הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
איך האב געהערט מיין אינפארמאציע פון משפחת בערנשטיין. איך קען נאך אביסל פרעגען. דער רב הראשי אין תל אביב, הרב אטנטערמאן, איז געווען דער מסדר קידושין ביים דריטע חתונה.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
זייער אינטערעסאנט, ליטוואק.
דאס וואס די שרייבסט וועגן די מונקאטשער דארפן רעדן פון בעלזער פעטער, פארשטיי איך נישט. די מונקאטשער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן וועגן אים און אין פאקט האט מהר"א ארלעדיגט די שלום צווישן מונקאטש און בעלז. כ'האב געהערט אז אפילו אין די הייסע צייטן פון די מחלוקת האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו ווען ער האט געזעהן אדער געהערט אז די מנח"א גייט פארביי זיין שטוב.
נאך איז באוויסט אז שמחת תורה אין תל אביב האט מהר"א געהייסן מאכן א רינג און געטאנצן מיט די מונקאטשע קינדער

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
וועלכע מונקאטשע קינדער? און כמדומה אז שמחת תורה פלעגט ער וויילן אין ירושלים.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערט מיין אינפארמאציע פון משפחת בערנשטיין. איך קען נאך אביסל פרעגען. דער רב הראשי אין תל אביב, הרב אטנטערמאן, איז געווען דער מסדר קידושין ביים דריטע חתונה.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: דאן זאג נישט אז דער היתר מאה רבנים איז געווען צוליעב ספיקא אז זיין זיוו"ר לעבט נאך. ס'איז ענדערש געווען צוליעב דעם ספק אז ...(עיין בדבריך ) זיין זיוו"ש איז נישט געווען 100% ראוי לקבל הגט...(אפשר מכח שפיות הדעת, וכו'...)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פיהל מער פרטים מברר געווען.
זי איז נישט געווען אכצען יאר, זי האט שוין געהאט געהייראט פאר'ן קריג און פארלוירען א מאן און איין קינד דארט. זי איז געווען א טויגליכע פרוי און זי האט כאטשיג געוואלט זיין א רעבעצין טאמער זי וועט נישט זיין קיין ווייב. דערווייל האבען די גבאים פארפיהרט און זיך געשלאגען מיט איהר און זיי האבען געשטופט צו א גט.
דער מסדר הגט איז גאר געווען הרב מרדכי יפה-שלזינגר, די פאטער פון די ברידער פון שטראסבורג און גענף. ער איז געווען טאקע רב אין ת"א. ביים פרעגען דער בעלזער רב צו ער וויל געבען א גט, האט גער בעלעזר גע'ענפערט 'ניין'. די גבאים האבען איהם ארויסגעפיהרט און גערעדט א פאר מינוט און דערנאך האט ער געזאגט 'יא'. מ'האט מסתמא געדארפט ווידער אנהויבען די גאנצע מעשה נאכאמאל.
אין בעלז האבען זיי ליעב צו פארציילען אז זי האט נישט מוציא שנתה געווען, וואס איז נישט אמת. זי האט געלעבט נאך זיבען יאר. זיי האבען אויך ליעב צו פארציילען אז איהר שוואגער דער שווער פון די מונקאטשער רבי האט זייט דעמאלס געהינקט אלס אן עונש פאר'ן זיך אננעמען פאר זיין שוועגערען. דאס איז אויך נישט אמת, ער האט געהינקט פון אלס קינד.
דער שדכנ'טע איז געווען רויזא דעם רבינ'ס, וואס איהר שווער בזיוו"ש האט חתונה געהאט מיט איינער פון די הגר'ס משפחה. מ'דערציילט אז זי האט געבעטען שדכנות פונ'ם בעלזער רב א קינד. זי איז געווארען טראגעדיג, אבער פארלוירען דער קינד נאכ'ן גט (!). שטעל זיך פאר ווען אלס וואלט געלונגען, און רויזא האט א קינד ווי אויך דער בעלזער רב. מ'וואלט זיך פארשפארט ריזיגע מחלוקת'ער און טומולעריי.
זי איז נישט געווען אכצען יאר, זי האט שוין געהאט געהייראט פאר'ן קריג און פארלוירען א מאן און איין קינד דארט. זי איז געווען א טויגליכע פרוי און זי האט כאטשיג געוואלט זיין א רעבעצין טאמער זי וועט נישט זיין קיין ווייב. דערווייל האבען די גבאים פארפיהרט און זיך געשלאגען מיט איהר און זיי האבען געשטופט צו א גט.
דער מסדר הגט איז גאר געווען הרב מרדכי יפה-שלזינגר, די פאטער פון די ברידער פון שטראסבורג און גענף. ער איז געווען טאקע רב אין ת"א. ביים פרעגען דער בעלזער רב צו ער וויל געבען א גט, האט גער בעלעזר גע'ענפערט 'ניין'. די גבאים האבען איהם ארויסגעפיהרט און גערעדט א פאר מינוט און דערנאך האט ער געזאגט 'יא'. מ'האט מסתמא געדארפט ווידער אנהויבען די גאנצע מעשה נאכאמאל.
אין בעלז האבען זיי ליעב צו פארציילען אז זי האט נישט מוציא שנתה געווען, וואס איז נישט אמת. זי האט געלעבט נאך זיבען יאר. זיי האבען אויך ליעב צו פארציילען אז איהר שוואגער דער שווער פון די מונקאטשער רבי האט זייט דעמאלס געהינקט אלס אן עונש פאר'ן זיך אננעמען פאר זיין שוועגערען. דאס איז אויך נישט אמת, ער האט געהינקט פון אלס קינד.
דער שדכנ'טע איז געווען רויזא דעם רבינ'ס, וואס איהר שווער בזיוו"ש האט חתונה געהאט מיט איינער פון די הגר'ס משפחה. מ'דערציילט אז זי האט געבעטען שדכנות פונ'ם בעלזער רב א קינד. זי איז געווארען טראגעדיג, אבער פארלוירען דער קינד נאכ'ן גט (!). שטעל זיך פאר ווען אלס וואלט געלונגען, און רויזא האט א קינד ווי אויך דער בעלזער רב. מ'וואלט זיך פארשפארט ריזיגע מחלוקת'ער און טומולעריי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: לפי הידיעות המעניינות שלך, מוז איך מאכן א גאנצע רעוויזיע איבער די שטארקע מחלוקת צווישן סאטמאר און בעלזא, איבער די חתימות פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף די בחירות אין אר"י. ווייל די סאטמאר'ער טענה'ן אז צוערשט האט הרה"ק מ'בעלזא נישט געוואלט אונטער'חתמ'נען אויף דעם "חוב קדוש" פון גיין צו די בחירות. אבער מ'האט איהם איבערגערעדט... מתחילה האביך געהאלטן אז דאס קען נישט זיין. אויב ער וואלט מלכתחילה געווען איתן בדעתו נישט צו גיין צו בחירות וואלט ער נישט גע'חתמ'ט. אבער לויט ווי דו לייגסט אראפ די אינפארמאציע אז די גבאים האבן געהאט א כח איהם משכנע צו זיין, איז אלעס מעגליך. מייניך אז די סאטמאר'ע נוסח פון די היסטארישע אנטוויקלונגען האט אן אחיזה אין מציאות... סארי. דאס איז די (אביעקטיווע) מסקנא וואס איך נעם ארויס פון דעם מצב...! ייש"כ...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'קען מחלק זיין, אבער בעסער נוצען די קאפ פאר וויכטיגע זאכען, כגון ווער זאל זיין ראה"ק וכדו' מן הדברים העומדים על הפראק
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט אז דער בעלזער רב האט גענומען א היתר מאה רבנים, נישט ווילענדיג צו פארלאזען אויף דעם אז זיין זיוו"ר איז טאקע געשטארבען. דארט האבען געחתמ'ט פארשידענע באקאנטע נעמען, הרב אברהם חיים נאה, הרב מאטיל סלונימער, הרב שמואל הלוי וואזנער, סאטמאר רב, הרב אהרן ראטה, הרב חנוך דוב פאדווא, מיט נאך נעמען וואס איך ווייס נישט פונקט ווער זיי זענען; חנניא יו"ט ליפא טייטלבוים, ישראל טויסיג, יצחק ווינגארטען, מנחם נחום ליעבערמאן, ישראל יצחק היילפרין, יצחק אייזיק אייזען, יחזקאל הירשמאן, מאיר שווארץ, צבי דוד הירשמאן,הרב מנחם זאב שיק,
הרב מאיר חיים אונגר, הרב דוב סוקולובסקיק (אבין של הרב מאיר שמחה שליט"א?), הרב יהושע מענדעל עהרענבערג, ברוך האגער, און נאך. עי' כאן. איך ווייס נישט צו דאס איז געווען פאר'ן זיוו"ש צו נאך דעם.
(דעי היסטאריע איז נישט ממש מיין "ליין" אבער משום כבודו של ליטוואק -)
הרב יהושע מענדעל עהרענבערג איז געווען א רב אין יפו תל אביב, א בעלזער חסיד, (א "ציוניסט"). הרב ברוך האגער איז אפשר דער סערעטער, דער געוועזענער שוואגער פון בעלזער רב.
אגב, אין די לינק וואס ליטוואק האט צוגעברענגט שטייט אז דער נתיבות שלום איז אויך פון די חותמים (נאך מרן הרמ"ח).
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עכ"פ א פארצרה'טע לעבען, א היתר מאה און א גט און אוועק קינדערלאז.
נעמט אייך נישט צום הארצן, איך האף אז ס'שטערט אייך נישט מער ווי ס'האט געשטערט דעם בעלזער רב.
--
הוספה: הרב ישראל טויסיג היה רב ופוסק בירושלים, רבה של שכונת בתי אונגרין. כונה על שם ספרו ומקום מגוריו בחו"ל: הבית ישראל ממטרסדורף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש חזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
איים סארי, קיינער האט מיך נישט איינגערעדט... ס'איז מיר נאר אזוי מסתבר (אין צוגאב צו דעם וואס ער'ט אליינן אמאל געזאגט פאר איינער פון די מנחמים נאכ'ן פטירה פונעם זיין ברודער דער בולגערייער רב אז ער'ט נאך קיינמאל נישט קיין צער נישט געהאט (ע"פ המסופר).
זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?
זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?
וקרב פזורינו מבין הגויים
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע
ווען עס קען באדערן אפאר חסידים איז דער ליטוואק אפילו גרייט מיטצופיהלן מיט בעלזער רב
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
(איך האף אז עס איז נישט משמע פון מיינע ווערטער אז ס'האט מיר געבאדערט, און בכלל בין איך אויך פון די יודן וואס שפירן נישט קיין צער אויף דעי וועלט... )
(בד"וו איז דא עפעס אן התיחסות פון הרב שך צום בעלזער רב?)
*דאס וואס כ'האב געשריבן אין מיין פריעדיגע הודעה אז "סאיז מיר מסתבר" איז פון ליינען און הערן אויפ'ן בעלזער רב.
(בד"וו איז דא עפעס אן התיחסות פון הרב שך צום בעלזער רב?)
*דאס וואס כ'האב געשריבן אין מיין פריעדיגע הודעה אז "סאיז מיר מסתבר" איז פון ליינען און הערן אויפ'ן בעלזער רב.
וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האט דיר אויך איינגערעדט אז דער בעלזער רב איז נישט געווען קיין מענטש מיט מענטשליכע געברויכען און געפיהלען? איך האב נישט קיין אינטערעס אזוי צו גלייבען.
דוכטזאך אז ר שלמה לורינץ זל, דער ארגינעלער ליטוואק פון בודא פעסט איז יא געווען א מאמין אינעם בעלזער רב'ס איבער נאטיליבער כוחות.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איש חזון האט געשריבן: זאג נאר, טעארעטיש האלטסטו אז ס'איז מעגליך אזא זאך?
דער גאנצע ענין איז דאך נאר טע'ארעטיש. קיינער ווייסט נישט וואס דער בעלזער רב האט געטראכט ביי זיך. נאר מענטשען קוקען איהם אן אלס א ריזיגע צדיק, און זיי מיינען אז א ריזיגע צדיק האט נישט קיין געפיהלען צו געברויכען. ביי מיר איז פשוט אז אויב בעלזער רב איז א צדיק, האט ער געהיטען תורה וואס דארט שטייט אוהבו כגופו, און ווען ער האט געמוזט אפלאזען זיין ווייב וואס ער האט ליעב געהאט וועגען זייטיגע סבות, האט עס איהם געמעגט וויי טוהן אן צו רירען זיין צדקות. די תנאים און אמוראים האבען באקלאגט זייער קינדער וואס זענען געשטארבען, דוד המלך האט באקלאגען זיין קינד'ס יארען ביז ער איז אוועק. און זיין ערוואקסענע קינד אפילו נאכ'ן שטארבען.
מענטשליכע געפיהלען זענען נישט קיין סתירה צו שפיץ צדקות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווייז אויף. וועלכע צדיק האט, אלס צדקות, נישט באקלאגען זיין געשטארבענע קינדער?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ער האט פארשטילט זיין געוויין, עי' רמב"ן שם. ער האט געהאט שוין איינמאל די געפיהלען, נאר זיי באהערשט. דאס איז טאקע א צדיק, דער וואס באהערשט זיין געפיהלען, נישט אז ער האט זיי בכלל נישט געהאט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא