קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

שליחה דורך מפוזרי »

איך האב יעצט געכאפט א בליק אויפן מאגאזין.

אין אמת'ן אריין, וועל איך מודה זיין אז לכתחילה האט מיר נישט געכאפט די גאנצע עקסייטמענט דא איבער'ן מאגאזין.
ס'האט זיך געשפירט ווי א קליין הייפל אידן פארשטעקט אין עפּעס א שטיבעלע, וואו איינער קלאפט זיך דעם צווייטן אויפן רוקן איינגערעדט אז מ'גייט ראטעווען דער וועלט (סאַונדס פעמיליער?).
לאמיר זיך נישט נארן, ק״ש האט טאקע א שטיקל השפּעה אויף א געוויסן סעדזשמענט, אבער די וועלט גייט ווייטער. אונזער געזעלשאפט גייט אריבער שינוים, קלאר, אבער קאווע שטיבל איז ענדערש א סימפטאם ווי א גורם.

אבער יעצט זעענדיג דעם מאַגאַזין האב איך מורא אז דאס מאל מיינט מען ערנסט, דאס קען שוין מאכן א טויש.
און פארוואס האב איך מורא? ווייל מי יודע עד היכן הדברים מגיעים? ווער ווייסט וויאזוי וועט דער היסטאריע אונז פארמשפט'ן? וועט עס טאקע זיין דער אנהייב פון דער געבענטשטער שינוי המיוחל לטובה, צי גאר דער אנפאנג פונעם שרעקליכן גליטש אשר יגורנו? ווער קען זאגן צי די ערשטע משכילישע זשורנאלן האבן נישט אנגעהויבן מיט די זעלבע גוטע כוונות?

אלענפאלס, די באן איז אפגעפארן, ויהי ה' אלוקינו עמנו, שחפץ ה' בידינו יצליח, ויהיה אך טוב לישראל.

Change is coming! Let's hope for the best.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

שלום וברכה!

יאפ! כ'האב מיר געגעבן א "וועק" אויף.. ס'מער נישט קיין חלום... ב"ה אז מ'האלט שוין דא.
ס'איז מיר א פערזענליכע שמחה אז כ'האב געקענט אויספירען מיין חלום מכח אל הפועל.
ס'איז א שמחה פאר אלע מיטגלידער פון אונזער שטיבל.
און א שמחה פאר גאנץ כלל ישראל וואס וועלען נהנה זיין פון די אוצרות פון די שטיבל אויף א לייכטע און געשמאקע אופן.

קודם א דאנק פארן כל יכול וואס האט מיר געגעבען כשרונות צו מהנה זיין אנדערע מענטשען.

והשנית א ריזיגע דאנק פאר דעם אחד המיוחד שבחבורה @אדנירם.
ווי יעדער דא ווייסט אז אהן איהם וואלט גארנישט געווען.
קיינער דא ווייסט אבער נישט וויפיל שעות ער האט אריינגעלייגט אין דעם זשורנאל. איך ווייס אבער יא! שעות ע"ג שעות פון איבערקוקען און פאררעכטען, וכו' וכו' מיט א זעלטענעם כשרון. לא יאומן כי יסופר.
יתן ה' אז ער זאל האבן די פיזישע און גייסטישע כחות צו קענען ווייטער עוסק זיין במלאכת הקודש ביתר שאת ויתר עוז.

ווי אויך א דאנק פאר די אלע אנדערע מגיהים און עוזרים כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

פארשטייט זיך, א דאנק פאר אלע טאלאנטפולע שרייבערס ובפרט פאר ידידנו @געוואגטער פארן אהער שטעלן די געוואלדיגע ארטיקלן.
יה"ר אז ענק אלע זאלן ווייטער אנגיין מיט די מלאכת בכתיבה, און מהנה זיין כלל ישראל לאורך ימים ושנים טובים.

א דאנק אלע וואס האבן מיר געגעבען חיזוק ברבים ובאישי. ובפרט @ א איד פאר די חרוזים, ס'האט מיר געקאסט א שמייכל... ס'געט א בוסט צו ווייטער אנגיין זעהנדיג די ריאקציע פונעם ציבור.

איך וואלט געדארפט מער מאריך זיין אבער די צייט לאזסט נישט. יעצט אז כ'האב געענדיגט "דער וועקער" דארף איך משלים זיין מיין בעקלאג פון ארבעט.

ליין מיט הנאה און שוק עס ווייטער!
האטס מיר און זייטס מיר.


ידידכם עוז
פיקאסא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיקאסא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

דא איז א לינק צו issuu ווי מ'קען ליינען די זשורנאל אנליין אויף א געשמאקע אופן. (נ. ב. די בלעטער זענען פארדרייט)
דאס איז נאר ערלויבט פאר די וואס קענען עס נישט פרינטן! לכתחילה פרינט עס ארויס געהעריג, און ליין עס מיט ישוב הדעת.

ווי אויך האט איהר דא איז א לינק צו "דער וועקער" אויף טוויטער, ווי מ'קען מיר נאכקומען פאר עני אפדעיטס ארום "דער וועקער".

כ'האף בקרוב צו אהער שטעלען א וועבסייט ווי מ'וועט קענען דאונלאודען אלע אויסגאבעס וואס וועלן אי"ה ערשיינען.

וחפץ ה' בידינו יצליח.

ידידכם עוז
פיקאסא
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

שליחה דורך מפוזרי »

ס'איז אין פלאן ארויפצולייגן אלע ארטיקלען אויפן שטיבל? ס'פעלט זיך אויס א מקום וואו מ'זאל קענען רעאגירן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

מפוזרי האט געשריבן:ס'איז אין פלאן ארויפצולייגן אלע ארטיקלען אויפן שטיבל? ס'פעלט זיך אויס א מקום וואו מ'זאל קענען רעאגירן.

שיק אריין א בריוו! מ'וויל דאך האבן דארט הערות פון ליינער
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

שליחה דורך מפוזרי »

דאס איז נישט קיין ערזאץ פאר א לעבעדיגער שמועס דא אין שטיבל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

היינט שפיר איך ווי ר' נתן יוסף מייזעלס האט זיך דערזען ביום כ"ז אב תשל"ט, יאך בין אויס קאפעליטש מאכער, די וועלט שטייט אן מיר, כוכב האלטעך נישט אזוי קליין ווייל ביזט נישט אזוי גרויס, די חברה האבן מיך דא אוטסמארטעד בבחינת ביג טיים.
כ'האב אזוי געאפפערט מיין הילף בשפה רפה, כהאב געמיינט מעט זיך קומען ביקן און בעטן, כ'האב אראפגעשטעלט גאנצענעטע תנאים וואס מדארף נאכקומען אז מיין ריזיגער עגא זאל מסכים זיין און באוויליגן צו זיין טייל פון דעם פראיעקט, די חברה האבן אבער געמאכט שבת פאר זיך, מויחעל טויוועס, קוש מיר ווי די אידן האבן גערוט, אונז קענען אליין.
די וועקערס האבן זיך גענומען וועקן אז ס'גייט א רויעך.
שיישעלע, קום נאר אהערן דו קליינער ששי, לאמעך דיר געבן א ציפ אין בעקל, קעניינע הארע, חדשים וואס איך לעק אים שוין ווייל איך האב מורא געהאט פון אים, ער העט מיר דא צונעמען מיין רעדל, וכך הוה, דער טאג איז אנגעקומען, נישט מער געדאכט.
און מיסטער פיקאסעלע, דיר קומט זיך אויך א קנופ אין בעקל, אזוי איידעלערהייט זיך אפגעשאקלט פון מיינע קאפריזן, גוד זשאב מען, האסט געמאכט א הערליכע און קלאסישע ארבעט, מען יו ראק.
אלנפאלס, נאך מיין זויער-רייד, וועל איך מיך יא נעמען הרמן ורשותא צו נעמען קרעדיט אויף דעם הערליכן וועקער-זייגער, וויייל אי לאו האי כוכב, כהאב דאך אויסגעטרויטן דעם וועג מיט פה סח איינס און צוויי (רבי לעבן, מאך שלום מיט'ן מצב, דו קומסט אריין ווי א לאזער, זשאסט שאט אפ, זאג ס'שיין, געב א לייק, וויש דיך אפ דעם נאניע, מאך נישט קיין ברייטל העט קיינער נישט כאפן וואסערע חוזק דו ביזט) און איך האף אז איך בין געווען א גוטער פארגייער פון וועמען עס איז געווען זיך צו לערנען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]כוכב[/tag], דו ביזט מתוק מדבש ונופת צופים.
א ייש"כ פאר דיינע ווערטער.

אבער דזשאסט פאר דער וואס האט נאכנישט גענוג גוט קענענגעלערנט אונזער כוכב מזהיר, בין איך דא מודיע אז חוץ מזה וואס ער איז געווען דער פארגייער פון וועמענס אויסגאבעס מיר האבן זיך געלערנט, האבן מיר אפילו דאס מאל אסאך נהנה געווען עצה ותושיה פונעם מייסטער קאארדינאטאר און קאפשטיק, הרב כוכב שליט"א.

ער שפילט די ענווה שפיל, אבער ס'טם נישט גיין! א חלק פונעם קרעדיט איז אויך זיינס.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

כוכב האט געשריבן:היינט שפיר איך ווי ר' נתן יוסף מייזעלס האט זיך דערזען ביום כ"ז אב תשל"ט, יאך בין אויס קאפעליטש מאכער, די וועלט שטייט אן מיר, כוכב האלטעך נישט אזוי קליין ווייל ביזט נישט אזוי גרויס, די חברה האבן מיך דא אוטסמארטעד בבחינת ביג טיים.
כ'האב אזוי געאפפערט מיין הילף בשפה רפה, כהאב געמיינט מעט זיך קומען ביקן און בעטן, כ'האב אראפגעשטעלט גאנצענעטע תנאים וואס מדארף נאכקומען אז מיין ריזיגער עגא זאל מסכים זיין און באוויליגן צו זיין טייל פון דעם פראיעקט, די חברה האבן אבער געמאכט שבת פאר זיך, מויחעל טויוועס, קוש מיר ווי די אידן האבן גערוט, אונז קענען אליין.
די וועקערס האבן זיך גענומען וועקן אז ס'גייט א רויעך.
שיישעלע, קום נאר אהערן דו קליינער ששי, לאמעך דיר געבן א ציפ אין בעקל, קעניינע הארע, חדשים וואס איך לעק אים שוין ווייל איך האב מורא געהאט פון אים, ער העט מיר דא צונעמען מיין רעדל, וכך הוה, דער טאג איז אנגעקומען, נישט מער געדאכט.
און מיסטער פיקאסעלע, דיר קומט זיך אויך א קנופ אין בעקל, אזוי איידעלערהייט זיך אפגעשאקלט פון מיינע קאפריזן, גוד זשאב מען, האסט געמאכט א הערליכע און קלאסישע ארבעט, מען יו ראק.
אלנפאלס, נאך מיין זויער-רייד, וועל איך מיך יא נעמען הרמן ורשותא צו נעמען קרעדיט אויף דעם הערליכן וועקער-זייגער, וויייל אי לאו האי כוכב, כהאב דאך אויסגעטרויטן דעם וועג מיט פה סח איינס און צוויי (רבי לעבן, מאך שלום מיט'ן מצב, דו קומסט אריין ווי א לאזער, זשאסט שאט אפ, זאג ס'שיין, געב א לייק, וויש דיך אפ דעם נאניע, מאך נישט קיין ברייטל העט קיינער נישט כאפן וואסערע חוזק דו ביזט) און איך האף אז איך בין געווען א גוטער פארגייער פון וועמען עס איז געווען זיך צו לערנען.

[justify]הער אויף מיט די קאמפלעקס, דער קונץ איז אנצוהאלטן מיט א פראיעקט, עס איז אונזער וואונטש אז דער וועקער זאל ווייטער אנגיין און ערשיינען, אבער ווי עס שיינט איז שש נאך אין די כלים, עס שמעקט מיר אז דער אויסגאבע וועט נאך פאדערן אסאך הילף, שש איז נישט קיין ענדזשעל און וועט האבן צייטן וואס ער וועט נישט קענען פירן די אויסגאבע אליינס, נעם אינאכט אז וועסט קענען אסאך טאלאנט שענקען דא, מיר האבן אסאך צוטון, און אסאך אויפצוטון, מען קען נישט לאזן מנוחה, דא מיט סמארטפאונלאזע גאסן אין קרית יואל, און דא מיט סמארטפאונלאזע אנשטאלטן פאר קינדער פון גייסטישע היימען אין וויליאמסבורג, מיר האבן א וועג אויסצוטרעטן, און ווילאנג דער וועקער ווערט נישט דער אפציעלער שופר פון די "אגודת ישראל", מיט די צוזאמענארבעט פון די "התאחדות הרבנים" דארפן מיר וועקן און וועקן אן לאזן די רע-בנים דרוקן דעם "סנוז קנעפל.

מעסיוו ארבעט חברה, נאכנישט אנגעיאגט צו ליינען, אבער עפעס האב איך געזען פון בעל מדות, דער שרייבט דאך צום זאך (נאר כוכב מעג קאמפלעקסירן?...) איז כוכב פארליר נישט דיין האפענונג, דו האסט אנגעצינדן דער פאקל, און דו שיינסט דערמיט, אויב זוכסטו ממש וואס צוטון, אפשר שרייב מער דא, עס בענקט זיך פיין צו ליינען עפעס כוכב'דיג.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נאך א מזל דו טרייסט מיך...
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך פארשטיי נישט, דער וועקער נעמט צו פון פה-סח? כוכב וועט ווייטער אנגייען מיט פה-סח און פיקאסא מיט אדנירם מיט דער וועקער.
ס'איז אזוי ווי ווען מ'נעמט אן דער ברך משה אלס רבי אין תש"ז, אפשר לקיים שניהם און ר' נתן יוסף זאל זיך דרייען ביי ביידער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

שליחה דורך פיקאסא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, דער וועקער נעמט צו פון פה-סח? כוכב וועט ווייטער אנגייען מיט פה-סח און פיקאסא מיט אדנירם מיט דער וועקער.
ס'איז אזוי ווי ווען מ'נעמט אן דער ברך משה אלס רבי אין תש"ז, אפשר לקיים שניהם און ר' נתן יוסף זאל זיך דרייען ביי ביידער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

הנני מצטרף לדברי ליטוואק.
אין מלכות נוגעת בחברתה.. אדרבה ואדרבה @כוכב איז מכובד אנצופירען ווייטער די גרעסערע אויבגאבעס, צו ס'וועט הייסן פה סח, אדער דער וועקער נאר און א ספיציעלען פארגרעסערטען אויסגאבע דאס וועט ער מחליט זיין.
נאטינג ביטס די פה סח תשע"ו אויסגאבע!
איך בין גרייט צו העלפן דעמאלס אויך בעזהי"ת.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

שליחה דורך טאמבל סאס »

פלאוויוס' ארטיקל דער נומער, איז ווידער עפעס איינס אין דער וועלט. איך האב געשטוינט און געשמייכלט און עמאציאנעל געווען אין די זעלבע צייט, געשטוינט וואספארא דזשיניעס עס ליגט אינדעם און ווי אמת'דיג די אבהאנדלונג פארשטייט זיך. ווי גוט ער טרעפט צו מחשבות וועלכע קומען כסדר ווי אין פלוקטועישנס אויף אלעמענס מיינד און ווי קונצליך ער לייגט עס אין פארעם פון אפילו פשוטע ווערטער. ס'דאכטצעך אז ער פיהלט די פעין פון אלע ברואים און פון די בריאה זעלבסט. געשמייכלט האב איך, פארדזשעקטענדיג א אינערליכע צופרידנקייט וואס האט געשטורעמעט פון עקסייטמענט צו כאפן א גלימפס אויף א סוד פון דער יקום און אירע ווארקינגס. געשמייכלט אז עמיצער האט געטוהן די ארבעט פאר מיר און סדר געמאכט אין דעם תהו. אמת'דיג, פליז זייט מיר נישט חושד אין גאווה ווען איך זאג אייך דער חלק מהגעדאנק אז נאר פון קאנפליקט(לדאבוננו הגדול) קומט ארויס דער דרייוו, ענערגיע און רצון אויף פארקערט, און שפעטער דאס פירט דאס ווייטער אויף צוריק, איז עפעס וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט, ווען עס איז זיך מיר איין טאג נאטורליך איינגעפאלען. כ'האב עס דעמאלס דורכגעשמועסט מיט @פארוואס? ווי ער קען מעיד זיין. האט זיך מיר געפרייט צו זען נעכטן אז איך בין נישט אינגאנצן פארנערט און אז נאך עמיצן באדערט אזעלכע נאאיוויקייטן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פאר אלע טרייסטער און וואונטשערס, כבין געווען סארקאסטיש. הצלחה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי סאיז א מציאות! אנבעליוועבעל שיין און רייך.
אצינד דארף מען אויפהערן מיט די אונגארישע רעקציעס און אנהייבן טוהן קאנסטראקטיוו.
[tag]פיקאסא[/tag] ווען איז די נעקסטע דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען?
כ׳גיי אי״ה אריינשיקן עפעס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך אויך, איינער איז אינטרעסירט? :בלאבל:
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט:

שליחה דורך פיקאסא »

שלום שטיסל האט געשריבן:רבותי סאיז א מציאות! אנבעליוועבעל שיין און רייך.
אצינד דארף מען אויפהערן מיט די אונגארישע רעקציעס און אנהייבן טוהן קאנסטראקטיוו.
[tag]פיקאסא[/tag] ווען איז די נעקסטע דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען?
כ׳גיי אי״ה אריינשיקן עפעס.

יישר כח שלום.
מ'דארף זיין בקשר מיט @שש.
כ'בין זיכער ער אביסעלע אויסגעמוטשעט פון די ארבעט.. געב איהם אפאר טאג, כ'גלייב ער וועט מודיע זיין ברבים די ווייטערדיגע פלענער.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

כוכב האט געשריבן:פאר אלע טרייסטער און וואונטשערס, כבין געווען סארקאסטיש. הצלחה.



[tag]כוכב[/tag] לאז דיך נישט טרייסטן קוק נאר אן די קאמפלימענט'ס דא און קוק ביי די פה-סח ......

Just Kidding :roll:

און פאר די אלע שרייבער'ס און ארויסהעלפער'ס פאר "דער וועקער" כל אחד בשמו הטוב הערסט כוככ וויל איך מיך באדאנקען פון טיפן הארצן און אנוואונטשען הצלחה אויף ווייטער געזונטע און לאנגע יארן. ס'קוקט אויס א מעסיוו פיעס.
טענקס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ווייל אזוי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א שאד. כ'האב געמיינט כוכב איז עכט באליידיגט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פיקאסא האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:רבותי סאיז א מציאות! אנבעליוועבעל שיין און רייך.
אצינד דארף מען אויפהערן מיט די אונגארישע רעקציעס און אנהייבן טוהן קאנסטראקטיוו.
[tag]פיקאסא[/tag] ווען איז די נעקסטע דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען?
כ׳גיי אי״ה אריינשיקן עפעס.

יישר כח שלום.
מ'דארף זיין בקשר מיט @שש.
כ'בין זיכער ער אביסעלע אויסגעמוטשעט פון די ארבעט.. געב איהם אפאר טאג, כ'גלייב ער וועט מודיע זיין ברבים די ווייטערדיגע פלענער.

די ווייטערדיגע פלענער וועלן אי"ה כסדר געמאלדן ווערן אינעם אשכול 'דער וועקער' - חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל', אבער בנוגע דיין ספעציפישע שאלה זאג איך אזויפיל: וויבאלד מיר ווילן קענען ארבעטן רואיג און נארמאל אויפן זשורנאל, גייען מיר בפשטות שליסן די רעדאקציע טירן פאר נייע ארטיקלען, א וואך בעפארן דאטום ווען דער זשורנאל דארף צו ערשיינען. איך וואלט געזאגט אז ארום א וואך בעפאר ר"ח תמוז גייט מען מער נישט קענען אריינשיקן נייע ארטיקלן.

א וויכטיגע נאטיץ איז, אז מיר גייען קלאר נישט אקצעפטירן יעדע סארט ארטיקל. מיר גייען האבן א שטרענגע ליניע פון נאר הויכע קאליבער ארטיקלן, און אין א געוויסן שניט, אויף צו קענען אריינגיין אינעם מאגאזין. דאס איז נישט קיין מאסיווע אויסגאבע פון צוויי הונדערט גרויסע בלעטער וואו יעדער קען אריינלייגן כל מה שלבו חפץ. דאס איז א הויכקלאסישע זשורנאל וואס לייגט אריין גוטע סחורה וואס דארפן רעדן צום דעת הקהל. [איך מיין קיינעם נישט ספעציפיש, איך רעד דא כלפי אלע וואס אישי'ן מיר דערוועגן].

א לענגערע אפהאנדלונג אויף 'וואס ווייטער', וועט אי"ה נאכפאלגן אינעם אויבנדערמאנטן אשכול 'דער וועקער חודש'ליכער מאגאזין פון 'קאווע שטיבל''.


ידידכם הנאמן,
אדנירם.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

הערליכע ארבעט.

סאיז ביטער שווער אנצוהאלטן אזא זאך יעדע חודש און ס'זאל זיין אהערגעשטעלט אויפן העכסטן פארנעם.
די איינציגסטע וועג וויזוי ס'וועט האבן אריכות ימים איז נאר אויב דאס ווערט פארקויפט און ס'מאכט געלט.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

WOW!!! א געוואלדיגע ארבעט!!
סדא טאקע מאנכע וואס וואונדערן זיך ווי לאנג סוועט אנהאלטען אזא מעסיוו עבודה [און נאכדערצו פאר אומזינסט!!]
איך טראכט אז הכל ריווח אפילו סוועט נישט אנהאלטען צו לאנג, אדער אויב סוועט ארויס קומען נאר מפעם לפעם, אחד בשנה ושנים בשמיטה,

איז עס ווערט אלע געלטער [וואס מצאלט נישט...] און כוחות וואס די שרייבערס לייגען אריין דערין, ווייל סאיז א פשוטע זאך אז א בעל דרשן וואס רעדט מיט א קלארע אין זיסע שטימע הערט מען סאך בעסער און נעמט סאך מער אויס, ווי איינער וואס זיין קול גריזשעט מעג ער זיין גערעכט טויזענט מאל, דאס זעלביגע איז מיטען ליינען אזאך וואס איז שיין מסודר און אויסגעשטעלט איז זיך סאך בעסער מקבל על הלב, ועל המח
ווי גייט נאר די חב''ד לידעל? כאפ אריין א וואדקע...
יעדע ארטיקעל און אויסגאבע א ליכטעל אין די יודישע וועלט
...
פארשפארט