געוויס פארשטיי איך די חילוק פון א לייב און א מייז, אבער ווען עס קומט צו ראטעווען א מענטש פון א חי' טורפות גיבסט נישט די מושג פון טראגעדיע. עס וואלט געווען א טראגעדיגע אויב די קינד וואלט אומגעקומען.
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.
די ביסט אפשר א vegan אויך? די עסט נישט קיין פלייש אדער אייער ? די גייסט מיט לעדערנע שיך ? מיט וואספארא קליידער גייסטו אנגעטהין ? קום נאר אהער לאמיר טאקע זעהן צו די האלטס די חיות פונקט ווי מענטשען אדער די רעדסט נאר אזוי
די שמועס דא צו דער בעל חיה קומט ערשט צו די מענטש איז א שיינע שמועס, אבער מיט ריאלעטי פון ווי אזוי די וועלט ארבייט האט עס גארנישט. יעדער מענטש וואלט געהארגעט א בעל חיה וואס באדראעט זיין לעבן. דא איז געווען א קינד (טאקע מיט עלטערן וואס קומט זיך פעטש) וואס איז אנגעקומען אין די לאפעס פון א בעל חיה, וואס עסט טאקע נאר סאלאט, נישט קיין פלייש, אבער איז זייער אגרעסיוו ווי געזעהן אויפן ווידיאו. דער קינד זייענדיג א קינד האט געדארפט מ'זאל אים העלפן, וואס גרויסע וואלטן געטוהן אין אן אויגנבליק אויב זיי זענען אין זיין מצב.
בנוגע בעל חיה רעכטן, דאס איז א צווייטע שמועס פון וויי טוען בעלי חיים, אן דעם וואס זיי זענען א סכנה פאר די מענשהייט.
די טענה אז מ'טאר נישט איינשפארן בעל חיים האט גארנישט אהער. די שאלה איז דא אויב די קינד איז אין א סכנה פאר וועלכע סיבה, וואס טוט מען. און די תשובה איז ווייטאג'לעך: הארגע דעם גרילא, על אף וואס ער איז א באדראטע ספיסיס. איך ביך זעכער אז א גרילא שופט וואלט אנדערש געהאלטן, אבער ליידער האט ער נישט קיין דעה ווען ס'קומט צו אונזערע קינדער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
געוויס פארשטיי איך די חילוק פון א לייב און א מייז, אבער ווען עס קומט צו ראטעווען א מענטש פון א חי' טורפות גיבסט נישט די מושג פון טראגעדיע. עס וואלט געווען א טראגעדיגע אויב די קינד וואלט אומגעקומען.
Agree. דאס מיינט אבער נישט אז דאס אז מ'האט געדארפט (און מען האט געדארפט!) אומברענגען דעם גענצליך אומשולדיגן גערילע אז ס'נישט א טראגעדיע פאר זיך, טאקע סך א קלענערע טראגעדיע ווי אויב דאס קינד וואלט געשטארבן. דער גערילע איז אגב נישט א חיה טורפות זיי עסן נאר פלענטס פרוכט געוויקסן.
איך בין אבער אויך מסכים מיט וואס די אקטיוויסטן אויף די פעיסבוק גרופע טענה'ן. אויב דו גייסט הרג'ענען די חיות ווען אזא מעשה געשעהט, דאס מיינט אז דו קענסטיך נישט באווארענען דערקעגן, איז האלט נישט אויף קיין זו. איי, די חיות לעבן לענגער אין קעפטיוועטי? דאס זאגן דאך אונזערע מנהיגים אויף אונז אויכעט..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין אבער אויך מסכים מיט וואס די אקטיוויסטן אויף די פעיסבוק גרופע טענה'ן. אויב דו גייסט הרגענען די חיות ווען אזא מעשה געשעהט, דאס מיינט אז דו קענסטיך נישט באווארענען דערקעגן, איז האלט נישט אויף קיין זו. איי, די חיות לעבן לענגער אין קעפטיוועטי? דאס זאגן דאך אונזערע מנהיגים אויף אונז אויכעט.
די חיות לעבן מעהר אין קעפטיוויטי??? פונקט פארקערט מיין פריינד, א עלעפאנט לעבט 11 יאהר אין זו און 60 יאהר אין די וויילעד,והוא הדין מיט לייבן, לעמפערטס, וכו'
די זוס רעדן איין די מענטשען אז זיי לעבן לענגער אין קעפטיוויטי, אבער סיינעטיסטן און חיות עקספערטס זאגן קלאר אז ס'איז פונקט קאפיוער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.
די ביסט אפשר א vegan אויך? די עסט נישט קיין פלייש אדער אייער ? די גייסט מיט לעדערנע שיך ? מיט וואספארא קליידער גייסטו אנגעטהין ? קום נאר אהער לאמיר טאקע זעהן צו די האלטס די חיות פונקט ווי מענטשען אדער די רעדסט נאר אזוי
איך בין א וועטשעטערין, איך פראביר מיין בעסט, סאיז נישט אזור גרינג ווען מוואקסט אויף מיט גאנץ א אנדערע דיעטע, איך פאל דורך דא און דארט. אונז בודהיסיטן פירן זיך נישט צו עסען בעל חי׳.
טאמער עס איך יא איז עס free range.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Within Africa, the West African lion population is particularly endangered. In the wild, males seldom live longer than 10 to 14 years, as injuries sustained from continual fighting with rival males greatly reduce their longevity. In captivity they can live more than 20 years
שבת דו שרייבסט סתם שקר פון בויך ארויס... דער לייב לעבט לענגער אין זו!
Gorillas live about 50 years in captivity; their life span in the wild is only about 35 years (like most animals, they live much longer in captivity). Gorillas are primarily terrestrial (although they lived in trees back in their evolutionary past
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
Wolves in the wild have an average life span of six to eight years, but wolves have been known to live up to 13 years in the wild and 16 years in captivity. The natural causes of wolf mortality are primarily starvation, which kills mostly pups, and death from other wolves because of territory fights
ווייזט אויס אז ס'איז טאקע יתכן אז די זאכן זענען באמת נארמאל. אויב איז ליפא גערעכט אז זיי לעבן לענגער אין זו זאלן זיי טאקע זיין אין זו. אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז פרויען אין קנעכט האבן א בעסערע לעבן ווען א צווייטער מאכט החלטות פאר זיי און שטעלט זיי צו זייערע געברויכן זאל טאקע אזוי זיין.
כ'האף אז דו זאגסט עס נאר ארויסצוברענגען ווי ווייט אזא approach קען פירן. גלייבסט נישט אמת'דיג דערין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
The oldest wild inland grizzly was 34 years old in Alaska; the oldest coastal bear was 39. Captive grizzlies have lived as long as 44 years,
דאס איז נישט עקסטערנל דאטא. דאס איז נאך עמיצער שרייבט אויף די אינטערנעט. וואס זענען די מקורות צו די עצם שטודיעס באזירט אויף אבזערוואציע אין די נאטורליכע וועלט? איך האב נאכגעזאגט מתוך זכרוני און ס'האט געמאכט סענס. יעצט אז למען אחי זאגט פארקערט ווייס איך שוין נישט.