[center]אפדעיט'ס פארן זשורנאל 'דער וועקער' #2:[/center]ב"ה אז דער ערשטער זשורנאל מבית היוצר של 'קאווע שטיבל' איז ערשינען, איז אפילו געווען צו באקומען אין געוויסע געשעפטן, און איז אריבער אלע ערווארטונגען בעז"ה. ווי שוין געמאלדן, וועלן מיר ממשיך זיין אין דעם אשכול אויסצושמועסן ווייטערדיגע פלענער און רעיונות און אפדעיטס איבער די קומענדיגע זשורנאלן פון 'דער וועקער'.
אשר על כן ווילן מיר דא אויסקלארן פארשידענע פונקטן, וואס וועלן זיין נוגע פארן ערשיינונג פונעם קומענדיגן 'דער וועקער'.
1. כעצת ידידינו החשוב החכם [tag]אבטולמוס[/tag], וועלן מיר פרובירן צו לייגן
א גרעסערע דגוש אויף גאר אלטע ארטיקלען [מדור 'מן הגנזים'], וואס זענען שוין ערשינען א לאנגע צייט צוריק אין 'קאווע שטיבל'.
2. מיר האבן שוין ערהאלטן א לאנגע 'בריוו צו די רעדאקציע', וואו איינער צונעמט אן ארטיקל וואס איז ערשינען אינעם זשורנאל 'דער וועקער' #1. אזוי אויך, איז איין
לעצטיגער אשכול
שוין אויסגעקליבן געווארן אריינצוגיין אינעם קומענדיגן זשורנאל [א טענה'ריי צווישן צוויי חברים/צוויי זייטן פון די מטבע], אונטערן מדור 'חדשים גם ישנים'.
3. לכה"פ
דריי חברים האבן מיר שוין געמאלדן, אז זיי האלטן אינמיטן ארבעטן אויף
א פרישע ארטיקל אויסשליסליך צו 'דער וועקער' [מדור 'חדשות אני מגיד']. לויט אלע סימנים, וועלן די דריי ארטיקלען זיין גאר גוט, לאנג, און פראפעסיאנאל! און געדענקטס, נאר ארטיקלען וואס זענען געשריבן גאר גאר גוט, טיפע טעמעס אדער אינטרעסאנטע אפהאנדלונגען, וועלן קענען ערשיינען אינעם פרעסטיזשפולן זשורנאל.
4. הגם מיר האבן געזאגט, אז די רעדאקציע וועט האלטן די טויערן אפן ביז ארום א וואך בעפארן דאטום צום ערשיינונג פונעם נעקסטן זשורנאל [דאס מיינט, ארום א וואך בעפאר ר"ח תמוז], מוזן מיר מעלדן אז
דאס איז נישט קיין הכרח, ווייל לויט די לעצטיגע אנטוויקלונגען זעט אויס אז די בלעטער פונעם זשורנאל וועלן זיך אנפולן נאך פריער. על כן,
מזרזים למזורזים צו זיין פון די 'פארזיכערטע' אז זייערע ארטיקלען וועלן ערשיינען אינעם קומענדיגן 'דער וועקער'.
5. גלייכצייטיג ווילן מיר דא מעלדן פארן עולם, אז מיר האבן אין געדאנק צו אקצעפטירן די שוין דערמאנטע רעיון פון
אננעמען 'אדווערטייזמענטס'. אונזער זשורנאל ווערט געזען דורך טויזנטער אויגן, און דאס וואלט געווען א גוטע שטופ מחזק צו זיין אונזער באליבטער [tag]פיקאסא[/tag] אנצוהאלטן זיין ארבעט [וואס איז ווערד סאך מער...].
דאס איז נישט קיין נושא וואס מיר וועלן דיסקוסירן ברבים. פאר מער קענט איר קומען אין אישי, אדער זיך פארבינדן מיטן זשורנאל'ס אימעיל דירעקט:
info@derveker.com [דארט קענט איר אויך זאגן
ערנסטע פלענער און רעיונות וואס איר האט, איבערן עתיד פון 'דער וועקער'].