מיין בארויבטע ליבשאפט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

מיין בארויבטע ליבשאפט

שליחה דורך זבולון »

ווי א בלום צווישן דערנער אויפגעוואקסן,
ווי א קליין קיעלע צווישן צען אקסן,
געטאנצט און געזינגען, א פרייליכע לעבן,
געהאלפן אינדערהיים, געגעבן און געגעבן.

אין סקול - זייער פאפולער געווען,
א ישועה צו יעדע פראבלעם וואס איז געשעהן,
א שיינע פיגור געהאט - מלא חן,
ערליך, תמימות'דיג און ריין.

האשה מתקדשת - געקומען די צייט,
אינערהאלב מיר האט זיך אנגעפאנגען א פייט,
איך ווייס נישט וואו אהין צו טראגן מיין פנים,
איך פארנעם נישט די פרעשור פון די שדכנים.

פארוואס נישט? פרעגן מיינע עלטערן,
דו ביסט נאך קליין, וועלסט נאך עלטער ווערן,
נאך די חתונה וועט דיין הארץ מיטקומען,
נישט יעדע שידוך מוז ממש שטימען.

טעלער געבראכן, חופה געשטעלט,
מצוה געטאנצט, געבויעט א געצעלט,
געפראוועט שמחות, געלאפן צום רבי'ן.
אבער איך האב נאכנישט אנגעפאנגען מיין לעבן.

נישט דאס האב איך געמיינט,
כ'האב אמאל דערויף געוויינט,
די טרערן זענען שוין אויסגעליידיגט היינט,
כ'האב מיין אייגענע לעבן פיינט.

ערגעצוואו איז עס ביי מיר באהאלטן,
וועט עס נאך אמאל ארויסשפאלטן?
ערגעצוואו ליגט ביי מיר ליבשאפט,
כ'האב נאך קיינמאל געזעהן איהר קראפט.

וועט עס אייביג אזוי בלייבן?
אדער איך קען א נייע לעבן קלייבן,
וועט נאך אמאל איינער מיין געוויין הערן?
איינער וועט טרינקען מיין טרערן?

מיין הארץ ארומגענומען מיט א מויער,
אבער די אינעוויניגסטע פייער וויל אויפברעכן די טויער,
מיין קערפער האט נאך קיינמאל קיין ווארעמקייט באגעגנט,
פון אן אמת'ע ליבשאפט האב איך זיך שוין לאנג געזעגנט.
אין - כי הכל הבל
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

זייער רירענדיג. ליידער מעשים בכל יום אין די חסידישער קוקי קאטטער סאסייעטי....
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

זבולון האט געשריבן:ווי א בלום צווישן דערנער אויפגעוואקסן,
ווי א קליין קיעלע צווישן צען אקסן,
געטאנצט און געזינגען, א פרייליכע לעבן,
געהאלפן אינדערהיים, געגעבן און געגעבן.

אין סקול - זייער פאפולער געווען,
א ישועה צו יעדע פראבלעם וואס איז געשעהן,
א שיינע פיגור געהאט - מלא חן,
ערליך, תמימות'דיג און ריין.

האשה מתקדשת - געקומען די צייט,
אינערהאלב מיר האט זיך אנגעפאנגען א פייט,
איך ווייס נישט וואו אהין צו טראגן מיין פנים,
איך פארנעם נישט די פרעשור פון די שדכנים.

פארוואס נישט? פרעגן מיינע עלטערן,
דו ביסט נאך קליין, וועלסט נאך עלטער ווערן,
נאך די חתונה וועט דיין הארץ מיטקומען,
נישט יעדע שידוך מוז ממש שטימען.

טעלער געבראכן, חופה געשטעלט,
מצוה געטאנצט, געבויעט א געצעלט,
געפראוועט שמחות, געלאפן צום רבי'ן.
אבער איך האב נאכנישט אנגעפאנגען מיין לעבן.

נישט דאס האב איך געמיינט,
כ'האב אמאל דערויף געוויינט,
די טרערן זענען שוין אויסגעליידיגט היינט,
כ'האב מיין אייגענע לעבן פיינט.

ערגעצוואו איז עס ביי מיר באהאלטן,
וועט עס נאך אמאל ארויסשפאלטן?
ערגעצוואו ליגט ביי מיר ליבשאפט,
כ'האב נאך קיינמאל געזעהן איהר קראפט.

וועט עס אייביג אזוי בלייבן?
אדער איך קען א נייע לעבן קלייבן,
וועט נאך אמאל איינער מיין געוויין הערן?
איינער וועט טרינקען מיין טרערן?

מיין הארץ ארומגענומען מיט א מויער,
אבער די אינעוויניגסטע פייער וויל אויפברעכן די טויער,
מיין קערפער האט נאך קיינמאל קיין ווארעמקייט באגעגנט,
פון אן אמת'ע ליבשאפט האב איך זיך שוין לאנג געזעגנט.

ביסט אין די מצב נישט אליין
מיין נישט אז ביי יענעם איז פיין.
דאס פונקט איז אונזער סיסטעם
ממש אינגאנצען א צעחושטעם.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

דאס וואס ער וויינט
דאס וואס ער מיינט
ער ווייסט און וואס ער וואוינט
און דאס איז זיין פוינט

זיין ליבשאפט איז בארויבט
דאס איז זיין פוינט דער הויפט
ער האפט אז זאכן וועלן זיך טוישן
און מיט ליבשאפט דאס הארץ וועט רוישן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

זבולון האט געשריבן:וועט עס אייביג אזוי בלייבן?
אדער איך קען א נייע לעבן קלייבן,
וועט נאך אמאל איינער מיין געוויין הערן?
איינער וועט טרינקען מיין טרערן?

וואס איז בכלל די הו"א אז סגייט אייביג בלייבן אזוי?
א מענטש מיט אזויפיל געפיל און טיפקייט איז לא ימלט נישט צי געפינען זיין ליבשאפט.
עפען דיך אויף און לאז עס פאסירן
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך הגיון »

עמיצער האט דא נישט גוט חתונה געהאט, איך פיל באמת שלעכט פאר אים. דער אייבירשטער זאל אים דערלייכטן, און איך וואונטש אים אן א לעבן מיט ליבשאפט און פרייד.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

אינטרעסאנט אז דער עולם האט נישט אויפגעמערקט אז מ'רעדט דא פון א "זי", און נישט קיין "איהם".

אלזא, די אינספעראציע פאר מיין אשכול, איז געווען נאכן קוקן די דאקומענטערי פון אמנון לוי, מיטן נאמען "החרדיות". (פון 23:00 און ווייטער). וואו מ'זעהט א חסידישע פרוי, וואס האט קיינמאל אין איהר לעבן נישט באגעגנט קיין ליבע. מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר איהר, און דאס האט מיר אינספיירעד צו שרייבן דאס שטיקל.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

א שנירל טרערן האט געטריפט אויף מיינע באקן בשעת איך האב געהערט די קשיא פונעם פרוי: מה זה אהבה?

די דאקעמענטרי איז זייער רירענד.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

זבולון האט געשריבן:ווי א בלום צווישן דערנער אויפגעוואקסן,
ווי א קליין קיעלע צווישן צען אקסן,
געטאנצט און געזינגען, א פרייליכע לעבן,
געהאלפן אינדערהיים, געגעבן און געגעבן.

אין סקול - זייער פאפולער געווען,
א ישועה צו יעדע פראבלעם וואס איז געשעהן,
א שיינע פיגור געהאט - מלא חן,
ערליך, תמימות'דיג און ריין.

האשה מתקדשת - געקומען די צייט,
אינערהאלב מיר האט זיך אנגעפאנגען א פייט,
איך ווייס נישט וואו אהין צו טראגן מיין פנים,
איך פארנעם נישט די פרעשור פון די שדכנים.

פארוואס נישט? פרעגן מיינע עלטערן,
דו ביסט נאך קליין, וועלסט נאך עלטער ווערן,
נאך די חתונה וועט דיין הארץ מיטקומען,
נישט יעדע שידוך מוז ממש שטימען.

טעלער געבראכן, חופה געשטעלט,
מצוה געטאנצט, געבויעט א געצעלט,
געפראוועט שמחות, געלאפן צום רבי'ן.
אבער איך האב נאכנישט אנגעפאנגען מיין לעבן.

נישט דאס האב איך געמיינט,
כ'האב אמאל דערויף געוויינט,
די טרערן זענען שוין אויסגעליידיגט היינט,
כ'האב מיין אייגענע לעבן פיינט.

ערגעצוואו איז עס ביי מיר באהאלטן,
וועט עס נאך אמאל ארויסשפאלטן?
ערגעצוואו ליגט ביי מיר ליבשאפט,
כ'האב נאך קיינמאל געזעהן איהר קראפט.

וועט עס אייביג אזוי בלייבן?
אדער איך קען א נייע לעבן קלייבן,
וועט נאך אמאל איינער מיין געוויין הערן?
איינער וועט טרינקען מיין טרערן?

מיין הארץ ארומגענומען מיט א מויער,
אבער די אינעוויניגסטע פייער וויל אויפברעכן די טויער,
מיין קערפער האט נאך קיינמאל קיין ווארעמקייט באגעגנט,
פון אן אמת'ע ליבשאפט האב איך זיך שוין לאנג געזעגנט.



[justify]מיינע אויגן זענען פייכט,
די ווערטער צו ליינען, קומען נישט אן לייכט,
מיין שטימונג איז ביטער און זויער,
ממש א געוויין צו הערן דיין טרויער.

מיין לעבן, צו דיינע ממש א שפיגל,
געווען באליבט שוין ארויס פון וויגל,
חכמה און חן, סוקסעס און גלוסט,
געשפילט און געטאנצן, מיט לעבנסלוסט.

אין חדר צווישן אלע געווען דער פירער,
געלט אלעמאל, געדרייט ווי א באנקירער,
ישיבה קטנה יארן, א האניג פעסל,
חברותות און לימודים, געקאכט ווי א קעסל.

ישיבה גדולה אלס "מצוין" זיך פארוואנדלט,
א "גוטע נאמען", מיסטריעז איינגעהאנדלט,
מגיד שיעורים מיר געהאלטן אלס א בקי אין ש"ס,
האבנדיג אין טאש דער שליסל פון חק"ס.

מען טראגט אן שידוכים! געדענק איך הערן,
מיין טאטע געברענגט מענטשן מיר צו פארהערן,
ער האט געטון אלעס, אן מיין וויסן,
כ'האב געמוזט שנארן, הינטער די קוליסן.

נישט געוואוסט צו איך מעג פרעגן,
אפשר וועט ער זיך אויף מיר רעגן,
זיך געוואונדערט פארוואס כ'בין נישט פארמישט,
מיינע עלטערן יא, און איך נישט.

איין טאג האב איך פון דיר געהערט,
דו גייסט זיין מיין ווייב, מיין טאטע האט באשערט,
מיט א געפיל וואס זאגט שווארץ,
געווען באגראבן אין מיין הארץ.

געטראפן דיר דאן, מיר געשפירט ווי א געפאר,
פארשטאנען אז דאס איז עס, מיין טאטע איז דערפאר,
א חתונה דאטום שוין געשטימט מיט די זאל,
נאר איך זיך געשפירט נישט נארמאל.

ביסט נישט מיין פאר, קלאר דאס געזען,
פארבינדענע הענט, גארנישט געשען,
זאגן עפעס נישט געקומען אין באטראכט,
א געצווינגענע יא, דערקלערט יענע נאכט.

יעדער מיט פרייד, מזל טוב סעלעברירט,
איך צעמישט, מיט פרייד רעאגירט,
נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען,
געמיינט אזוי טוט עס ביי יעדן מיינען.

ביז היינט ביים ליינען דיין ווייטאג,
געווארן אזוי קלאר, אומצוויידייטאג,
כ'בין נישט דיין ליבע, מיט שאנד איך אקצעפטיר,
דא א אנדערער וואס באלאנגט צו מיר.

לאמיר נישט וויינען, אויף אונזער צושטאנד,
עס איז נישט אונזער שולד, אונזער פארשטאנד,
לאמיר ליבערשט וויינען אויף דאס וואס פאסירט,
צו אנדערע קינדער, אכזריות אינפארסירט.

ניטאמאל זיי ווייסן, פארוואס זיי דארפן קלאגן,
מיט אונזער געשיכטע, מען קען דאס ווייטער טראגן,
אידן וואס ליינען, מיט צאפל זאלן זיי שפרונגען,
אפשר אביסל טויש, אנדרייען וועט געלונגען.

מיט מיינע רייד, כ'האף טוסט מיר פארשטיין,
והשיב את הגזילה, איך קען גערן באשטיין,
א נייע בלעטל, לאמיר פרובירן,
און מיט אונזער אחדות, מיר וועלן זאכן פירן.

גאט וועט זען אונזער מאטערניש פאר פרידן,
מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם צו זיין צופרידן,
ברענגען שלוה אין אידישע שטובער,
געגאנגען, לאמיר אנהויבן מאכן גערודער.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

מיין בארויבטע ליבשאפט

שליחה דורך ירא שמים »

כוויל נישט קליא מאכן די שטארקע אמאושענס פון די אשכול, אבער מיר זעט אויס די אינטערוויו מיט די חסידישע ווייבל ווי אינטערגעשטעלט.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

עס איז נישט קיין גרויסע נפקא-מינה אויב די ספעציפישע מעשה איז אמת אדער א שפיל, עס איז אבער איינמאל קלאר, אז עס איז זענען פארהאן צווישן אונז צענדליגער (אויב נישט הונדערטער) פרויען שלא טעמו טעם אהבה מעולם.
אין - כי הכל הבל
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

פארוואס דיסקרימינעט איהר. איך קען אסאך מענער וואס באקומען אויך נישט קיין ליבשאפט פון זייערע פרויען. אט דאס איז אונזערע סיסטעם.
באניצער אוואטאר
הערסטע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:10 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: מיין בארויבטע ליבשאפט

שליחה דורך הערסטע »

איינער קען פליז מאכן א פאום פון א גוטע ענדונג?
#פאזיטיוו
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

הערסטע האט געשריבן:איינער קען פליז מאכן א פאום פון א גוטע ענדונג?
#פאזיטיוו

די מאן האט געליינט די פאוסט אין שטיבל.
אין פון זיין התנהגות זיך געגעבען א פאראיבל.
געקומען אהיים מיט א לידל.
אז סגייט זיך גיסען ליבשאפט מיט א קריגל.

האסט געבעטען א העפי ענדינג
דערווייל אז דאס נאך פענדינג
דארף מען זעהן צו ער וועט טאקע פארעכטען
אדער סוועט זיך איבער חזר׳ן ווי נעכטען.

לאמיר זיך איינרעדען אז סהאט נישט מיט די סיסטעם.
אין די ליבע גייט שוין זיין א געזונטעם.

מקען אבער נישט דיסקרימינירען
אסאך ווייבער טוהען זיך אויך אזוי פיהרען
אין זייערע מענער קענען קיין ליבע נישט שפירען
אזא אויפיראכטץ פאסט מער פאר קיען.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

כ'בין א געלונגענע
האב איך אלץ געוויסט
באקומען די באמבע פון ישיבה
יעדער האט געגליסט

אבער איך האב געהאט
א שלעכט געפיל
שוין פון אנהויב
ביים בעשוי שפיל

נישט מיין טייפ
ער איז צו אפען
מיט פילע מאדערענע שיטות
איז ער געטראפן

איך בין צו יאנטשי
אים נישט געפאלן
זיך צושטעלן צו זיין מהליך
איך דארף זאלן

פילע טעג געזויערט
פילע טרערן פארגאסן
נישט גערעדט בכלל
די מויל ביידע פארשלאסן

ביידע געהאלטן פעסט
דיין שיטה איז שיט
איך וועל פאר קיין געלט
זיך טוישן ניט

ביז א קליגע אידל
אויפגעוויזן אונז
גליקלעך איז דער
וואס ווייסט דער קונץ

אַז לאָוו אִיז א טשׁויס
מען קען ליב האבן אלעס
איז זיי נישט א נער
און מאך דיך נישט באלעבאס

דו קענסט זיך יא צווינגען!
עס איז נישט קיין סיבה
אז ענק זענען נישט די זעלבע טייפ
ליבע איז ליבע!

באוויין נישט דיין עבר
די עתיד הייב אן בויען
עס ווענד זיך אין דיר
מען האט דיר געטוהן טרויען

באצווינג זיך וועסטו זעהן
דו קענסט האבן בעלות
אויף די געפילן אין דיין הארץ
איז הייב אן ליבן אלעס!
.I got voices in my head.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בת קול דיינע ווערטער שניידן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ירא שמים האט געשריבן:כוויל נישט קליא מאכן די שטארקע אמאושענס פון די אשכול, אבער מיר זעט אויס די אינטערוויו מיט די חסידישע ווייבל ווי אינטערגעשטעלט.

ל''ד אינטערגעשטעלט נאר קל לראות אז זי איז קיין גריסע מציאה ניקס געוועזן... פאר א סיבה איז זי געווען א עלטער מיידל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט