פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך קרעקער »

א נייע טעלעווישען שוי פון אמנון לוי האטצעך אנגעהויבען און ער רעדט איבער די רעוועלושען ביים היימישען ציבור אין א"י אז כדי די מענער זאלען זיין אפגעהיטען טארען זיי נישט ארויסגיין אין די אפענע וועלט נאר בלייבען פארשלאסען אין כולל, האט מען געמאכט אז דע מאמע גייט ארויס ארבעטען

וואס האלט די עולם איז די דרך אויסגעהאלטען?
קודם פארוואס מעג די מאמע יא געעפענט ווערען צו די גאס און אינטערנעט ? צווייטענס זי הארגעט זיך דאך מיטען האבען 12 קינדער און די שטוב ווערטשאפט פארוואס דארף זי אויך ברענגען פרנסה?
דריטענס לדעתי איז עס קעגען די תורה, אין די כתובה שטייט אז די מאן דארף אויסהאלטען די פרוי און קינדער

http://10tv.nana10.co.il/Article/?Artic ... 79&sid=169
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיי זענען דאך מחבר ספרים און פארקויפן עס
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

שליחה דורך טמיר »

אהא, הייסט עס אז דו ערווארטסט צו הערן דא אויף ק"ש צוויי צדדים אין דעם נושא... גוד לאק
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'האלט שוין לאנג. מ'דארף האבן מער וואס טענה'ן די רעכטע זייט. אמאל האט מען געהאט מער. כ'האב מורא איך וועל מוזן נעמען דעם כיבוד..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

שליחה דורך טמיר »

אודאי דארפן פרויען ארבייטן. אמער, זיי האבן דאך נישט קיין איסור פון ראיות אסורות
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האלט שוין לאנג. מ'דארף האבן מער וואס טענה'ן די רעכטע זייט. אמאל האט מען געהאט מער. כ'האב מורא איך וועל מוזן נעמען דעם כיבוד..

נעם נעם, ס'קען דיר נאך געלונגען איך זאל גיין לינק... (טאמבל איי לאוו יו :P )
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

צוויי מאדנע זאכן געשעהן דא.
איינס, אז מען גייט איבער רעדן א נושא, וואס איז שוין איבערגשמועסט געווארן דא אזויפיל מאל ווילאנג די וועלט שטייט.
צוויי, אז סאיז נאך דא איינער וואס נעמט אמנון לוי ערנסט.

מיינע צוויי מיליאן סענט, די פרויען ארבייטען איז א מֵיינער, און נאר א ספיח, צו די פאדאמענטעל פראבלעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טמיר האט געשריבן:אהא, הייסט עס אז דו ערווארטסט צו הערן דא אויף ק"ש צוויי צדדים אין דעם נושא... גוד לאק

ריכטיג האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האלט שוין לאנג. מ'דארף האבן מער וואס טענה'ן די רעכטע זייט. אמאל האט מען געהאט מער. כ'האב מורא איך וועל מוזן נעמען דעם כיבוד..

נעם נעם, ס'קען דיר נאך געלונגען איך זאל גיין לינק... (טאמבל איי לאוו יו :P )

אין מיינע אויגן קוקט נישט אויס ווי סאיז בכלל דא צוויי צדדים, תורה׳דיג דארף דער מאן ברענגן פרנסה. און אויב קוקט מען נישט תורה׳דיג דארף דער מאן נישט קוועטשן דאס בענקל אין תולדות אהרן. און מיט א מענטשליכער בליק איז א פארברעך אז א מאמע פון אפאר קינדער זאל דארפן ארבעטן יעדן טאג, זי האט גענוג אויפן קאפ, און אויך א פארברעך מצד די קינדער אז זייער מאמע גייט ארבעטן און געבט זיך נישט אפ מיט זיי ווי ס׳ברויך.

נישט דא קיין שום מקום צו טראכטן פארקערט און ס׳נישטא קיין צוויי צדדים.

ווען די שטייסט לעבן מיר און די זאגסט דאס און די רופסט עס נאך אן די מיינונג אלץ די רעכטע כאפסטו צוויי קלינגעדיגע אז דיין צאן וואלט ארויסגעפאלן
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך ירא שמים »

אחד העם האט געשריבן:צוויי מאדנע זאכן געשעהן דא.
איינס, אז מען גייט איבער רעדן א נושא, וואס איז שוין איבערגשמועסט געווארן דא אזויפיל מאל ווילאנג די וועלט שטייט.
צוויי, אז סאיז נאך דא איינער וואס נעמט אמנון לוי ערנסט.

מיינע צוויי מיליאן סענט, די פרויען ארבייטען איז א מֵיינער, און נאר א ספיח, צו די פאדאמענטעל פראבלעם.

און וואזשע איז די פאנדאמענטאלע פראבלעם?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'קוקט אין היסטאריא, איז אלעמאל געווען צוויי זאכען. א. פרויען האבען גע'ארבעט און גאר שווער. מ'איז נישט געזעסען אינדערהיים זינגען לידער מיט די קינדער. נאר געציילטע עשירים האבען דאס געקענט ערלויבען. ס'איז נישט קיין אלטע מסורה אז ווייבער ארבעטען נישט. נאר דאהי אין א קורצע תקופה אין אמעריקא איז דאס אזוי געווארען ווען יעדער איינער איז געווארען מיטל קלאסיג. אין מארק אינדערהיים זענען בעיקר ווייבער געשטאנען פארקויפען. ב. דער ענין אז ווייבער זאלען זיך אונטערנעמען דער גאנצע עול הפרנסה כדי דער מאן זאל קענען לערנען איז אויך אייביג געווען. נישט יעדער איינער, אבער ס'איז געווען אן אפציע פאר די שרידים אשר ה' קורא.

נאר וואס? היינטיגע צייטען, ווען אלס איז סיסטעמיזירט און קיין אייגענע החלטות מאכט שוין קיינער נישט, איז דאס געווארען דער מאדע ביי די קליינע צאל ליטווישע חרדים. איך גלויב נישט אז צווישען די וועלטס אידענטום זענען די פראפארציע פון מענער לערנען פול טיים מער ווי סיי ווען אין היסטאריא. נאר וויבאלד רוב רובם פון כלל ישראל היטען גארנישט, זעט עס אויס ווי מער ווי ס'איז אויפ'ן אמת.

און ר' שלום שטיסל, דיין וועג פון אויפווייזען דיין פונקט, מיט ווירטואלע קלינגעדיגע פראסקע'ס, זעט מיר אויס גאר קלוג און צום זאך. איך בין שיער געווארען איבערגעצייגט. ווען ס'וואלט געווען עכטע פראסקע'ס, וואלט איך מיר אינגאנצען מיטגעשטימט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך דעת תורה »

וועלכע פרויען האבן געארבעט? איך מיין ס'איז חלומות. עס איז געווען די אלמנה, די ווייב פונעם ת"ח / פרוש / רב, און דעם טויגעניכטס ווייב. אדער א גרעסער מיידל וואס האט צוגעהאלפן דעם טאטן, אבער געווענליך א פרוי האט נישט געארבעט.

וואס א חילוק וויפיל אידן זענען דא אויף דער וועלט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ארבעטן אין דער אלטער היים האט געמיינט גאר עפעס אנדערש פון היינט, עס האט געמיינט באוואסערן די געוואוקסן אין הויף, מעלקן די קיהען ביים עלות האקן די האלץ צום הייצן, וכדו', סא אוודאי האבן די פרויען געארבעט, די שאלה דארף זיין וועגן ברענגען פרנסה וואס אויף דעם איז נישט געווען קיין כללים נאר הכל כפי הענין ווען די מקור הפרנסה איז געווען אזאנס וואס ברויך מער פון צוויי הענט האט די פרוי געהאלפן און אזוי אויך אויב דער מאן איז געווען א לא יוצלח.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מסכים מיט ליטוואק פון אות ב' און ווייטער.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך דעת תורה »

פרויען האבן געהאקט האלץ?

אוודאי טוען פרויען - דאן ווי היינט - שטוב ארבעט. דאס נעמט אריין קינדער ערציאונג, קאכן באקן רוימען וואשן א.א.וו. אויב עפעס מיינסטנס אמאליגע פרויען האבן נישט געוואשן די וועש, בעת היינט טוען זיי עס יא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פארוואס טראכסטו אז די אמאליגע פרויען האבן נישט געוואשן וועש?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זיי האבען געהאנדעלט אין מארק, געהאנדעלט אין שענק, עכ"פ דאס ציל אז מ'זאל זיצען אין שטוב זיך אפגעבען מיט די קינדער איז זיכער נישט געווען. נאר נאכ'ן קריג אין אמעריקא. מיט מאשינען צו טוהן רוב ארבעט, מיט גויטע'ס אויף דאס איבעריגע און רעסטאראנטען מיט טעיק אוט ווען די גויטע קימפעט מאכט ווייבער וואס זענען גרייט אויף סעיל''ס און ריטערנ''ס און סתם ליידיגייען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארדריי מיר נישט קיין היסטוריה צו ריינוואשן דאס לעיקוואד׳ע ליידיגייעראציע. פרויען פלעגן נישט ארבעטן. דאס צוויי דריי מעשיות וואס מאכט טראכטן אז זיי האבן געארבעט קומט פון מנחם מענדל ביכלעך פון וועם ליטוואק איז אין אלגעמיין א קנאפער חסיד.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך ירא שמים »

דעת תורה האט געשריבן:וועלכע פרויען האבן געארבעט? איך מיין ס'איז חלומות. עס איז געווען די אלמנה, די ווייב פונעם ת"ח / פרוש / רב, און דעם טויגעניכטס ווייב. אדער א גרעסער מיידל וואס האט צוגעהאלפן דעם טאטן, אבער געווענליך א פרוי האט נישט געארבעט.

וואס א חילוק וויפיל אידן זענען דא אויף דער וועלט?

ווייל אידן ארבעטן און זענען מפרנס די ווייבער, נישט אזוי זאגט מען און די כתובה כהלכות גוברין יהודאין דפלחין כו׳?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באמת די נקודה ווערט דא שוואך ארויסגברענגט. מקען טענה'ן צו ס'איז געוועהן א לעגאטימע מהלך אין די עבר צו שיקן פרויען ארבעטן צו נישט. אבער אפילו סאיז געוועהן אזא זאך איז דאס דען געוועהן א נחלת הכלל אזוי ווי ס'איז היינט אין לעיקוואד? און געבט דאס גערעכט אזא געפיראכץ אדער איז עס א קשיא אויף די עבר אויך?
און די גרעסטע וויי געשריי איז אז גיין ארבעטן איז בכלל אפגעפרעגט דארט, אזא איינער ווערט אנגעקוקט ווי א צווייטער קלאס פארשוין כאילו עפעס איז נישט בסדר מיט אים, בו בזמן ווען מדארף נאך זוכן א תירוץ צו פארשטיין פון ווי ס'נעמט זיך אפילו די רעכט צו לערנען אגאנצן טאג ווען מ'דארף ברענגן פרנסה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרויען זאלען אויסהאלטען מענער וואס זיצען און לערנען?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די פראסקע'ס זענען געווען פיהל פארשטענדליכער
נישט פון מעשה ביכלעך, נאר פון הסיטארישע פארשונגען. יפה אליאך האט געדרוקט א בוך וועגען דער שטאט איישישאק. זי באשרייבט דער לעבען דארט. יעקב ליפשיץ באשרייבט די לעבען פון זיין שטאנדפונקט ועוד.

און די פאקטען אויף לעיקוואוד זענען דמיונות פון די ראשי ישיבה. מער ווי זעכציג פערצענט גייען ארבעטען און נאך פאר די דרייסיג. די ווייבער ארבעטען אויך, און זיכער בשעת מ'איז נאך אין כולל. און דאס צווייטער קלאס ראנג אין שטאט איז נאכאלס פאר כולל יונגעלייט. איינער וואס האט א פאסטען איז אמאל עפעס, א גביר איז עפעס און ערשט נאכדעם כולל יונגעלייט. פונדערווייטענס גלויבט מען די פראפאגאנדא.

און נאכאמאל, דאס 'נחלת הכלל' האט מיט דער גאנצע געזעלשאפט אז יעדער איינער גייט אין שפאן אין יעדער זאך. קיינער קויפט נישט קיין קליידער ווי ס'שמעקט איהם, קיינער וואוינט נישט ווי ס'שמעקט איהם. אונזער לעבען איז געוואנדען אויפ'ן סיסטעם, און אין לעיקוואוד איז דער סיסטעם כולל אכט יאר אין כולל. דער אנדערע אפציע איז נישט כז יעדער איינער וועט וויילען פאר זיך, נאר בלייבען מיט א סיסטעם פון עם הארצים וואס לערנען א שיעור איז די גרעסטע השגה אין לערנען. אויף דעם וועט זיין א פוסק צדק בראש, וואס קען גאנץ פסקי תשובות ישר והפוך. א נארמאלע ברירה איז סייאווי נישט בידינו

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:פרויען האבן געהאקט האלץ?

אוודאי טוען פרויען - דאן ווי היינט - שטוב ארבעט. דאס נעמט אריין קינדער ערציאונג, קאכן באקן רוימען וואשן א.א.וו. אויב עפעס מיינסטנס אמאליגע פרויען האבן נישט געוואשן די וועש, בעת היינט טוען זיי עס יא.

דעת תורה: אוודאי האבן פרויען געוואשן וועש. ס'דא ראיות אויף דעם נאך פון די גמרא'ס צייטן....נשים העומדות על הכביסה...אי איכא דרכא אחרינא , וכו'...!
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

געזאגט א טייער ווארט אינדערהיים: ווילסט וואוינען לעבן מאמי? דעק מינימום די דיפערענץ.

פארשפארט