[center]***[/center]
איך וואלט געוואלט מיטטיילן מיטן עולם פארשידענע וויכטיגע נקודות, וואס איז נוגע פארן הצלחה פונעם זשורנאל, און הנאה פונעם עולם. געוויסע פרטים קענען זיך מעגליך נאך טוישן, געוואנדן אינעם רעאקציע פון די חשוב'ע חברים שיחיו:
1. דער זשורנאל וועט אי"ה פארמאגן דריי אפטיילונגען:
- "חדשות אני מגיד" = ארטיקלען וואס גייען צוערשט נתפרסם ווערן אינעם מאגאזין, נאך בעפאר עס זאל האבן ערשינען אין א צווייטן ארט.
- "חדשים גם ישנים" = לעצטיגע ארטיקלען וואס זענען שוין נתפרסם געווארן אין אונזער פאפולערן וועבזייטל 'קאווע שטיבל'.
- "מן הגנזים" = אויסגעצייכנטע ארטיקלען וואס זענען געשריבן געווארן גאר גאר לאנג צוריק, און זענען פארשטויבט געווארן אין די קעלערן פון ק"ש, באין קוראים אותו.
2. לגבי די חלק 'חדשות אני מגיד'. וויבאלד מיר געבן א חודש צייט בין זשורנאל לזשורנאל, האבן די ניקס גענוג צייט אריינצושיקן זייער ארטיקל צום רעדאקציע. מיר וועלן נישט טאלערירן פארשלעפטקייט, און אויב ס'וועט אריינקומען צו שפעט וועט עס קענען אריינגיין אינעם קומענדיגן זשורנאל. דאס איז נישט קיין 'פה-סח' וכדומה, און קיינער דארף נישט שפירן קיין עול אריינצולייגן א נייע ארטיקל אינעם זשורנאל.
3. לגבי די חלק 'חדשים גם ישנים'. ווי פארשטענדליך, ווערן געשריבן פיל מער אשכולות אין ק"ש, ווי דאס וואס קען אריינגיין אין א זשורנאל. ווי אויך, פאסט נישט יעדע סארט ארטיקל אריין אין אונזער פרעסטיזשפולן זשורנאל. דערפאר האבן מיר געגרינדעט א קאמיטע וואס זאל זיך אפגעבן און באפאסן מיט דעם, בוחן צו זיין די אשכולות צו זען וועלכע איז פאסיג אויסדערוועלט צו ווערן, אריינצוגיין אינעם זשורנאל למען יעמדו למשמרת. ביטע פארשטייט אז מיר קענען נישט אלעס אריינלייגן, און די וועד וועט מחליט זיין על פי רוב, וועמענ'ס ארטיקל וועט קענען אריינגיין.
דאס זעלביגע זאגן מיר כלפי די וואס ווילן אריינלייגן א נייע ארטיקל אינעם זשורנאל, וואס איז נאכנישט ערשינען אויף ק"ש. מיר וועלן נאר קענען אקצעפטירן ארטיקלען פון העכערן ניווא און קוואליטעט. די מספר בלעטער זענען באגרעניצט, און מיר קענען נישט אריינלייגן סיי וואס.
4. איידער מיר גייען אריינלייגן די ארטיקלען אינעם זשורנאל, וועלן מיר בעטן רשות פון די מחברים פון די ארטיקלען, עס צו קענען אריינלייגן. מיר וועלן זיך פרובירן צו רעכענען מיט בקשות, און מיר קענען צענזורירן געוויסע שטיקלעך [אדער שרייבן אונטער א פסעוואדנום] וויבאלד זיי גייען ארויס אין גאס, וד"ל.
5. די ארטיקלען וואס וועלן אויסגעקליבן ווערן, און אזוי אויך די נייע ארטיקלען וואס וועלן צוגעשיקט ווערן צום רעדאקציע, וועלן אדורכגיין א פראפעסיאנאלע הגהה דורך אנדערע ניקס וואס קענען זיך אויס אין גראמאטיק.
6. אונזער גראפיקער [tag]פיקאסא[/tag] הי"ו, טוט זיין ארבעט [אויפדערווייל] שלא על מנת לקבל פרס. ביטע פארשטייט אז ער דארף נישט קיין פרעשור און דעות טיילעריי דורך די חשוב'ע חברים. ער טוט נאר די גראפיקס. על פי בקשתו האב איך גענומען די לייצעס אין די הענט, צו פירן די איבעריגע חלק פונעם הוצאה לאור, און איך רעד זיך אדורך מיט נאך אפאר חברים וואס זענען גרייט אנטיילצונעמען אינעם גראנדיעזן חודש'ליכן פראיעקט.
צווישן די חברים וואס העלפן ארויס אז דער זשורנאל זאל ערשיינען מיט הצלחה, ציילן זיך די ניקים החשובים [tag]געוואלדיג[/tag], [tag]שמעקעדיג[/tag], און [tag]אבטולמוס[/tag]. אלע וואס ווילן צולייגן א פלייצע, זענען וועלקאמען. עי' הערה שלאח"ז.
7. מכאן הקריאה יוצאת: ווער עס איז גרייט צו העלפן [בעיקר מיט הגהה], זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אין אישי. מיר דארפן אייער הילף, אז עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתקבל, מדי חודש בחודשו.
אזוי אויך, ווער עס האט א נייע ארטיקל - נאכנישט ארויפגעלייגט אויף ק"ש, און וויל עס קודם מפרסם זיין אינעם זשורנאל, זאל מיר ביטע קאנטאקטן אין אישי.
8. מיר ווארטן צו הערן פון אייך הערות והארות איבערן זשורנאל באופן כללי, דא אונטן אין די תגובות [די נאמען פונעם זשורנאל קענען מיר טוישן, אזויווי די אנדערע זאכן וואס מיר האבן אויסגעשמועסט].
------------
נ.ב. וויבאלד די ערשטע זשורנאל איז שוין גרייט צו ערשיינען גאר בקרוב, וועט דער ערשטער מעגליכקייט פון 'חדשות אני מגיד' נישט זיין אפן פאר מער פון די קומענדיגע 24 שעה. אזוי אויך וועט די הגהה מעגליך נישט זיין אזוי שטארק ווי די שפעטערדיגע זשורנאלן, ואתכם הסליחה. מיר האפן צו פארבעסערן די נקודות, מיטן האבן א גאנצע חודש ביזן ערשיינונג פונעם צווייטן זשורנאל.