעמען איבעראל.


די מיינסט זעכער די סייז וואס איז האלב פון א נארמאלער פאפיר (letter size) וואס דאס איז 8.5 * 5.5, און דאס איז קלענער פון די שטערן, און עס גייט שוין אריין און די קאטעגאריע פון קלענערע גליונות, משא"כ די שטערן וואס דאס איז גרעסער (און פראקטישער). איך פארשטיי אבער אז ווילאנג עס איז נישט דא צו באקומען אין די געשעפטן, און יעדער איינער דארף דאס אליאנס דרוקען אויף זיין אייגענע קאמפיוטער, איז זייער נישט פראקטיש צו מאכן א נישט סטאנדארטע סייז (די שטערן איז נישט סטאנדארט, משא"כ 8.5 * 5.5 איז יא סטאנדארט)
אדנירם האט געשריבן:
בנוגע פארקויפן אין געשעפטן, איז עס לכאורה פראבלעמאטיש וויבאלד ס'קומט ארויס דורך 'קאווע שטיבל'... אבער באמת וואלט געדארפט זיין אזא מעגליכקייט [כאטש 'אנדער די קאונטער']. אדרבה, אויב איינער קען ארויסהעלפן דערמיט, זאל מודיע זיין דא אדער אין אישי.

איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט דעם, אבער איך מיין אז די מפיץ פון אלע אנדערע צייטונגען וואלט עס גערן געטון. (עכ"פ זעכער די ספרד'ישע מפיץ וואס איז מפיץ אלע ארץ ישראלדיגע צייטונגען ליל שישי שפעט ביינאכט)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זאכן רוקן זיך מיט גרויסע טריט...

החכם השלם [tag]פלאוויוס[/tag] האט שוין אריינגעשיקט א נייע ארטיקל צום מאגאזין. פרי עמלו והגיגו.
החכם החוקר [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] פארענדיגט א מעכטיג שטיקל 'סענזאציע' וואס וועט האפנטליך זיין גרייט אויף היינט.

מיר האבן שוין גרייט די חלקים 'חדשים גם ישנים' און 'מן הגנזים', און עס איז קוים דא פלאץ אפילו פארן מדור 'חדשות אני מגיד'.

-------------
געדענקטס: קודם חצות הלילה פארמאכט די רעדאקציע די טירן, אריינצולייגן פרישע ארטיקלען אינעם 'ערשטן' מאגאזין פון 'דער וועקער'.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פיקאסא »

נודה לשמך בתוך אמוני, ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה!
אט אט גרייט מען זיך בס"ד ארויסגעבען דעם "אור הגנוז" און א שיינעם פארמאט ווי עס פאסט זיך.
כ'האב נישט די ווערטער און מויל צו באדאנקן ידיד נפשי וידיד כל השטיבל החכם השלם, כל רז לא אניס ליה, עושה ומעשה ולמען כבוד השטיבל לא נח, ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, איש האשכולות שהכל בו ה"ה הרה"ג אדנירם שליט"א, וואס האט ברוב חסדו וטובו איבערגענומן די לייצעס אין די הענט אריין, און וועט אי"ה טוהן מלאכתו באמונה מיט די הילף פון די אנדערע חשוב'ע ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך. א לענגערע אפציעלע דאנק וועט אי"ה נאכפאלגן לכשירחיב.
בשם כל הקהל הקודש וואונטש איך איהם אהן, אז ער זאל מצליח זיין מיט אונזערע אויסגאבע, עס זאל זיין א פראכט פארן שטיבל און א פראכט פאר כלל ישראל, ס'זאל זיך גרינג פירן אהן קיין עגמת נפש, ובכל אשר תפנה תצליח.

ידידו עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פיקאסא »

קלוגע יודל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:די גרויסקייט גייט אי"ה זיין די סייז פונעם 'שטערן'. אזוי אז יעדער זאל קענען מאכן א קליין זיס קונטרס'ל פון זיין קאמפיוטער, און עס איז קאמפאקט מיטצונעמען איבעראל.


די מיינסט זעכער די סייז וואס איז האלב פון א נארמאלער פאפיר (letter size) וואס דאס איז 8.5 * 5.5, און דאס איז קלענער פון די שטערן, און עס גייט שוין אריין און די קאטעגאריע פון קלענערע גליונות, משא"כ די שטערן וואס דאס איז גרעסער (און פראקטישער). איך פארשטיי אבער אז ווילאנג עס איז נישט דא צו באקומען אין די געשעפטן, און יעדער איינער דארף דאס אליאנס דרוקען אויף זיין אייגענע קאמפיוטער, איז זייער נישט פראקטיש צו מאכן א נישט סטאנדארטע סייז (די שטערן איז נישט סטאנדארט, משא"כ 8.5 * 5.5 איז יא סטאנדארט)
[quote="אדנירם"]


יא, דער סייז האב איך טאקע געמיינט. היות רוב וואס פרינטן ארויס דרוקען עס אזוי ווי א בוקלעט, וועט יעדער זייט זיין האלב די סייז פון א רעגיילאר לעטער פעיפער.

( די ערשטע אויסגאבע האב איך בטעות געמאכט אויף די אינטערנעשענעל A5 פעיפער, היות דאס איז די דיפאלט און די פראגראם וואס איך נוץ. דאס איז זייער ענדליך צו די אויבןדערמאנטן סייז, אפגערוקט מיט בלויז אפאר מילי מעטער. אי"ה די צווייטע וועט שוין זיין מער פונקטליך. ואתכם הסליחה )
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אבטולמוס לאז דער באן לויפן, אויב דאס זאגט די געפיל פון די עורכים, זאלן זיי גיין דערמיט, די פרטים זענען ממילא נישט אוו א מענטש קען נאר ארבעטן לויט ווי זיין הארץ דיקטירט אים.
די זעלבע מיט אלע אנדערע וואס גייען קומען מיט מיינונגען און דקדוקים אויף דברים של מה בכך, מ''קען נישט אלעס און יעדן צופרידנשטעלן, זאגט שכועעח און געגאנגען ווייטער.
כלפי שש אוו פיקאסא, חברה ס'איז א שווערע ארבעט און זאלט עטס האבן הצלחה. אזויפיל יא, איך בין נתפעל פון די פראפעסיאנאליזם וואס דא שמעקט, דער נאמען דער וועקער איז ערשטקלאסיג און איך וואונטש אייך מיין ווערי בעסט.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פיקאסא »

יישר כוח @כוכב פאר דיינע הילף בעבר ובעתיד. דיינע הדרכות שטייען אונז פאר די אויגן די גאנצע צייט.
עליך הכתוב אומר " מצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד".

ידידך עוז המוקירך מעומק הלב
פיקאסא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האלט גראדע אז [tag]אבטולמוס[/tag] זאגט א ריכטיגע געדאנק. מעגליך אז מ'וועט עס טאקע אויסשטעלן אביסל אנדערש ווי געשמועסט אויבן.

אדרבה, די תגובות אין דעם אשכול איז די פלאץ פאר הערות והארות, לשפר הענין בכי טוב, ווי כ'האב קלאר געבעטן פונעם עולם.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך זע דייקא יא די וויכטיגקייט פון געבן פראמינענץ און אויפמערקזאמקייט מיט א ספעציעלן אפטיילונג פאר נייע ארטיקלען, ווי צו זאגן דאס געהערט אין א ספעציעלן אויסדערוועלטן זשאנער, און ברענגען א טרייב קראפט פאר'ן עולם צוצושטעלן פרישס, אז נישט וועט מען נישט שרייבן
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

היסטארישע שער בלאט פונעם ערשטן "דער וועקער מאגאזין". אין חדש תחת השמש..

בילד

איך זע אז די נאמען שיינט צו זיין דוקא א זאפטיגע:

בילד
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך טאמבל סאס »

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... prov=sfla1
"מעורר כשמו כן הוא: השתדל לעורר את היהודים בגליציה מתרדמתם ומשקיעתם בד' אמותיהם, להפנות את המבט לעבר בעיות העם היהודי בחיפוש אחר פתרונות למצוקותיו ולסבלו."

"משתתפי המעורר חתמו על פרי עטם בשמותיהם, בפסבדונימים, ולפעמים הותירו אותם בלא חתימה. מכך עולה סוגיה נפרדת בתולדות כתב העת: מי עמד מאחורי כל קטע לא חתום (או חתום בשם עט) ומי "אימץ" את רעיונותיו של חברו למערכת ביצירות מאוחרות יותר. גם ב"מעורר" וגם ב"הירדן" שלטו המגמה הציונית והעברית בדגש על יהדות גליציה, סופריה וקוראיה. הירדן היה אליטיסטי יותר וקהל קוראיו מצומצם ביחס למעורר היותר עממי שציבור קוראיו דובר יידיש. עם זאת במעורר הודגשה חשיבות העברית במאמרי המערכתובמאמרים המעטים האחרים שנכתבו בעברית או ביידיש על השפה העברית."

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבטולמוס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ראובן לאז דער באן לויפן, אויב דאס זאגט די געפיל פון די עורכים, זאלן זיי גיין דערמיט, די פרטים זענען ממילא נישט אוו א מענטש קען נאר ארבעטן לויט ווי זיין הארץ דיקטירט אים.

כ'בין מסכים, נאר די חשוב'ע רעדאקציע האט געבעטן אז מ'זאל זאגן הערות, זאג איך.

כוכב האט געשריבן:איך זע דייקא יא די וויכטיגקייט פון געבן פראמינענץ און אויפמערקזאמקייט מיט א ספעציעלן אפטיילונג פאר נייע ארטיקלען, ווי צו זאגן דאס געהערט אין א ספעציעלן אויסדערוועלטן זשאנער, און ברענגען א טרייב קראפט פאר'ן עולם צוצושטעלן פרישס, אז נישט וועט מען נישט שרייבן

אוודאי דארף מען געבן פראמינענץ פאר נייע ארטיקלען, אבער דער גאנצער זשורנאל* דארף נישט ווערן אויסגעשטעלט לויט דאטומען ווען ארטיקלען זענען געשריבן געווארן. ווי כ'האב פריער געזאגט, אין דעם ווארט פון דער רעדאקציע קען מען אויסשמועסן יעדן ארטיקל ווען עס איז געשריבן געווארן. בנוסף צו דעם קען מען מאכן א גרויסע מודעה "ספעציעל צום 'וועקער'" פאר ארטיקלען וואס ווערן צום ערשט פארעפנטליכט אינעם זשורנאל.

______
*אגב, רוף עס מיט'ן מער בכבוד'יגן "זשורנאל", נישט "מאגאזין".

ראובן: לפענ"ד איז אדנירם, כוכב און פיקאסא גערעכט. ווייל (איך רעד פון מיר אליינס). ווען איך גיי אדורך דעם ניוססטענד און כ'זעה די קאווער און העדליינס פון די אידישע און אנגלא-אידישע מאגאזינען, איז די ערשטע זאך וואס ציהט מיין אויג, די נייעס און פרישע ארטיקלען וועלכע צינדן אן מיין נאטורליכע נייגעריגקייט און איך קען מיך נישט גובר זיין אויפ'ן יצר טוב/יצר הרע...? ביז איך קויף עס...!
אויך די שוין-פובליציר'טע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין דעם עלעקטראנישן חלק פון קאווע שטיבל זזענען גאר אינטרעסאנט. ס'איז ווי א שפיגל וועלכער טוט רעפלעקטירן די מיינונג פון באקאנטע שרייבערס...!
פארשפארט