שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:מ'וועט האקן אזוי לאנג קעגן דושינסקיא ביז ער וועט פארלירן די אפעטיט צו בויען פאר אידעלעך (ער מאכט פונקט אזוי און אפשר מער פון די דירות וואס ער בויעט פאר גוים). ווען אנדערע וועלן אפקויפן לאטס און בויען פאר ארטיסטן וועט מען זיך ווינטשן הלוואי וואלט דושינסקיא נאך געווען אינטערעסירט צו בויען פאר אידן.
כ'בין מסכים אז ער בויעט נישט לשם מצוה און זיכט צו פארדינען וויפול ער קען אבער דאס ווייס איך אויך בברור אז בויען פאר אידן איז נישט זיין בעסטע ביזנעס אינוועסטמענט. ער פארדינט טאקע שיין אבער די געלט קען ער מאכן ערגעץ אנדערש אן ווערן באשמיצט אין די גאסן.
ס'האט מיר געזאגט איינער וואס דעוועלאפט אסאך פאר גוים אז ער וואלט קיינמאל נישט געבויעט פאר אידן ווייל ער זיכט זיך נישט הינדרעטע שונאים אזוי ווי דושינסקיא
די רעדסט פון פארלירן אפעטיט צו בויען פאר יודן ?
פון ווי מיינסט קומט זיין גאנצע הצלחה אויב נישט בלויז פון בויען פאר יודן דער האט גענומען יודישע לאטס וואס וואלט נישט געקענט ווערן ריזאנט אזוי פשוט ער מיט זיינע תחבולות וואס איז נישט וויכטיג יעצט אויסצושמועסן האט יא עפעס קונצלעך באקומען ריזאונינג און דערנאך האט ער גענומען אלע דאון פעימענטס פארן אנהייבן בויען מיט געלט אונטערן טיש אזוי האט ער געהאט צו קויפן נאך.
ביי די גוים וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט טהין, אויך א חידוש נפלא געווארן עפראווט אויף אלעמען אן צושטעלן אפי דאס מינדעסטע עפארדעבל האוזינג.
הערטס שוין אויף מיט די ליגענט אז דושינסקיא איז א צדיק פארן בויען פאר יודן פאר איך ברענג דא ארויף ברחל בתך הקטנה פונקטליך וואס גייט פאהר
קען זיין וואס די זאגסט איז אמת; קען זיין אז נישט, איך האב עס נישט מברר כי געווען. למעשה היינט האט ער געלט און קען באקומען פיינענס צו בויען אן באקומען דאון פעימענטס און אזוי האט ער טאקע געווען ביי די דירות לעבן בראשוב.
געדענקטס, ער איז נישט געבינדן צו די אידישע מארקעט און ער זיכט נישט צו ווערן באשמיצט אין די גאסן. יא ער מאכט שיין געלט פון די אידישע דירות אבער ס'האט א גבול וויפול ער איז גרייט זיך צו לאזן שמייסן דערפאר. פריידס ענק אז איינער איז נאך אינטערעסירט צו האנדלן מיט די אידעלעך די עם קשה עורף.
א קליינע משל
קונה: איך וואלט געוואלט קויפן א דירה
דושינסקיא: די דירות זענען נאכנישט אויף די מארקעט
קונה: ווען גייט עס זיין אויף די מארקעט?
דושינסקיא: אינז ווייס מיר נאכנישט
קונה: ווען גייט עטץ וויסן ווען ס'גייט זיין אויף די מארקעט?
דושינסקיא: איך ווייס נישט, א גוטן.
א חודש שפעטער
קונה: איר ווייסט שוין ווען איר גייט וויסן ווען די דירות גייען זיין אויף די מארקעט?
וחוזר חלילה