איך וועל נישט אראפברענגען און איבער'חזר'ן די גאנצע געשיכטע וואס ער איז מעתיק אינעם ארטיקל, נאר גיין גלייך צום פוינט. מיר וועלן נאכשרייבן אויסצוגן פון זיינע ווערטער:
- "וואס מיינט איר, זאגן די גויים? די פרעסע איז פול מיט אטאקעס פון אלע זייטן אויף די טיער-גארטן פירערשאפט און אויף די וועכטער, הלמאי זיי האבן דערשאסן די באליבטע גורילע! זיי שרייען, ביז היינט האבן מיר געהאט אזא ליבלינג און זיך געטשאטשקעט מיט איר, ומה נעים "גארילינו", פארוואס האט מען נישט פארשוינט די די חיה?..
"עקסטער ווערן אטאקירט די עלטערן פונעם קינד, כאילו זיי זענען שולדיג אינעם טויט פונעם גורילע. און כאטש די טענוות וואס ווערן ארויסגערוקט אקעגן די מאמע האט עפעס א ממש, אבער מ'זעהט פון זייערע טענות אז נישט דאס טוט זיי וויי אז מ'גיט נישט אכטונג אויף די קינדער, נאר פארוואס מען האט גע'הרג'עט זייער ליבלינג כדי צו ראטעווען דאס קינד...
"באמת האט מיר אנגעכאפט א עקל און א שוידער זעענדיג די צייטונג אויסשניטן, צו זעהן ווי טיף די היינטיגע מענטשהייט האט זיך דערקייקלט, ביז צו אזא שפלות אז דאס לעבן פון א באליבטע חי' איז טייערער ווי דאס לעבן פון א מענטש!
"דאס זענען מענטשן? דאס דערמאנט די דייטשן ימ"ש ביי די וועלט-מלחמה, די גרויסע צער בעלי חיימ'ניקעס, מיט זייערע ווארימע הערצער פאר בהמות וחיות, און די ארגסטע אכזרים צו מענטשן, איבערהויפט צום אידישן פאלק!
"און דאס איז נישט בלויז די דעה פון די לאקאלע אהייא באפעלקערונג, די דעבאטע האט זיך צעשפרייט איבער גאנץ אמעריקע, און ווען איר זעהט די פילע גויים אין מאנהעטן מיט א כאפטע כלבים לויפן נעבן זיי, הינט אין פארשידענע צורות, זאלט איר טראכטן 'געוויס איז דער פון די סארט ברואים', מ'דארף חושש זיין אז זיין הארץ איז פול מיט אכזריות.
"זעלבסטפארשטענדליך אז אלעס שטאמט פון דעם נידריגן מאראל. די וועלט זינקט. דאס גאנצע לעבן איז הולטייעס, תאוות און שוואוילטאג. קיין משפחה לעבן, קיין זארג פאר'ן קיום העולם, פאר ווייטערדיגע דורות, נאר אכול ושתה כי מחר נמות.
"אידן ווייסן אז מ'לעבט פאר א העכערן תכלית. השי"ת האט אריינגעגעבן אין אונז א נשמה קדושה וטהורה, דער גוף פון א איד האט אויך א קדושה. יעדעס אידיש קינד איז א קנעכט פונעם מלך מלכי המלכים הקב"ה. השי"ת האט באשאפן די וועלט עס זאלן זיין אידן אויף דעם עולם השפל, ס'זאל זיין ווער ס'רופט אויס זיין מלוכה, זיין הערשאפט אויף די וועלט. "אין מלך בלא עם", ס'איז נישט פאראן קיין קעניג וועלכער האט נישט קיין פאלק. אידן זענען ממליך דעם באשעפער אויף דער וועלט! מיר זענען זיין פאלק! "ואנחנו עמו וצאן מרעיתו", יעדעס קינד וואס קומט צו און שרייעט 'שמע ישראל' איז איינער פון השי"ת'ס פאלק וכו', און מיר זאגן יעדן טאג ביי תחנון, שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל... קיין איין ישראל זאל נישט פארלוירן ווערן, דער וואס זאגט שמע ישראל!
דערנאך לאזט זיך דער שרייבער אריין אין א מלחמת חרמה אקעגן די כלים משחיתים, אינטערנעט און סעלפאנ'ס, אז דאס מאכט חרוב די וועלט היינט, און ווער עס האט די כלים איז פונקט ווי א מאנקי, א גורילע... און יעדער איד זאל זיך באפרייען פון די "כוחות הרע", וכו' וכו'.
* *
נאכן ליינען דעם ארטיקל, האב איך געצויגן מיין אייגענע מוסר השכל, און אט דאס וויל איך דא מיטטיילן.
"יעדער איד וואס זאגט שמע ישראל איז א עבד ה'! יעדע נשמה איז הייליג און טייער"! השמע לאזניך מה שאתה מוציא מפיך! איז דאס טאקע אזוי? די הלכה איז אויך שייך טאמער איינער פון די עלטערן פארמאגט א סמארטפאון? טאמער האט א טאטע אדער א מאמע א סמארטפאון, גייט מען נישט געבן פאר די קינדער א חינוך לה' ולתורתו? מען גייט נוצן די חינוך פון א אידישע נשמה פאר א משכון און א וואפן אקעגן די עלטערן???
קען זיין אז די טענות וואס ווערט ארויסגערוקט אקעגן די עלטערן האט טאקע אין זיך א ממשות, מען קען דעבאטירן; אבער מען זעהט קלאר אז מען רעדט פון די זופ און מען מיינט די קניידלעך, מען האט דא אן אגענדע, מען פרובירט זיך צו מאכן הייליג, מען פרובירט איינרעדן די וועלט אז אלע חסידים פאלגן דעם רבי'ן, און פאר די נארישע אגענדעס "ומה נעים גורלינו" טוט מען מפקיר זיין נפשות ישראל!!! לאן הגענו? ווי נידריג האבן מיר זיך דערקייקלט? אנשטאט האבן אן אחריות אויף יעדע נפש מישראל, נעמט מען זיך אן פאר די "גורילע"? די גורילע איז די אגענדע, די חסידות, די רביסטעווע, די תקנות שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה...
וועמען וויל מען איינרעדן אז איר מיינט טאקע דעם באשעפער? איר זענט מסופק איין רגע אז אלמלי מען פרעגט אן דעם אורים ותומים צי מען זאל געבן א ערליכן חינוך פאר א קינד וואס דער טאטע שטעלט זיך נישט צו צו די אייגענע-היינטיגע אויפגעטראכטע תקנות צי נישט, אז דער ענטפער פון הימל וואלט געווען "נישט אננעמען אין די מוסדות"? מען טוט פאר די גאנצע וועלט, בוכארישע ספרד'ישע תימנע מאראקאנע איראנע רוסישע אוקריינישע א.א.וו.... די אלע קינדער, זייער טאטע פארמאגט טאקע נישט קיין כלי? און די מאמע? ענק זענען דאך נישט מער ווי צער-בעלי-רוסי'ניקעס! אדער צער-בעלי-תימנ'יקעס! אבער טיף אין הארצן האט איר בכלל נישט ליב כלל ישראל, די אייגענע קינדער, אונזערע אחים לדעה, שכנים און קרובים לאזט מען פייפן! מען קימערט זיך נישט פאר זייער עתיד, אז זיי זאלן בלייבן זאגן שמע ישראל!
איר זאגט די גוי'אישע פרעסע איז פול מיט אטאקעס...? ווי אזוי עס גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך! די אידישע פרעסע איז אויך פול מיט אטאקעס! מה יעשה הבן שלא יחטא? איר זאגט אז "עס כאפט אייך אן א עקל און א שוידער"? זייט וויסן איר זענט נישט די איינציגסטע, פאר טויזענטער אידן כאפט אן א עקל יעדע וואך פון די אידישע פרעסע מיט די נארישע עקסטרעמע פארפרומטע ארטיקלען און בריוון וואס איין פרומער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן!
טייערער שרייבער, טראכט אריין אין דיינע אייגענע ווערטער, און זעהט ווי מיר אליינס פירן זיך אויף ווי היפאקריטן! רבי מכבד עשירים, די רבי'ס מיט די שטרענגסטע תקנות פארקוקן אויף אלעם ווען עס קומט צו אפאר דאלער; אין די צייטונגען באשרייבט מען כסדר די נייעס פון די אלע טעכנאלאגישע קאמפאניס, ווי שטארק עפל שטייט אקעגן גוגל, און וויפיל סמארטפאונ'ס עס ווערן פארקויפט א.א.וו., בו בזמן וואס א בלעטל צוריק האקט איר אויף דעם מיט אלע מיטלען...
לאזט אייך אפ פון דעם עולם השקר! איר ווייסט אז מען מוז עס האבן, און טויזענטער אידן דארפן עס און מען נוצט עס פאראנטווארטליך, הערט אויף צו שפילן הייליג און מיינען אז איר טוט א טובה דעם בורא! זייט נישט מפקיר א קינד'ס נשמה צוליב א גורילע!!!
דאס איז מיין מוסר השכל.