וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
[NAMELESS]

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס טאר נישט א אויסגאבע באשרייבען משוגעים? ווילסט נאר ליינען וועגן מענטשן וואס ביסט מסכים מיט זיי?
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קאסטנער »

נאר איינער וואס האט מורא אז ער וועט פארכאפט ווערן מיט זיי דארף מורא האבן עס צי ליינען,

וועם שטערט אז זיי באשרייבן משוגעים?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גם אני בחלומי, ביים זעהן דעם דעקל האב איך זיך פארגעשטעלט אז זיי (די רעדאקציע) האבן זיך איינגעקויפט מפטיר יונה; אבער נאכן ליינען רעד איך אנדערש, זיי שרייבן קלאר אז זיי זענען נישט בדעה אחת מיט זיי, ווי אויך רוב גדולי ישראל, אבער עס וואלט געקענט זיין אינטרעסאנט פאר ליינער (מיט מער ווי 0.1% טאלעראנץ איי געסס) וואס ווילן הערן די אנדערע זייט מטבע.

די מערסטע איז מיר געפאלן ווי די חברה טוען זיך אידענטיפיצירן מיט הרב י"ח זאנענפעלד זצ"ל זאגענדיג אז זיי גייען אין זיינע וועגן, און בחייו האט מען אים באשולדיגט אין גענוי די זעלבע טענות וואס מען באשולדיגט היינט די נטורי קרתא. גאו פיגער....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער טריביון קומט מיר פאר ווי עפרון,
אנגעהויבן פאר אומזיסט, און נאכדעם "צייטווייליג" ארויף צו א דאלער,
און היינט האלט עס שוין ביי $1.50
# ביני ובינך מה היא
וירח ה' את ריח הניחוח
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

.
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

טריביון דעי וואך
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

.
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

טריביון תשא
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך יעלה ויבא »

Powerful אשרי חלקם
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

this week ginsberg
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ביטע נישט נאכאמאל! קייט אים איבער טויזענט מאל. און זיכער גוגל ווייסט פון אים... לערי פעידזש האט זיין פריוואטע סעל נומבער.. אזוי נאריש גענוג געווען !
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קלוגע יודל »

קורץ און שארף האט געשריבן:this week ginsberg

אזוי נישט מיר נישט דיר, איז די פרייז ארויף צו $2.50
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קלוגע יודל האט געשריבן:
קורץ און שארף האט געשריבן:this week ginsberg

אזוי נישט מיר נישט דיר, איז די פרייז ארויף צו $2.50

ארויף פסח און נישט צוריק אראפ. אפשר האט גינצבורג זיי געצה'ט דאס צו טון ווייל טראכט גוט אריין אויב רעכענען זיי מיט א דאלער מער קומט דאך אריין מער געלט
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קלוגע יודל »

ליפא האט געשריבן:ביטע נישט נאכאמאל! קייט אים איבער טויזענט מאל. און זיכער גוגל ווייסט פון אים... לערי פעידזש האט זיין פריוואטע סעל נומבער.. אזוי נאריש גענוג געווען !

איך מיין אז יעדע רבי'שע שטיפער האט אויך זיין בעל נומבער
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]דער טריביון סאקט. אויך מיר אן אויסגאבע, סליחה על זאת, האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס, האט נישט קיין פלאן און נישט קיין בלופרינט, פון בחנם כינים, צו א דאלער פאר כינים, און דאן נאך 50 סענט, און יעצט שטייט מען שוין ביי באלד דריי דאלער.
קוים וואס אין דער בליץ קען מען ליינען די אלע איבערגעהאקטע ארטיקלען פון וויקי וויאזוי מען מאכט האלץ, אייזן, מעטאל, פלאסטיג, פלאסטיג-אייזן, אייזן-האלץ, און דאן בליי.

אבער קאפירן און דערפאר בעטן גרויס געלט? און נאכדערצו אונטערהאקן גוטע אויסגאבעס וועלכע שטעלן צו גוטע חומר מיטן דאס ארומגיסן איבעראל? עס איז דאך נישט קיין שיטה.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אינטערסאנט דער טריביון האט אנגעפאנגען בחינם אבער וויבאלד עס איז צו שנעל אויסגעלאפן פין געשעפט איז ער געווען "געצווינגען" צו נעמען א דאלער אבער ער האט געשריבן אז וויבאלד די סיבה איז נישט די געלט וועט עס זיין צובאקימען בחינם אין אפאר פלעצער, דורך אפאר וואכן אין עס איז נאר געווען צובאקימען פאר א דאללער (חוץ אנליין) גייט דורך נאך אפאר וואכן אין די פרייז איז ארויף צו 1.50 וואס האט פאסירט? גייט עס נאכאלץ אויס צו שנעל? קימט פסח אין נישט מיר נישט דיר ער האלט שוין ביי 2.50! גיי פארשטיי.
דוד בן ישי עבדך משיחך
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קל וחומר »

אהא, און איר האט געמיינט אז זיי זענען דא לשם מצוה.
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קנאקעדיג »

פארוואס לשם מצוה? מ'מאכט געלט פון עד'ס פונקט ווי דע אלע בחנם אויסגאבעס. לעצטענס איז דא א וואכנליכע אומזיסט מאגאזין 'תכלית' עני טיים אזויפיל תוכן ווי טריביון יעדער נעמט איימס אהיים און זיי מאכן געלט פון די עד'ס. דאס האט דער טריביון זיך אהערגעשטעלט צו זיין ביז ער האט געטוישט צו א דאלער פשוט ווייל יעדער זאל האבן א טשענס צו האבן... און נאכדעם ארויף מיט א האלבן דאלער יעדן יומא דפגרא. פסח תש''פ וועט עס האלטן ביי 9$ און גינזבורג וועט שוין האבן אייןנווייסע האר אין זיין בארד אדער צוויי
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קל וחומר »

כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.

די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

קל וחומר האט געשריבן:כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.

די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.



[justify]מאכן פורים פון דער מענטשהייט האט אויך נישט קיין זין.

פארוואס זאל פאר [tag]אבטולמוס[/tag], שמעון, לוי, אדער יהודה, אנגיין אין וועלכע פראצעדור דער טריביון האלט, און ווי ער האלט מיטן דעקן דעם בודזשעט, און וויפיל שכר לימוד ער צאלט.

עס איז פאראן א מארקעט, מען קען נישט אריינלייגן קיין נאגל, אין א פלאץ ווי עס קומט צעמענט.

ער האט אוועקגעשטעלט זיין פאפירענעם טיגער אין א צייט וואס יעדער האט געזען ווי שווער עס איז אנצוגיין פאר גרעסערע און מער פראפעסיאנאלערע ווי אים, דער מצליח ע"ה איז קוים ערשינען א האלב יאר, זיך גראד פארמאכט, און דא ווידעראום דאס וואס מאנכע ווילן עס רופן 'זיין קאנקורענט' נעמליך "דער מאמענט" האט אויך - ווי מען שמועסט - נישט געלעקט קיין האניג.

איז ער, מיט שוואכערע סחורה ווי יעדעם, איבערגעדרוקטע לופט וואס איז שוין געווען אין דער בליץ, (דער בליץ אליין איז אויך נישט דער בעסטער אויסוואל וואס עס איז דא, נאר כאטש איז ער עקסקלוסיוו און ארגינעל) שרייבט וועגן טאפיקס וואס נערווירן פונקט ווי די תהלים כולל עדס, א גארנישט מיט א נישט, א אינטעלעקטואל ברעכט סארדינס ווען ער עפנט זיין סרוכעריי, א טומל פון ברוינע אפגעוועטשטע מאטריאל, נישט פראפעסיאנאל, נישט געשמאק, איבעראל רעדט מען זיך אפ אויף זיין קוואליטעט, ענדיגט ארטיקלען אינמיטן ווייל עס איז בעסער פארן אויסלייג און שפארט פאפיר, טוט נארישע מאנעוורעס, באשרייבט היידפארק טעמעס צוליב זיין גלוסט מען זאל אים אנקוקן.

נו, דארף דאס דאך האבן א ניגון. דער ניגון איז געגאנגען "טוט א טובה, נעמט אייך אהיים איינס אומזיסט", אויפן דעקל האט מען זיך דערקלערט דער מערסט פארשפרייטער אויסגאבע, פרעג מיך אפ, אויף טוויטער שרייבט ער אז ער פארקויפט 50 טויזנט שטיק, א נפיחה, און דערצו איז מיטגעקומען די הארמאני אז מען "מוז עס נישט אהיימנעמען".

מיט די צייט אנהויבן ארויפגיין מיט בעטן געלט, פארענטפערן מיט דריידלעך, איז א אקט וואס עטליסט פארשטיי ווען איינער האט דערויף טענות.

נישט זיין א אויסגאבע ווי די אנגענומענע שריפטן, ווי סובסקריבשן פלענער און אזוי ווייטער, זיך ביליג מאכן מיטן ארומגיסן זיין פי-די-עף אויף יעדע מעגליכע קוואל, קאפי-פעיסטן ארטיקלען פון ענגלישע מאגאזינען אן די מינימאלסטע אנשטרענגונג עס צו מאכן פליסיג איז א צארן, טוה א טובה פארקויף ענדערש טונא סענדוויטשעס און מאך נישט שאדן פאר די מארקעט וואס איז אזוי צוגרונד.

איך זיך מיט ליכט די גאטס וואס דער פארוואלטונג האט, און איך האב נישט קיין דעםם פראבלעם ווען ער זאל נעמען א אנדערע דירעקציע, פארשטיי אבער פארוואס ער ברענגט זיך אליין שונאים.

איך בין זיכער אז סיי ווער עס גלייכט אידיש און קויפט אויסגאבעס האט זיך זיין אייגענע שטעלונג איבער דער טריביון, און וועט מסכים זיין מיט מיינע ווערטער האבנדיג זייער אייגענע טוץ מיט רעאקציעס אויף ביטערע אנטוישונגען און דערנערווירונגען וואס דער קליין בינטל פאפירן האט זיי באוויזן צו ברענגען.

אזוי איז עס, א חורבן, ער קלאפט אראפ קוואליטעט, זאל אים עמיצער גוט דערוועקן און זאגן אז היינט צוטאגס באשטייט אידיש פון אסאך וועקערס און זיינע פרענקס יעדע וואך ווערן נישט טאלערירט אינגאנצן.

וויפיל האבן מיר דא געשפיגן בלוט אויף די מצב מיט אידיש ביז אזא טיכטיגער מאן ווי שש, און זיין חבר פיקאסא האבן אנגעצינדן דעם פאקל ארויסגעבנדיג דעם וועקער דזשורנאל?!

פליצום ווייסן מאנכע נישט וואס מען וויל, א שאד זאלסט זיך דא קריגן איבער די אינגאנג, און אויסגאנג מיט די טריביון'ס אינקאם, ווען אין די זעלבע צייט קען מען לערנען דער וועקער, אדער הנאה האבן פון בעסערע זאכן.

[tag]קל וחומר[/tag] אויב האסטו שוין יא אזא געפיל צום טריביון, ווייסטו וואס דו האסט צוטון, זיי האבן א לאנגע וועג צו גיין, געב איבער וואס זייערע ליינער האבן אויף זיי צו זאגן, אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד, דאן רעד נישט אריין אין א טעמע ווי ביסט נישט אויסגעקאכט.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קל וחומר »

איך האב מיט די טריביון ווי די האסט מיט המבשר.

אבער זייענדיג אביסל באקאנט אין די ביזנעס וועלט איז מיר געפאלן זייער געניטע טאקטיקן.
דארפסט פארשטיין, ווילאנג א זאך איז נאך אין די עפארדעבל רעינדש וועלן מענטשן נישט קיין סאך בודק זיין קוואליטעט, משטיינס געזאגט, האב איך פארלוירן א טאלער, כאטש האב איך געליינט עפעס.
יעצט האלטן זיי אינמיטן געוואר ווערן וויפול די עפארדעבל רעינדש איז...

יעדער איז בארעכטיגט צו טוען וועלכע סארט ביזנעס ער וויל, ווייל ענד אוו די געים מיינט דאך יעדער זיין קעשענע (און טאמער נישט, איז ער נישט אין די 'ביזנעס וועלט'..)
טאמער האט ער געהאט גענוג ביצים צו אינוועסטירן שווערע טויזענטער פאר זיין 'בחינם' געים, ווער ביסטו אריינצורעדן ווען ער גייט ארויף מיטן פרייז?
דו מוזט נישט קויפן (אגב, איך האב עס אפשר צוויי צו דריי מאל געקויפט).
טאמער ווילסטו ארויסקומען מיט אן אייגענע מאגאזין און ביסט גרייט צו אינוועסטן אסאך געלט און כח, טוה עס! כל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול!

סתם איבער וואס דו האקסט אויף די קוואליטעט פון זיינע שרייבאכצער, אפשר האט ער טאקע אין פלאן צו רעקרוטירן בעסערע שרייבער נאכן זעהן אז ס'ברענגט אים עפעס?
פארוואס מיינסטע אז ער פארשטייט נישט צו ביזנעס?
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

קל וחומר האט געשריבן:כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.


ער מאכט אליינס די אויסשטעל פון די גאנצע ביכל אויסער דעם דעקל וואס דאס געט ער פאר א דיזיינער, און ער איז אליין די שרייבער פון רוב ארטיקלען. די רעצעפטן קריגט ער בחינם און אויסטויש אויף עד. און אגב איז ער דער ארויסגעבער פון די בליץ.

פרינטיג איז די איינציגסטע ערנסטע עקספענס, וואס מיט די ריכטיגע קאנעקשאן באקומט דאס אויך פאר שפאט ביליג.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קל וחומר »

פיין, איז קודם באצאלט ער זיך זעלבסט פארן דיזיינען און שרייבן, נאכדעם מאכט ער געלט אויף די עצם השקעה.

האסט מיר גארנישט געענטפערט, למאי נ"מ ווער די דיזיינער/שרייבער זענען??
פארשפארט