ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

ושאינו יודע לשאול - די פחד פון חכמה

שליחה דורך זבולון »

אלס אזעלכע וואס זענען אויפגעוואקסן אין די חרדי'שע סאסייעטי, זענען מיר זייער באקאנט אין דעם מושג, מיר ציטערן פון די שרעקעדיגע סטיגמע אן "אויבער-חכם", "אויפגעקלערטער" אדער אן "אנגעלייענטער". עס פליסט אין אונזערע בלוט אז השכלה איז א מיאוס'ע ווארט. עדיוקעישן איז א גוי'אישע מושג.

דאס איז אלעס טאקע געווען א קאונטער-ריעקשן צו די תקופת ההשכלה, ווען די יונגווארג זענען געפאלן ווי פליגן פון לייענען ביכער, נישט אומזיסט ווייסן מיר אז ביכל איז נוטריקון כל באיה לא ישובון.

בעפאר ווען אידן האט זיך אפגעבריהט פון השכלה, איז דער עם הספר נישט געווען דערשראקן פון השכלה, אדרבה - עס איז געווען א שיינע טיטל, ווי דער פסוק זאגט והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע.

אבער - למעשה - פרעגט זיך א שאלה, איז עס טאקע מעגליך, איז שייך צו ארויסרייסן פון די יונגט די נאטורליכע נייגער, די נאטורליכע שאיפה צו וויסן און פארשטיין? קענען מיר טאקע אויסמעקן דעם ספר פונעם עם הספר? איז דען מעגליך צו אויסליידיגן די חכמה און בינה פונעם עם חכם ונבון?

דער ענטפער איז - לכאורה - פארשידנארטיג, ווענדט זיך מי ומי ההולכים.

פארהאן אזעלכע מבני הנעורים, וואס זענען בטבע קלוג און נייגעריג, זיי ציהען צו מדע און ידיעות ווי א מאגנעט. נישט קיין חילוק פון וועלכע לעוועל פרומקייט זייער בעקגראונד איז, רגליהם מוליכות אותם אל הספרייה, זיי טרעפן זיך אין לייברערי פלוצלינג, לייענען מיט דארשט יעדע איינציגסטע שטיקל פון ווערטפולע אינפארמאציע.

ווידער, זענען פארהאן טאקע אזעלכע מער אויבערפלעכליכע אידן, וואס בטבע ציטערן זיי פון חכמה, זיי פיהלן זיך אומזיכער דערמיט, עס צומישט זיי צו שטארק. ווען מ'הייבט זיי אן צו טשאלענדזשן מיט זייער דעות וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, פיהלן זיי ווי מ'שאקלט די ערד אויף וואס זיי שטייען. ווען מ'פרעגט א קשיא אויף זייערע אמונות טפילות, איז אזוי ווי מ'שניידט אפ די צווייג אויף וואס זיי זיצן.

אידישקייט איז סאמהאו באלאנסירט צווישן די צוויי עקסטרעמען, בשעת וואס געוויסע זענען זייער אפען צו מדע און ידיעות, געוויסע נוצן עס צו בארייכערן די אידישע אוצר הספרים, פון די אנדערע זייט שטייען שומרים אז מ'זאל נישט פארקריכן צו ווייט.

דאן קומט אריין די אינטערנעט אין די פיקטשער. דער אינטערנעט ערמעגליכט יעדן שנוק צו אקסעסן אינפארמאציע וואס די גרעסטע חכמים האבן שווער געדארפט ארבעטן צו באקומען נישט לאנג צוריק. און דאס איז אריינגעדרינגען אין אונזער געטא אויך, עס איז אוממעגליך עס צו אוועקשטויסן, עס וועט נישט העלפן זיבן סיטיפיעלדס צו דעם. דער אינטערנעט איז היער טו סטעי.

וואס געשעהט? א מלחמה צווישן די צוויי מחנות, די מחנה פון די סקרנים ושוחרי מדע נוצן אויס די געלגענהייט און פילן זיך אן מיט הויפענעס פון דברי חכמה. בשעת די מחנה פון די פחדנים ציטערן אין די הויזן, און זיי מאכן א ויצעקו, אין פארעם פון א מעורר, אן איי-וועלט ניק, אדער וואס.

עס איז שוין היינט א מצב פון "הגיעו מים עד נפש", אין מים אלא תורה ודעת, די איבערפלוס פון אינפארמאציע באדראעט דעם ציפור-נפש פון יהדות החרדית המסוגרת. מ'הערט טאג טעגליך מעשיות פון פיינע יונגעלייט, וואס זיצן און הארעווען על התורה ועל העבודה, וואס ווערן אויך עקספאוזד צו דרויסנדע אינפארמאציע, און זיי באקומען נישט די ריכטיגע כלים עס צו פארדייען.

וואס איז די רעאקציע פון די רבנים און עסקנים אויף דעם פענאמענאן? ווי אזוי ספראווען זיך עסקנים מיט דעם מצב?

דער ענטפער איז, איין ווארט: טעראר!

איך האב מיט-געהאלטן עטליכע קעיסעס די לעצטע תקופה, אמת'ע געשעהנישן ווי עשקנים האבן זיך גענומען צו די ביינער פון אזעלכע יונגעלייט וואס זייער איינציגע עוולה איז נאר געווען, אז זיי האבן געלערנט מורה נבוכים, אדער געווען אויף קאווע-שטיבל. מ'האט זיי גענומען באשמיצן אין די גאסן, זיי אפגע'גט צומאל (אויב די ווייב איז געווען גענוג שוואך זיך צו לאזן, אדער די מערידז"ש בכלל איז נישט געווען דאס בעסטע), און גענומען רודף'ן עד חרמה.

די רעאקציע פון די עסקנים, קומט נישט פון גוטסקייט אדער פשוט ווייל זיי דאגה'ן פאר א רעדוקציע אין גאט'ס נח"ר, (עס איז איבעריג צו זאגן, אז געווענליך אזעלכע חברה זענען נישט קיין גרויסע מר-בר-רב-אשי'ס, און אין מערסטנס פעלער ווילן זיי זיך אליינס דעקן זייער גילטי קאנטשעס), עס קומט פון א געפיהל אז דער לייענער/חכם קוקט אויף זיי פון אויבן אראפ, ער לאכט אפ פון זייער הייליגס, ער שפילט נישט מיט מיט זייערע משוגעת'ן. דאס איז די פחד פון חכמה, זיי פיהלן זיך באדראעט פון קלוגשאפט, זיי קענען עס נישט קאנפראנטן, און אז זיי פיהלן זיך באדראעט זענען זיי עלול צו ריאקטן זייער אגרעסיוו.

דאס איז א טיפיקל רעאקציע פון נישט קענען טאלערירן א טשאלענדז"ש, ווען א יונגערמאן האט א שאלה, אדער אפילו ערגערס - ער האט שוין דעוועלאפט א דעה וואס זיי קענען נישט אראפשלינגען, ער ערלויבט זיך צו עקספרעסן אין א וועג וואס איז נישט לרוחם. אנשטאט צו פראבירן ענטפערן לגופו של ענין, אדער לכל הפחות זיך אליינס פרעגן צו עס איז דברים של טעם אדער נישט, ווערן זיי אינגאנצן ווילד און אגרעסיוו, זיי פיהרן זיך אויף ווי צוויי-פיסיגע חיות.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר