'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראובן: א קליינע הערה'לע אויף דיין דרך אגב'דיגע הערה. אז מ'זאלל עס נישט רופן בלשון ..."מעגעזין"... נאר מיט דעם מער-בכבוד'יגן נאמען..."זשורנאל"...
איך מיין אז דאס איז א סאטמערע משוגעת... מבחין צו זיין צווישן א זשורנאל און א מעגעזין. דער איד און דער בלאט באנוצן זיך מיט אט דעם סגנון הלשון.
מעגעזין, קען עפעס מיינען ציוניסטיש און פראסט. וועהרענד (בן נריה אלערט) זשורנאל מיינט עפעס העכערס און איידל. צוזאמגעשטעלט דורך היימישע אינגעלייט און נאר איידעלע אידן ליינען עס...!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

בערל האט היינט אריינגענומען די באס פאר א אויל זשענזש. ממש געשמירט יעדע ווארט היינט. :lol:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאמיר רעדען קלאר. טאמער דער וועקער ערשיינט חודש'ליך, און מ'פארשפרייט עס געהעריג, וועט מען אויפטוהן אז דער נוסח, דער מהלך המחשבה וועט ווערען מער אנגענומען ביים ציבור. ס'וועט עפענען די אויגען פון דער מענטשהייט אז מ'זאל אנקוקען דער וואס טראכט אביסל אנדעריש ווי נאך א מיטגעליד פונ'ם געזעלשאפט.
ס'איז א געוואלדיגע זאך, און מ'עט זיכער נאכשרייען. אבער פונקט ווי די 'גע'אסרטע צייטונגען', וועט זיין א גאנג פון 'די הונט בילד און דער באן פארט ווייטער'.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

קריינא דאגרתא.. אפשר קענט איר עפעס מסדר זיין מיט דיסטריביושען?
דו האסט דאך קאנעקשענס מיט עמעזאן...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:בערל האט היינט אריינגענומען די באס פאר א אויל זשענזש. ממש געשמירט יעדע ווארט היינט. :lol:

רויטע וואנצעס: אויף מיין באס העלפט שוין נישט קיין אויל טשענדזש. מ'דארף מאכן א באס טשענדזש...ס'נישט קיין גוזמא... :lol:
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אז מ'טרעפט יא א דיסטריביטער וויפיל גייט עס קאסטן אין געשעפט? פארוואס קען מען עס נישט דרוקן אויף דינע פאפיר אזוי ווי עמי מאמענט אד''ג און סזאל קאסטן נישט מער ווי עטליכע דאלער? אויך זאל מען טרייען צו האבן עדס
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
אביתר פריעדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך אביתר פריעדמאן »

געוואלדיג! געוואלדיג!! גייטס אן מיט די ארבעט!!!
איין זאך וויל איך אנמערקען אז סמוז נישט זיין נאר ארטיקלען, סאיז אויך גוט רובריקען, סיי ווייל די מח קען נישט אנציען צו שטודירען א גאנצע פאמפלעט מיט ארטיקלען, און סיי אייער ארבעט וועט זיין אביסעל גרינגער און נישט דארפען צאמקראצען אזויפיל חומר,
און איך וועל שטעלן אפאר דוגמאות פון וואס מקען מאכען א רובריק
-ציטאטען פון גרויסע פיגורען אדער צייטונגען {מאמענט}
-אדער שטיקלעך קליינע עקסטער אינטערסאנטע נייעסער {שטערן}
-נייע ביכער וואס זענען פריש ערשינען אוויפען מארקעט {מבאר רבותינו}
-היסטאריש בילדער צו מאמענטן {בלאט}
-גוטע ווערטליך צו מאמארים {טרוביון}
-בריווען פון ליינערס {איד}
-עצות און טיפס {צייטונג}
-עצות איבער וואס צו שרייבען {קאווע שטיבעל}
-נייע טעלעוויזיע שאוס וכדו'
-און נאך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפדעיט:

1. דער חכם וחוקר נפלא [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag], האט אונז אריינגעשיקט אן ארטיקל. פארזיכערטע באמבע אויפרייס און סענזאציע!

2. די אנדערע ארטיקלען זענען שוין כמעט גרייט צו ווערן געדריקט.

3. געדענקטס אז נאך בעפאר חצות הלילה שליסט די רעדאקציע די טירן פאר נייע ארטיקלען.

4. דערווייל האלט די דזשורנאל ביי ארום 40 בלעטער, 'דער שטערן/שפאקטיוו' סייז.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך באשטעל שוין די באמב סקוואד
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך דעת תורה »

איך שטעל זיך פאר, אז די קאנטראווערסיעלע ארטיקלען וועלן זיין פון שבת אחים פארום, נישט פון העמק דבר.

'מאחורי' ארטיקלען קענען גראדע ציען פרעצעדענטלאזע אינטערעס... ערנסט גערעדט, באהאנדלען געוויסע סארט העלט און פערסאנעל אישו'ס וואס איז טאבו ביי אנדערע מאגאזינען, קען זיין א געוואלדיגע איידיע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך טאמבל סאס »

דעת תורה האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר, אז די קאנטראווערסיעלע ארטיקלען וועלן זיין פון שבת אחים פארום, נישט פון העמק דבר.




ס'וועט זיין אויף די בלעטער אינדערמיט אזוי אז די 'אונטער פערציג' זאלן עס קענען ארויסציען לייכט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]עס איז א געוואלדיגע טאג פאר מענטשן וואס טוען קאמיוניקירן אין דער אידישער שפראך. עס איז א זעלטענע דערגרייכונג פאר די פרייהייט פון ווארט. עס איז נישט דא די ריכטיגע ווערטער צו באגריסן דעם וואונדערבארן אנטוויקלונג.

מיט געציילטע מאנאטן צוריק, זענען באזוכער און שרייבער אויף 'קאווע שטיבל' וועבזייטל, און דארונטער דער גאנצער אידישער גאס, געשטאנען ווי שלאנג געביסענע, און דעבאטירט דעם אונטערגאנג פון א פענאמענאלע מקום חכמה, עס האט געריסן ביים הארץ צו זען ווי די זייטל וואקלט זיך, און אינדיווידיאלן פרובירן מיט זייער גאנצער אייפער צו טוהן וואס אימער עס איז צו זייער מעגליכקייט, אז דער פלאץ זאל געהאלטן ווערן אפן.

מיט א צייט שפעטער, מען רייבט די אויגן, עס טוט זיך א טראפיק, אשכולות, טאלאנט, און נאך דאס מערסטע טוט ארויסשטארן א אשכול איבער א נייע "מאגאזין", (צו דזשורנאל, כ'שטיי ארויס פון מחלוקת...) נישט מער און נישט ווייניגער, ערצייגט דורך די לייבישע קעפ, חכמים אין די זעלבע וועבזייטל וואס האט אזוי אונטערגעהינקעט און אט געהאלטן ביי פארשליס.

נאך מיט אזא ספאנטאנע שאק, קוים געגעבן צייט צו פארדייען, קוים געלאזט געבן א אטעם, איך האב זיך נאך ארומגעדריידט מיט קווענקל וואס צו אריינשרייבן אין די אשכול, וויאזוי צו צוהעלפן, און דא שטייט מען שוין ביי שולחן עורך, מיט א געפארטיגטע בלופרינט, עס קומען אריין ארטיקלען, עס יאווען זיך הילף און צוריקהער. א שטוין.

קרעדיט נעמט יעדער ווען זאכן זענען מצליח, עס וועט זיך יעדער קלאפן דאס בייכל ווען עס וועט ווערן א שטורעם אין גאס אז די קאווע שטיבל וועבזייטל איז אפציעל ארויס פון טרוימלאנד, און זיך אריינגעאנקערט אין ריעל-לייף. עס וועט יעדער ארויסקריכן פון די לעכער, לייקן און דאנקען, און פאר א נויט וועלן אפילו זיין אונטערשריפטן מיט דאנק-לאזונגען אין ריכטונג פון שש, געדאפלט אדער געדריפלט.

דארף איך זיך אליינס מחזק זיין, איינשפאנען די פוילע ביינער, זיך געבן א ריר, אזוי גייט דאך עס אלעמאל אז מען רעדט צו יענעם און מען זאגט אז מען מיינט זיך אליינס.

נו, אט געב איך מיין אנשליסונג, איך וועל אי"ה צוהעלפן וואס מען ברויך, איך האב א געדאנק וויאזוי צו העלפן דעם אויסגאבע, אז זי זאל אנקומען צו נאך טויזענטער אויגן, יעדע מאנאט. און איך וועל בעזר ה' שטיין צו די האנט, העלפן מיט מגיה זיין, לאזן נוצן ארטיקלען וואס איך האב געשריבן, און אי"ה שרייבן פרישע ווארע עקסקלוסיוו צום "וועקער".

עס קומט זיך א דאנק פארן "וועקער" פון דעם פראיעקט, ה"ה ידידנו החדש מר' פיקאסא, און פאר די "וועקער" פון ק"ש וואס וועקט אונז כסדר אויף מיט זיינע רייכע ארטיקלען, פראיעקטן, און מעשים טובים פארן שטיבל, און אירע פעולות, אויפצואוועקן דעם דור וואס "פפפאפפט" דורך קריטישע צייטן, ווי דער בער אין ווינטער, אין א צייט וואס עס טוט מבול'ען מבית ומבחוץ, ברוחניות ובגשמיות.

איך זע דערין א געוואלדיגע היסטארישע דערגרייכונג. היינט איז יעדע חומש סעודה, נסיעה, אדער נייע תקנה א "היסטארישע דורכברוך", און דא ברויך מען שוין אפירנעמען עפעס א ווארט וואס איז נאכנישט דא, צוליב וואס אזא פראיעקט איז נישט געווען ביז היינט. נייע וואלקענעס. נייע צייטן.

אין א זמן וואס דער אידישער שפראך איז צעקאליעטשט און היימלאז, זי ווערט מער און מער צעביסן פארלירנדיג איר ווערד, זי שטייט אין געפאר פון פארניכטונג, מען פארגעסט וואס דאס איז אמאל געווען, אידיש איז היינט מערסטנסטייל ברוכווארג פון א תקופה וואס לאזט זיך בענקען, קומט צו שפאנען דער אויסגעווארטער פרוכט און הארעוואניע פון עטליכע יאר שפייען ווייטאג אין ריכטונג פון ווער עס געוואלט מיטווייטאגן. עס גייט קומען צום אויבערפלאך א רייכע אויסגאבע, דורך מענטשן מיט א שטאנדהאפטיגע סטרוקטור, א אויסגעבויעטע שטעלונג, געבנדיג אינספיראציע פאר טויזענטער, דאסמאל אויף א נייע פארנעם, א פארנעם וואס וועט וועקן און פאדערן. שרייען און רופן, און גלייכצייטיג שענקען א פלאטפארמע פאר מענטשן מיט טאלאנט וואס זענען דערשטיקט מיט זייער קענעריי שוין צענדליגער יאר.

זאל דער וועקער זיין א וועקער צו אזאנע בלעטלעך וואס ברענגען אראפ אידיש אויף א פארנעם וואס ברענגט קענער צו קאכן און זידן, (טריביון, בלאט, און אנדערע) און עס וואלט זיי נישט געשאדט צו רעפארמירן און איבערמאכן זייער תוכן, עס זאל נישט גראדזשענען דאס צו ליינען, זאל דער וועקער זיין א וועקער צו די פולע ווייטאגן וואס ווערן פארדעקט אנשטאט פארוועקט, און צו די מעשים וואס דארפן א דראסטישע טויש, יעצט די מינוט, ווי מיר שטייען גייענדיג צום דרוק, מיט "דער וועקער", א אויסגאבע וואס גייט ברענגען צום טיש א סענזאציאנאלע אויפוועק, אה אשרינו שזכיני.

דא נאך אסאך צוזאגן, אסאך צו שרייבן, עס איז אבער זיכער אז אזא קאווע שטיבל טויש איז עדות אז פון הימל וויל מען אונז זאלן רודערן, מען וויל מיר זאלן אויפטון און אויפוועקן, אנדערש איז עס חוץ מדרך הטבע וואס דא גייט יעצט פאסירן.

נו, ווען קען איך אויסלעשן דעם טעיפריקארדער, אוועקלייגן דעם פלאטע פון דזשיגאן, בורשטיין, ווען קען מען אוועקלייגן דעם פארווערטס, ווען קען מען דא ארויספרינטן דעם וועקער?

#קענט_וועיט #עס_רינט_מיר_די_עקסטאז

מיין זוהן, ברויכסט מער נישט מיין הדרכה צום אינטערנעט, הייב אן ליינען דער וועקער. וועסט דארט טרעפן א אינטעלעקטואלע אויסוואל פון פרוכט, ערשינען אויפן אינטערנעט, וועסט אפילו נישט האבן קיין פראבלעם מיט דיין מגיד שיעור, ער גייט דאס אויך ליינען.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין שפראכלאז.
לדעתי איז דאס אויבנדערמאנטע 'די ווארט פונעם רעדאקציע' פונעם זשורנאל - 'דער וועקער'.
א הארציגן דאנק פאר דיינע הארציגע אויפריכטיגע ווערטער!

---

אין אנדערע נייעס, איז [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] מער געוואגט ווי מיר חלומ'ן, און אט שפאנט אריין זיין צווייטע ארטיקל אינעם זשורנאל!
ניין, עס איז א שפאנענדע דראמא וואס גייט אי"ה פארזעצן אינעם צווייטן זשורנאל. חברה, ס'קומט א גוטס!

---

נאך געציילטע שעה'ן פארבליבן, ביז דער רעדאקציע פארמאכט די טויערן פאר נייע ארטיקלען אינעם ערשטן זשורנאל.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

כ'קען אריינלייגן א קלאסיפייד? איך האב געזאגט שיר השירים פערציג טעג
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך גר ותושב »

ליפא האט געשריבן:כ'קען אריינלייגן א קלאסיפייד? איך האב געזאגט שיר השירים פערציג טעג

און וואס האט פאסירט נאך די פערציג טעיג?
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קלוגע יודל »

איך האלט זייער שטארק פון מאכן א אימייל ליסט וואס מען קען זיך איינשרייבן צו באקומען די וועקער.
פאר מער פרטים ביטע זיך ווענדן צו מיר אין אישי
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

דער קאווע וועקט, קוה על השם. דער ראקאווער איז ערוועקט דורך דער וועקער.

יש וועקער בישראל. ס'איז דא א האפענונג.

דאס אמאל זיכער אז די אראבישע ניוס סטענדס וועלן עס גערן פארקויפן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

ברעיקינג נייעס פון קאווע שטיבל וועבזייטל: נייע מאגאזין "דער וועקער", מאנטליכע אויסגאבע אין אידיש.

געשריבן עקסקלוסיוו צו #אידישער_ווינקל דורך דניאל.

עטליכע מאנאטן דערנאך וואס די "קאווע שטיבל וועבזייטל" גרונדער האבן געמאלדן אז זיי שפארן אפ, ווערט געמאלדן צווישן די ראמען פון זייער וועבזייטל אז עס גייט אנהויבן ערשיינען א ערנסטע מאנאטליכע מאגאזין, מיטן נאמען "דער וועקער".

די וועבזייטל וועלכע איז געווארן איבערגענומען דורך א רייע פרישע פירער, פול מיט ענערגיע, האבן באוויזן דראסטיש צו צוריקבויען דעם וועבזייטל, און עס ארויפארבעטן צו פרישע שטופעס, צו די הנאה פון די טויזענטער באזוכער וואס קלאפן אריין טעגליך דעם "קאווע-שטיבל-דאט-קאם.

די לעצטע מאנאט וועבט זיך א חלום צווישן די קאווע שטיבל שרייבער, א טייל דערפון באקאנט אלס גאר גרונטליכע שפראכקענער, דענקער, און שריפטשטעלער וואס גיסן מיט טאלאנט צו אוועקשטעלן א נייע פלאטפארמע און אנהויבן ערשיינען מיט א נייע דזשורנאל, מיט ארטיקלען וואס זענען שוין געלאפן אין די וועבזייטל, און נייע ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען עקסקלוסיוו צו דער אויסגאבע.

היינט האט די שרייבער מיטן פסעוודאנים "אדנירם" געעפנט א אשכול (דאס מיינט: נייע טעמע) ווי ער האט געמאלדן די ברעיקינג נייעס אז אויף זיין אינציאטיוו, מיט די הילף פון נאך גרויסע לייבן אינערהאלב קאווע שטיבל, מאכט מען די פלאן פון א חלום צו א רעאליטעט, און די ערשטע קאווע שטיבל מאגאזין וועט אנהויבן ערשיינען שוין די וואך.

אויסגעקליבן האבן זיי די נאמען "דער וועקער", וועלכע דארף מיינען אז זיי וועלן אויפוועקן פארשידענע טעמעס וואס שלאפן, און אויפוועקן די שיינקייט וואס דער אידישער שפראך האט און ווערט היינט נישט גענוג געשעצט ביי א גרויס טייל פון די וואס קאמיוניקירן מיט איר אלס ערשטע שפראך.

די נייעס האט געוויס געלאנדעט ווי א באמבע, און ווי עס שיינט וועט די אידישער שפראך ווערן בארייכערט מיט נאך א גאר אינטהאלטסרייכער פובליק-מאגאזין, וואס וועט ענטהאלטן רייכע חומר צו ליינען און הנאה האבן.

זעט נאך דערוועגן ווי נאר עס וועט זיין פרישע אפדעיטס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיז גאנץ קלאר אז די שפיצן פונעם גאפל ווערט ברייטער און ברייטער.
די זעלבע צייט וואס מהערט זוך אן עקסטרעמע זאכן וואס מהאט נישט גהערעט די לעצטעגע פיפציג יאר, נייע מוסדות פאר אמיש מענטשען, וואס זענען געקען טעכנעלאגיע וכדו'. און זעלבע צייט ערשיינט א מעגזין וואס ווערט געשריבן ביי דע פיפעל פאר דע פיפעל, א זאך וואס איז עני טיים אזא חידוש נאר אויף די פארקערטע ריכטונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ס'גייט טאקע זיין אין די סטארס?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אפשר קען מען שטעלן "אשכולות אויפוועקער" אלס הויפט רעדאקטאר? לשון נופל על לשון..

ערנסט גערעדט, כ'בין זייער עקסייטעד פאר די אויסגאבע, וחפץ ה' בידינו יצליח, מיר זאלן זוכה זיין צו פארשפרייטן דעם דבר ה', ביז מיר וועלן זוכה זיין צום מדריגה 'גם אויביו ישלים אתו',
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

טאמער קומען רבנים ארויס מיט א קול קורא קעגן ״דער וועקער״ וועט עס ווייזען סאקסעס.
קען איינער אנדרייען?
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:טאמער קומען רבנים ארויס מיט א קול קורא קעגן ״דער וועקער״ וועט עס ווייזען סאקסעס.
קען איינער אנדרייען?



מ'דארף נישט אנדרייען.. ס'וועט מלאכתו נעשית ע"י אחרים אי"ה..

_____

ביי די וועי, קום אין אישי אויב די ווילסט דיין אוואטאר אהן די וואטערמארק.
פארשפארט