ניטאמאל האסטו פראבירט צו פארשטיין וואס איך זאג אויבן:
ריכטיג האט געשריבן:, די פראבלעם איז נישט געווען אז די פרויען און קנעכט האבן נישט געהאט קיין רעכטן נאר אז די מענער און הארן האבן אביוזט דעם סיסטעם.
דו פארשטייסט ניטאמאל וויאזוי ס'איז מעגליך צו טראכטן אנדערש ווי דאס וואס דו גלייבסט, ס'האט נישט קיין זין דיר דאס מסביר צו זיין. בעצם איז דיין מהלך מלא סתירות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר מסביר זיין וויאזוי ס'איז מעגליך אז דער אביעקטיווע מאראל זאל זאגן אנדערש, דו גלייבסט דען אין אביעקטיווע מאראל? דיין חתימה שרייט דאך 2016 מיט א קוועסשן מארק? און טאמער נישט וואלסטו דאך שוין לאנג געדארפט וויסן אז מיין מהלך מוז נישט זיין אפגעפרעגט?
אנטשולדיגט, אבער איך וויל רעדן בלויז צו מענטשן וואס פארשטייען מיין חתימה.
דהיינו? וואסערע סתירות?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
איך וועל עס איבערזאגן נאכאמל, סאיז ממש נישט צום גלייבן ווי געוויסע אידן האבן נאך אזעליכע צוריקגעשטאנענע מיינונגען אזש אז זיי זענען גרייט צו רעדן אזעליכע שטותים מיט הבלים פון בארעכטיגן אונזער נידערטרעכטיגע עבר פון סעקסיזים און בארבאריזים אפילו נאר למחצה ולשליש. און ער האט נאך די חוצפה צו טעהנן אז ער איז גערעכט! דו ווייסט אז אלע דיקטעטארס האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט? וואס איז דיין פוינט אפילו? האסט דיך אנגעקלעיבט צוויי ווערטער ״אביעקטיווו מאראל״ און מיט דעם בארעכטיגסטו טויזענטער יאהרן פון רציחה? ווי איז דיין שכל?? וואס פונקטליך רעדסטו? רעדסט פון היץ?
שרעקליך! אפשר ביסטו נישט שולדיג ביסט למעשה אויפגעוואקסן אין א פרימיטווע קולט וואס בארעכטיגט טאקע סעקסיזים און געט נישט פאר פרויען און גוים קיין גלייכע רעכטן ליידער ליידער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת, איך האב פארשטאנען פון דיין חתימה אז דו מיינסט צו טענה'ן אז איך טראכט נישט ווי די פארגעשריטענע מהלך פון 2016, אבער לויט די פארגעשריטענע עקזיסטירט דאך נישט קיין אביעקטיווע אמת אלזא וואס שרייסטו? ע"ז התכוונתי בסתירות. שו"ר אז דו האסט גאר מורא אז דאס איז די טראמפ מהלך שנשרש ב2016 .
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ר' [tag]ריכטיג[/tag], וואס מיינסטו אז עס איז בעסער פאר פרויען ווען מענער מאכן פאר זיי החלטות? אז זיי וועלן לעבן לענגער האבן מער געלט? א מענטש וואס האט נישט אייגענע פרייהייט האט כמעט נישט קיין לעבן אפי' אויב ער האט געלט מיט עסן, עס איז קעגן די עצם מענטשליכע נאטור און געפיל צו לעבן אינטערדריקט, איז ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז באמת בעסער פאר זיי צו לעבן אינטער אן אנדערען'ס בעלות?
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
קודם דארף מען וויסן וואס איז די גדר פון אונטערדריקט, איינמאל מען נוצט דעם ווארט איז שוין שווער זיך צו טענה'ן. ווייל צו בן אדם'ס תגובה איז סארקאסטיש צו נישט האט ער למעשה א שטיקל נקודה. ס'איז דא פונקט אזוי א פארקערטער געפיהל פון אונטערגעדריקט וואס דאס איז פארלוירנקייט, א דירעקטע תוצאה פון צופיהל חירות. איינער וואס זיין ביזנעס גייט שווער לוינט זיך ער זאל דאס גיבן אין די האנט פון א בעסערן ביזנעסמאן ער זאל דאס פיהרן עד יעבור זעם כאטשיג ס'איז דאך זיין אייגענע ביזנעס, איינער וואס זאכן אין לעבן קומען איהם אן שווער לוינט זיך לטובתו אז א צווייטער זאל איהם פיהרן, מען קען אין דעם א סך מאריך זיין, עכ"פ דאס אנצורופן אינטערדריקט איז סעמענטיקס. לעניננו, פרויען אפראוטשען דאס לעבן שווערער ווי מענער, ווי החלטות לדוגמא, און יא, ס'הערשט א געוויסע רואיגקייט ביי א פרוי ווען זי ווערט געפירט דורכן מאן.
שבת אחים האט געשריבן:איך וועל עס איבערזאגן נאכאמל, סאיז ממש נישט צום גלייבן ווי געוויסע אידן האבן נאך אזעליכע צוריקגעשטאנענע מיינונגען אזש אז זיי זענען גרייט צו רעדן אזעליכע שטותים מיט הבלים פון בארעכטיגן אונזער נידערטרעכטיגע עבר פון סעקסיזים און בארבאריזים אפילו נאר למחצה ולשליש. און ער האט נאך די חוצפה צו טעהנן אז ער איז גערעכט! דו ווייסט אז אלע דיקטעטארס האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט? וואס איז דיין פוינט אפילו? האסט דיך אנגעקלעיבט צוויי ווערטער ״אביעקטיווו מאראל״ און מיט דעם בארעכטיגסטו טויזענטער יאהרן פון רציחה? ווי איז דיין שכל?? וואס פונקטליך רעדסטו? רעדסט פון היץ?
שרעקליך! אפשר ביסטו נישט שולדיג ביסט למעשה אויפגעוואקסן אין א פרימיטווע קולט וואס בארעכטיגט טאקע סעקסיזים און געט נישט פאר פרויען און גוים קיין גלייכע רעכטן ליידער ליידער.
ליידער ליידער שרעקליך שרעקליך… נאך אפאר יאר ווען די פארשאלטענע פעמענאציזים וועט אונטערגיין און יעדער וועט צוריק אנערקענען אין די ריכטיגע צוגאנג צו א פרוי… וועט די דעמאלסדיגע שבת אחים שרייבן מיטן זעלבן לשון קעגן די צוריקגאשעטאנענע פעמענאציס…
KolHao3m3 lam @Kol Haolam: Trump on killing of Ohio Zoo Gorilla "I think it was a though call, i don't think they had a choice," they had to save the boy
ס׳געפעלט מיר ווי די צוריקגעשטאנענע בהמות וואס ווילן טעהנ׳ן אז סאיז בעסער פאר די פרוי׳ס וואוילזיין צו זיין א שפחה פאר די מאן איגנארירן די פאקט אז סאיז דא הונדרעטער עגונות וואס זענען סטאוק אין די באבל און דער מאן האלט נישט ביים געבן א גט סתם איר צו פייניקן, דעס איז אויך בעסער פאר די פרוי??? הא??? @ריכטיג?
דער אמת איז אז רעליגע אן סעקסיזים איז אזויווי א קאץ אן קיין וויידל. דאס איז פונקטליך וואס ענק ווילן, מענער זאלן מיניפיעלעיטן די פרויען, ------------ כפירה איז נישט ערלויבט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
בכלל, דער מושג פון איך מאכן בעסיק החלטות פאר יענעם איז אדער פאר עמיצען וואס קען נישט, כגון א קינד אדער א יוטעליטערי מהלך. וואס לוינט זיך פאר'ן מחליט ביזנעסווייז.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.