זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]מיר אידן ווייסן אז די איינציגסטע אינטערשיד פון א איד און א גוי איז די תורה. אבער פאר לאנגע יארן גייט שוין אן די קאנטארווערסיע אויב אידן זענען א פולשטענדיגע ראסע, מיט אן אייגענע גענעס, און ביאלאיגשע אידענטיטעט. זענען אידן סייענטיפיש אנדערש פון א גוי? פונקט ווי מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען טויזענטער חיות ספישיס, אפשר זענען אויך דא מענטשליכע ספישיס? עס איז קלאר אז עס זענען פארהאנען פארשידענע מענטשליכע DNA'S ווי למשל מחלות וואס כאפט זיך אן נאר ביי א געוויסע עטנישע שבטים.

ווען מען גייט אריין אין די לאנג פארצווייגטע סוגיא פון 'Jewish exceptionalism' דארף מען ארויסזען די אדערן פונעם סוגיא.

איז בכלל דא אזא מציאות אז א איד זאל האבן אנדערע צעלס, ווי למשל אברים וכדומה? פיל לעגענדעס זענען פארהאנען אז אידן זענען אנדערש געבויעט פון א גוי, לפחות צעלן. ווי באקאנט האט דער חת"ס געזאגט אז אידן פארמאגן א אנדערע צאל ציינער פון א גוי - וואס כ'גלייב אז מען קען זיך דאס איבערצייגן אין אן אויגנבליק.. עס איז אפילו דא א מעשה אז א געוויסע דאקטער האט אמאל עקספירמענט א געוויסע נוקלעארע באמבע וואס גייט נאר קענען טרעפן די אידישע DNA.. מיר טרעפן אז אפילו עקסטרעמיסטן האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף, ווי למשל היטלער ימש"ו האט געהאלטן אז די אידישע דזשין איז די אפפאל פון די בריאה. יוצא, אז אויסער רעליגיע איז דא עפעס וואס טיילט אונז אפ ביילאגיש.

לאמיר זאגן מיר זאלן אננעמען אז אידן האבן אנדערע צעלן; דארף מען אבער אריינעמען די פראבלעם פון אינטערמערידזש. אין די צוואנציגסטער יאר הונדערט ווען DNA איז געבוירן געווארן איז די געדאנק געווארן שטארק פאפולער. טראץ דעם וועט עס וועט זיין זייער שווער צו אנטשיידן א מענטשליכע DNA ווייל אינטערמערידזש איז אן אלעוועלטליכע פראבלעם, און נישט נאר פון היינט, נאר פאר טויזענטער יארן. טא וויאזוי קענסטו באשטעטיגן א טעסט ווען ער קען זיין געמישט? ווי באקאנט באשולדיגן טאקע ספרדים די אשכנזים פארוואס זיי פארמאגן רויטע האר. א זאך וואס איז נישט געווען ביי אידן.

איך האב געטראפן א אינטערסאנטע אפהאנדלונג פון די פראפעסער הערי אסטרער וואו ער שרייבט אין זיין בוך אז אידן זענען ביאלאגיש אנדערש.

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין געווארן דא ארומגערעדט, אויב נישט וועט דאס זיין אן אינטערסאנטע נושא.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז נישט דוד המלך געווען א רויטע ? (אגב, ער האט געשטאמט פון די גיורת רות, אפשר איז זי אויך געווען א רויטע?)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך טאמבל סאס »

געווען אנטיסעמיטן אין די עבר וואס האבן פרובירט טענהן אז מיר זענען במקורנו נעעאנדאטאלס. אנדערע האבן געזאגט קאזארס. מיר שיינט דאס אלץ צו זיין הויכע שפעקולאציעס. הויכע ממין הירוק

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד אנחנו.

אידישקייט איז נישט נאר א רעליגיע נאר אויך א שבט פון די זעלבע מענטשען וואס האבן זיך נישט געוונטליך אויסגעמישט מיט אנדערע שבטים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד.

דאס איז אמת, און פשוט ווייל אידן פראבירן צו בלייבן צווישן זיך. [פארשטייט זיך אז אינטערמערידזש הרג'ט דאס אוועק] און דאס איז אויך זייער פארשטענדליך אז עטנישע גרופעס פארמירן די זעלבע גענעס. איך בין אבער נייגעריג אויב אידן זענען בילאגיש אנדערש פון אנדערע פעלקער. מיר ווייסן די באקאנטע עוואלאציע פון דצח"מ און ישראל - איז דאס א שיינע תורה אדער א ביאלאגישע ערשיינונוג?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך דעת תורה »

בן אדם האט געשריבן:איז נישט דוד המלך געווען א רויטע ? (אגב, ער האט געשטאמט פון די גיורת רות, אפשר איז זי אויך געווען א רויטע?)

מאן יימר ער - און עשו - האבן געהאט רויטע האר? אולי איז זייער הויט געווען רויטליך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך טאמבל סאס »

https://en.wikipedia.org/wiki/Ashkenazi ... prov=sfla1

Efforts to identify the origins of Ashkenazi Jews through DNA analysis began in the 1990s. Currently, there are three types of genetic origin testing, autosomal DNA (atDNA), mitochondrial DNA (mtDNA), and Y-chromosomal DNA (Y-DNA). Autosomal DNA is a mixture from an individual's entire ancestry, Y-DNA shows a male's lineage only along his strict-paternal line, mtDNA shows any person's lineage only along the strict-maternal line. Genome-wide association studies have also been employed to yield findings relevant to genetic origins.....




......Male lineages: Y-chromosomal DNA

The majority of genetic findings to date concerning Ashkenazi Jews conclude that the male line was founded by ancestors from the Middle East.[124][125][126] Others have found a similar genetic line among Greeks, and Macedonians.

A study of haplotypes of the Y-chromosome, published in 2000, addressed the paternal origins of Ashkenazi Jews. Hammer et al.[127]found that the Y-chromosome of Ashkenazi and Sephardic Jews contained mutations that are also common among Middle Eastern peoples, but uncommon in the general European population. This suggested that the male ancestors of the Ashkenazi Jews could be traced mostly to the Middle East.......
..........Female lineages: Mitochondrial DNA

Before 2006, geneticists had largely attributed the ethnogenesis of most of the world's Jewish populations, including Ashkenazi Jews, to Israelite Jewish male migrants from the Middle East and "the women from each local population whom they took as wives and converted to Judaism." Thus, in 2002, in line with this model of origin, David Goldstein, now of Duke University, reported that unlike male Ashkenazi lineages, the female lineages in Ashkenazi Jewish communities "did not seem to be Middle Eastern", and that each community had its own genetic pattern and even that "in some cases the mitochondrial DNA was closely related to that of the host community." In his view this suggested "that Jewish men had arrived from the Middle East, taken wives from the host population and converted them to Judaism, after which there was no further intermarriage with non-Jews."[104]

In 2006, a study by Behar et al.,[131] based on what was at that time high-resolution analysis of haplogroup K (mtDNA), suggested that about 40% of the current Ashkenazi population is descended matrilineally from just four women, or "founder lineages", that were "likely from a Hebrew/Levantine mtDNA pool" originating in the Middle East in the 1st and 2nd centuries CE. Additionally, Behar et al. suggested that the rest of Ashkenazi mtDNA is originated from ~150 women, and that most of those were also likely of Middle Eastern origin.[131] In reference specifically to Haplogroup K, they suggested that although it is common throughout western Eurasia, "the observed global pattern of distribution renders very unlikely the possibility that the four aforementioned founder lineages entered the Ashkenazi mtDNA pool via gene flow from a European host population".

In 2013, however, a study of Ashkenazi mitochondrial DNA by a team led by Martin B. Richards of the University of Huddersfield in England reached different conclusions, again corroborating the pre-2006 origin hypothesis. Testing was performed on the full 16,600 DNA units composing mitochondrial DNA (the 2006 Behar study had only tested 1,000 units) in all their subjects, and the study found that the four main female Ashkenazi founders had descent lines that were established in Europe 10,000 to 20,000 years in the past[132] while most of the remaining minor founders also have a deep European ancestry. The study states that the great majority of Ashkenazi maternal lineages were not brought from the Near East (i.e., they were non-Israelite), nor were they recruited in the Caucasus (i.e., they were non-Khazar), but instead they were assimilated within Europe, primarily of Italian and Old French origins. Richards summarized the findings on the female line as such: "[N]one [of the mtDNA] came from the North Caucasus, located along the border between Europe and Asia between the Black and Caspian seas. All of our presently available studies including my own, should thoroughly debunk one of the most questionable, but still tenacious, hypotheses: that most Ashkenazi Jews can trace their roots to the mysterious Khazar Kingdom that flourished during the ninth century in the region between the Byzantine Empire and the Persian Empire."[128]The 2013 study estimated that 80 percent of Ashkenazi maternal ancestry comes from women indigenous to Europe, and only 8 percent from the Near East, while the origin of the remainder is undetermined.[12][132]According to the study these findings "point to a significant role for the conversion of women in the formation of Ashkenazi communities."[12][13][133][134][135][136]



These studies revealed that Ashkenazi Jews originated in the Middle East during the Bronze or Iron Age (between 2000 BCE and 700 BCE), spreading later to Europe.[121]Ashkenazic Jews display the homogeneity of a genetic bottleneck, meaning they descend from a larger population whose numbers were greatly reduced but recovered through a few founding individuals. Although the Jewish people in general were present across a wide geographical area as described, genetic research done by Gil Atzmon of the Longevity Genes Project at Albert Einstein College of Medicine suggests "that Ashkenazim branched off from other Jews around the time of the destruction of the First Temple, 2,500 years ago ... flourished during the Roman Empire but then went through a 'severe bottleneck' as they dispersed, reducing a population of several million to just 400 families who left Northern Italy around the year 1000 for Central and eventually Eastern Europe."[122].....






Sent from my SM-G903F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד.

דאס איז אמת, און פשוט ווייל אידן פראבירן צו בלייבן צווישן זיך. [פארשטייט זיך אז אינטערמערידזש הרג'ט דאס אוועק] און דאס איז אויך זייער פארשטענדליך אז עטנישע גרופעס פארמירן די זעלבע גענעס. איך בין אבער נייגעריג אויב אידן זענען בילאגיש אנדערש פון אנדערע פעלקער. מיר ווייסן די באקאנטע עוואלאציע פון דצח"מ און ישראל - איז דאס א שיינע תורה אדער א בילאגישע ערשיינונוג?


אונז זענען אן עווערידזש קלוגער מיט 10-20 פראצענט העכער ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג, ס׳ליגט אין אונזער זשענעטיקס אזויווי שוואצע קענען גוט טאנצן און האבן א בעסערע סענס אף הומאר און אנדערע עטנישע גרופעס האבן אנדערע טרעידס איז דעס זיכער אז אידן זענען אביסלע מעהר געריבן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

אויב רעדן מיר פון גענעטישע חילוקים, איז פארשטענדליך אז עס זענען דא, און אפילו צווישן אידישע סאב-גרופעס, אזוי ווי אשכנזי'שע און ספרדי'שע עדות, זענען אויך דא פארשידענע גענעטישע חילוקים. (פאר מער, זעה דא).

אבער דיין שאלה איז אויף ביאלאגישע חילוקים, און איך מיין אז דער ענטפער דערויף איז לכאורה: ניין. עס איז נישטא קיין ביאלאגישע חילוקים וואס מיר קענען פעסשטעלן מיט סייענטיפישע עקספערמענטן.
אבער פארט, אלס אן עם הנבחר, גלייבן מיר אין דעם הבדילנו מכל העמים, כאטש דער מבדיל האט אונז נישט פראוויידעד קיין עווידענס דערפאר.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שבת אחים האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אשכנזישע אידן זענען אלע קרובים לויט די ען עי וואס שטאמען פון די זעלבע 330 מענטשען וואס האבן זיך באזעצט אין אייראפע און זיך משדך געוועהן איינער מיטן צווייטען, ספעציעל אונז חסידישע פרומע אידן זענען נאך נעטערע קרובים, יעדער פון אונז זענען פיפטע זעקסטע קאזינס אדער נענטער, בלי שום יוצא מן הכלל, כלנו בני איש אחד.

דאס איז אמת, און פשוט ווייל אידן פראבירן צו בלייבן צווישן זיך. [פארשטייט זיך אז אינטערמערידזש הרג'ט דאס אוועק] און דאס איז אויך זייער פארשטענדליך אז עטנישע גרופעס פארמירן די זעלבע גענעס. איך בין אבער נייגעריג אויב אידן זענען בילאגיש אנדערש פון אנדערע פעלקער. מיר ווייסן די באקאנטע עוואלאציע פון דצח"מ און ישראל - איז דאס א שיינע תורה אדער א בילאגישע ערשיינונוג?


אונז זענען אן עווערידזש קלוגער מיט 10-20 פראצענט העכער ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג, ס׳ליגט אין אונזער זשענעטיקס אזויווי שוואצע קענען גוט טאנצן און האבן א בעסערע סענס אף הומאר און אנדערע עטנישע גרופעס האבן אנדערע טרעידס איז דעס זיכער אז אידן זענען אביסלע מעהר געריבן.

קלוגשפאט האט נישט צוטאן מיט גענעס, עס האט צוטאן אין בעסטן אויסדריק מיט קולטור. פארוואס אידן זענען קלוגער איז א שמיעס פאר זיך, אבער נישטא. אפשר צוליב זייערע intellectual רעליגיע, אדער וועגן זיי זענען אלץ געווען persecuted און זענען געווארן אויסגעשארפט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קלוגשאפאט האט זיכער צוטוהן מיט ג'ינס, אלץ האט צוטוהן מיט די גענעטישע -מעיקאופ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך דעת תורה »

לויט גיל עצמון, זענען אשכנזים אפשטאמיגע פון די עשרת השבטים?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך ירא שמים »

http://www.tapuz.co.il/forums/articles/ ... 7%99%D7%94
דא האב איך געטראפן וועגן פארוואס די אשכנזישע אידן זעען אויס אייראפעאיש.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

זבולון האט געשריבן:אויב רעדן מיר פון גענעטישע חילוקים, איז פארשטענדליך אז עס זענען דא, און אפילו צווישן אידישע סאב-גרופעס, אזוי ווי אשכנזי'שע און ספרדי'שע עדות, זענען אויך דא פארשידענע גענעטישע חילוקים. (פאר מער, זעה דא).

אבער דיין שאלה איז אויף ביאלאגישע חילוקים, און איך מיין אז דער ענטפער דערויף איז לכאורה: ניין. עס איז נישטא קיין ביאלאגישע חילוקים וואס מיר קענען פעסשטעלן מיט סייענטיפישע עקספערמענטן.
אבער פארט, אלס אן עם הנבחר, גלייבן מיר אין דעם הבדילנו מכל העמים, כאטש דער מבדיל האט אונז נישט פראוויידעד קיין עווידענס דערפאר.

דער הבדלינו מן העמים דארף מען נישט גלייבן נאר באלעבן... דער שמיעס דא איז אויב הבדילנו גייט אריבער צו די אדערן אויכעט..
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

דעת תורה האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:איז נישט דוד המלך געווען א רויטע ? (אגב, ער האט געשטאמט פון די גיורת רות, אפשר איז זי אויך געווען א רויטע?)

מאן יימר ער - און עשו - האבן געהאט רויטע האר? אולי איז זייער הויט געווען רויטליך.

דאס איז גראדע די טענה פון די אשכנזים אז א סך אידישע ריזן האבן געהאט רויטע האר, דוד המלך/בעש"ט/נוע"א וכו'
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך דעת תורה »

בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

דעת תורה האט געשריבן:בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?

דער מיטאס לויטעט אז זיי האבן פארמאגט רויטע האר, נו קען דאך נישט זיין אז זיי קומען פון געמישטע דורות...
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

עס זענען דא ביאלאגישע חילוקים אויך. א גרויסע דאקטאר האט מיר אמאל געזאגט אז אידן האבן ווייעכערע הערצער
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

ועל דא הא דכתוב: שלשה סימנים יש באומה זו הרחמנים והביישנין וגומלי חסדים. דאס איז נישט ביאלאגיש. עס איז די נאטור פון די פאלק, וואס די סימנים קומען essentially פון די תורה.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: זענען אידן בילאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך טאמבל סאס »

פרייוויליג האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?

דער מיטאס לויטעט אז זיי האבן פארמאגט רויטע האר, נו קען דאך נישט זיין אז זיי קומען פון געמישטע דורות...

נישטא קיין מידל איסטערענערס מיט רויטע האר?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

פרייוויליג האט געשריבן:ועל דא הא דכתוב: שלשה סימנים יש באומה זו הרחמנים והביישנין וגומלי חסדים. דאס איז נישט ביאלאגיש. עס איז די נאטור פון די פאלק, וואס די סימנים קומען essentially פון די תורה.

;) ;)
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

פרייוויליג האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?

דער מיטאס לויטעט אז זיי האבן פארמאגט רויטע האר, נו קען דאך נישט זיין אז זיי קומען פון געמישטע דורות...

די לאגיק דא איז פעלערהאפטיג, (און דאס האט דעת תורה געמיינט לכאורה).
אויב דו ווילסט זאגן אז בעש"ט און נוע"א שטאמען פון אידן, ווייל עס קען פשוט נישט זיין אנדערש, דאן קענסטו עס זאגן אפילו זייער האר איז געווען שווארץ ווי פעך, און מיר שטאמען פון זיי.
ווידער, אויב ווילסטו א ראי'ה דערפאר, פאר איינעם וואס די ארגומענט איז נישט גענוג, דאן איז די רויטע האר קיין ראיה נישט.
אין - כי הכל הבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:בעש"ט און נוע"א איז א ראיה אז וואס פונקטליך?

דער מיטאס לויטעט אז זיי האבן פארמאגט רויטע האר, נו קען דאך נישט זיין אז זיי קומען פון געמישטע דורות...

נישטא קיין מידל איסטערענערס מיט רויטע האר?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מאראקאנע ספרדים דאכצעך איז פארהאן מיט רויטע האר. אויסער דעם איז דאך ידוע האי שחור אדום היא אלא שלקה.
פארשפארט