הצעה: פארבעסערטע טיטלען פאר הייראט-קרובים
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: הצעה: פארבעסערטע טיטלען פאר הייראט-קרובים
געוואלדיג. איך בין אלעמאל צעמישט געווארן פון דער פעקיוליאר קולטורעל אידיאוסינקרעסי אבער קיינמאל נישט פינפוינט עקזעקטלי וואס באדערט מיך, ד.ה. כ'האב מיך געמיטשעט אויסארבעטן פארוואס ער איז א פעטער און געפיהלט א סארט אומבאקוועמליכקייט אבער קיינמאל נישט רעאליזירט ווי פשוט די לעזונג קען זיין.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: הצעה: פארבעסערטע טיטלען פאר הייראט-קרובים
העניך האט געשריבן:וואס איז דאס א פעטער? א פעטער קען זיין מיין טאטנ'ס אדער מאמענ'ס ברודער, אדער דער מאן פון מיין טאטנ'ס אדער מאמענ'ס שוועסטער. איר זעט דעם פראבלעם?
אין אונזער קולטור (כ'מיין דער קולטור פון רוב וועלט) האט מען אנגענומען אז דער אקט פון חתונה האבן מאכט דעם מענטש ווי א גוף אחד ממש מיט זיין/איר בן זוג און קרובים-טערמינען טראגן זיך ווייטער כאילו דאס וואלט געווען דער זעלבער מענטש. ממילא, היות מיין טאטע'ס שוועסטער איז מיין מומע, און זי האט חתונה געהאט מיט משה'ן, איז משה יעצט כאילו געווארן א גוף אחד מיט זיין ווייב מיין מומע, האט ער א דין פעטער. אבער דאס האט נישט קיין פשט! איז ער דען אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי אן אמת'ער ברודער פון איינער פון מיינע עלטערן? נישט נאר איז ער נישט קיין ביאלאגישער קרוב, נאר זיין קירבה'שאפט גייט א שטאפל ווייטער: אנשטאט צוויי שטאפלען (מיין טאטע'ס ברודער) איז ער דריי שטאפלען (מיין טאטע'ס שוועסטער'ס מאן).
דאס זעלבע ווען א מענטש האט חתונה ווערן אלע זיינע ווייב'ס פעטערס און קאזינעס פאררעכנט ווי זיינע פעטערס און קאזינעס. דאס האט נישט קיין פשט! מ'דארף א באזונדערן נאמען פאר קרובים וועלכע געווינען קירבה'שאפט דורך הייראט. מיר זעען טאקע אז לגבי געשוויסטער האט מען יא ספעציעלע ווערטער פאר הייראט-קרובים. מיין שוועסטער'ס מאן ווערט נישט מיין ברודער, נאר ער באקומט א ספעציעלן טיטל "שוואגער"; דאס זעלבע מיין ווייב'ס עלטערן ווערן נישט מיין טאטע און מאמע, נאר זיי ווערן שווער און שוויגער.
בין איך מציע אז א פעטער וואס איז נאר געווארן א פעטער צוליב זיין חתונה אדער צוליב דער חתונה פון דעם פלימעניק, זאל ווערן אנגערופן א "הייראט-פעטער". דאס זעלבע א קאזינע דורך הייראט זאל הייסן א "הייראט-קאזינע". און לאמיר הערן אנדערע הצעות.
גראדע זענען דא געוויסע שפראכן וואס האבן טאקע די חילוקים פאר אנדערע סארט קרובים, איז צייט אז אלע שפראכן זאלן דאס אדאפטירן.
געהערט אמאל נאכזאגן בשם צאנזע רב אז ווער עס רופט די ווייבס פעטער פעטער איז א הולך אחר אשתו