שקרן!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: שקרן!!!

שליחה דורך א איד »

עס שטייט מדבר שקר תרחק, און נישט לדבר אמת תקרב, דאס מיינט ליגנט טאר מען נישט זאגן, דעם אמת דארף מען נישט זאגן.
פארן שד"ר הירושלמי וואלטסטו געדארפט ענטפערן איך בין א מצב וואס איך קען נישט געבן איז עס דען נישט אמת?
פאר דיין שווער וואלטסטו נישט געדארפט זאגן איך בין געווען ביים טעראפיסט, ווען דו זאגסט ווען, איך האב געשמועסט מיט בלומי ביז 3 אזייגער,וואלט דיין שווער\שוויגער דיר נאך געקויפט טשיז קעיק אויף שבועות, ווייל זיי ווייסן דאך יא וואסערע טאכטער זיי האבן.
און פאר דיין מנהל וואלטסטו נישט געדארפט זאגן אז איך הער מוזיק אין ספירה, לעש אויס די מוזיק און נעם אים.
האסט געוואלט זיין א אויבער חכם האסטו.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

ברוך שאמר האט געשריבן:מר ירח , לשנות מיינט זאגן פרעכע ליגנט ??

איז "ואני זקנתי" א פרעכע ליגענט?
ווען די ברודערס פון יוסף קומען צו עם פארציילן א מעשה וואס איז ארויסגעזויגן פון פינגער אז "אביך צוה לפני מותו וגו'" איז דאס א פרעכע ליגענט?
דאס זענען די מקורות פון חז"ל אז מ'מעג משנה זיין למען השלום.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שקרן!!!

שליחה דורך קל וחומר »

בד"א ס'הייסט נישט ליגנט אויב ווייזט מען אז מ'האט נישט.
ס'קען אויך מיינען אז מ'האט נישט אויף צום געבן (צו ווייל די צוועק איז מינדערוויכטיג, צו ווייל מ'האט נישט גענוג וכו'), כך ראיתי בשם אחד מן הפוסקים וכן בשם הגר"ח קניבסקי שליט"א.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

https://en.wikipedia.org/wiki/The_Inven ... prov=sfla1

The next day Mark is fired from his job because of the lack of interest in his films, and his landlord threatens to evict him for not paying his rent. Depressed, he goes to the bank to close his account. The teller informs him that the computers are down, and asks him how much money he has in his account. Mark is about to tell her when a strange reaction occurs in his brain, as he remembers how much money his landlord said he owed ($800). He has an epiphany that enables him to tell the world's first lie, to the effect that he has $800 in his account. The computer comes back online and shows his balance is $300. The teller gives him the full $800 noting that the computer has made a mistake.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'קען אויך מיינען פלעין און פשוט אז מ'האלט נישט ביים געבן...
בשם הסטייפלער זצ"ל.
טאמבל האקט. איך רעד צו קל וחומר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ס'דא זאגן ליגנט פאר די נישטיגקייט, זאגן ליגנט צו מאכן זיך העפי און זאגן ליגנט צו מאכן א צווייטן העפי.

א מענטש דארף געדענקען נאר אז ער ברויך נעמען רעספאנסיביליטי פאר זיינע עקשאנס. עס האט מיר א חבר געפרעגט עדווייס. וואס טוט ער. ער האט געטראפן זיך מיט א מיידל אין האנג קאנג, געהאט א גוד טיים יעצט זאגט זי וויל אריבערקומען וואו ער וואוינט מעבר לים אים באזוכען. זי האט שוין געבוקט טיקעטס, געמאכט פלענער אלעס. זי מיינט ער האט זיין אייגענע הויז, דערווייל וואוינט ער אין א האסטעל ווי א ארימאן. איז 1 ער וויל איר מער נישט 2 ער האלט נישט ביים ספענדן אזויפיהל געלט אויף איר פאר א וואך האלידעיס ציוואס. וואס זאל ער זאגן? א ליגנט אז ער איז אקארשט געווארן בראוק? אדער אז ער האט מתחילה אן געלייד צו איר? ער קען נישט ליגנט זאגן ווייל ער פיהלט שלעכט אז זי האט שוין געבוקט וכו'. נו, אנהויב האסטו נישט געפיהלט שלעכט אז דו זאגסט ליגנט צו איר? ער מוז איר זאגן דעם אמת אז ער האט פון אייביג אן געוואוינט אין א האסטעל און ער איז לכתחילה נאר געווען אינטרעסירט אין א שעג. נישט גענוג האסט איר אויסגענוצט מוזטו נאך הרגענען איר עקספיריענס מיט דיר אויכעט און אפשר אויך איר טראסט צו די פינף קומענדע דעיטס? נעם רעספאנסעביליטי, די פריער די בעסער!

ער האט למעשה נישט גובר געווען אבער כאטש איר נישט אבגעפאטשט. יעצט צאלט ער א מיאנטעק פאר א האטעל און א פולע וואך מיט פארוויילונגען ווי ס'פאסט פאר א געליבטער וואס קומט צופארן אזא ווייטע וועג. אלה ברכב ואלה בשיקסים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

כהאב מורא אז די מעשה איז נישט אמת, פראוו מיר אז איך בין ראונג. :wink: :wink:
ובכלל אלס טרעפסטו אן די חברים.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט דער עיקר. גלייב יא גלייב נישט. עס איז דער נקודה וואס כ'מיין ארויסצוברענגען ווי אמאל טרעפט מען זיך ביי אן אינטערעסאנטער היכי תמצא ווי די ריכטיגע וועג העפי צו האלטן א צווייטן אויף א זאך וואס האט שוין פאסירט איז צו זאגן יענעם א ליגנט (און דווקא אזא וואס מ'איז זיך אליינס משפיל) כאטש ס'טוט וויי און עם כל זה ווערסטו גארנישט גרעסערע צדיק ווי פריער, דער ליגנט איז נאר א עפעס אפצוהאלטן 'דיין' עוולה פון זיך ווייטער עסקעלעיטען. ד.ה. ביסט געבליבן א ליגנער און נישט איינמאל נאר צוויימאל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

געווענטלעך זאגן מענטשן ליגנט, אויב זיי האבן פון וואס מורא צו האבן. אויך אויב א קינד איז געווען געוואוינט אז מען ווערט באשטראפט פארן זאגן די אמת, ווערט עס א געוואוינהייט.
אויב פילע מענטשן זאגן דיר ליגנט, טראכט זיך דורך!
דו בוסט פראבעבלי א שרעקעדיגער, א פעגער, אדער א ליגענער....
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'האט אמאל איינער געזאגט פאר זיין חבר...איך געב דיר 100 דאללאר אויב דו קענסט זאגן א ליגנט אן טראכטן...רופט זיך אן זיין חבר...דו האסט דאך !...געזאגט אז דו וועסט מיר געבן .$200.00
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'האט אמאל איינער געזאגט פאר זיין חבר...איך געב דיר 100 דאללאר אויב דו קענסט זאגן א ליגנט אן טראכטן...רופט זיך אן זיין חבר...דו האסט דאך !...געזאגט אז דו וועסט מיר געבן .$200.00

האסט זיך נישט געקענט איינהאלטן האסט געלייגט די ''!....'' אביסעלע פרי!!..... 'מדארף זיך קענען באהערשן!.......!.....
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליפא:...איך קען נאכנישט שרייבן. איך קוילער פאר געלעכטער. אבער וואו זעהסטו קוואוטעישן מארקס אין מיין תגובה...?!
פישי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 27, 2015 7:49 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך פישי »

סאו שטילע, וואס וואלסטו מיר רעקאמאנדירט צו זאגן פאר מיין ווייב נאכן זיצן א שעה אין די קאר און וואטשן א TV שאו ?!?...
הייליגע רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 11, 2016 1:55 pm

שליחה דורך הייליגע רבי »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אונזער וועלט איז געשלאגן מיט דער מידה פון שקר אויפ א מוראדיגע פארנעם.
לויט געוויסע סטאדיס זאגט די דארכשניטליכע מענטש איבער צען צאל א טאג ליגענט, א מענטש דרייט זיך צווישען אנדערע מענטשן קוים צען שעה א טאג, דאס מיינט יעדע שעה נאך א ליגענט.

די סיבה כעפען די אשכול איז, כ׳האב לעטצענס אנגעהויבן אריין טראכטן וויפיהל מאל מ׳זעהט מענטש זאגן ליגענט בלויז פאר די נישטיגקייט, אן קיין סיבה ממש, נישט אז זיי פארדינען דערפון עפעס, אבער ליידער כאפן זיי כאפן נישט אז סאיז דא קאנסעקווענסען.

נישט לאנג צירוק בין איך אדורך געפארן א אינגערמאן מיטן קאר א באקאנטע מיינע, כהאב עיהם געפיפן אבער ער האט נישט באמערקט, כהאב ארויס גענומען די טרייבעל אין עיהם גערופן.
העי וואס טוט זיך?
עםםם, סאו סארי כקען נישט יעצט רעדן כבין אין א מיטינג ביי א עטערני אין די אפיס.
דער אינגערמאן האט נישט געטראכט צוויי, געשאסן א סטעיטמענט אין די וועלט אריין.
לאמער זאגן ער איז געווען פארנומען אויפ א וויכטיגע קאל אדער ער האט פשוט נישט געהאט געדולד צו רעדן אויפן סעלל,
פארוואס האט דער אינגערמאן נישט געקענט זאגן ״שטילע אם סארי, כדרייוו יעצט כבין ביזי אויפן beep, כרויף די באלט צירוק״
פארוואס האט ער געזאגט ער איז אין א אפיס ביי א עטערני,
די אמתע סיבה ווייס איך אויך, פשוט ווייל טאמער זאגט ער אז ער איז ביי עטערני הערט זיך עס מער ביזי.
דער אינגערמאן ווייסט גוט אז איך לויף עיהם נישט נאך, אין כבין באופן כללי גאנץ וויניג אינטרעסירט צו רעדן צו עיהם, סאיז נישט כאילו ער האט געהאט א חשש כגיי עיהם אויפהאלטן אויפן סעלל אין כדי זיך ארויס דרייען האט ער געזאגט ער איז ביי א עטערני.
סאיז פשוט ווייל אזוי איז ער אויפ געוואקסען.
ווען ער איז געווען א קינד אין ער איז אריין חול המועד אין פארק האט עיהם די מאמע געזאגט אז ער זאל זאגן ער איז 4 יאר אלט אנשטאט 6. ווייל זי גיין פארדינען א אפגעפליקיטע 5 דולר אויפן חשבון פון די חינוך פון די קינד. ער איז געטרעינט אז ער זאגט ליגענט רעכטס אין לינקס, דארף נישט זיין א עכטע סיבה דערצי, משיסט ווערטער אין מגייט ווייטער.

סזאגט זיך א ווערטעל א חסידישע קאפעל איז געגאנגען מאכן א מערידז לייסענס, ביים אנפילען די פאורם האט די ווייבל געפרעגט די מאן וואס זאל איך שרייבען ביי date of birth? ס׳איז זי נישט אנגעפאלן מקען שרייבען די עכטע דאטום, זי איז מחנך געווארן אז מזאגט ליגענט ווי מ׳קען,
אינגערלייט כאפן נישט, סווערט א סיסטעם פון א אוטומאטיש ריפלעקס, ווען מקומט אהיים שפעט ביינאכט, די אינגערמאן האט זיך פארשמוסט אין גראסערי, די ווייב פרעגט ווי ביסטו געווען? ער טראכט נישט צוויי ״כ׳האב געשמיסט מיט מיין חברותה״, איי די וויב קערט נישט טאמע האסט געשמיסט מיט חיים אבער מיט זרח, אבער אזוי איז לייכטער.

עטץ מיינסט די ווייב כאפט נישט? די מיינסט דיין בעה״ב איז עפעס געבוירען איין נעכטן? די מיינסט דיין חברותה איז שיכור? אדער דיין טאטע איז א חיש קינד?

איין מאל געלונגט דיך עס אפשר אפי׳ צוויי מאל, למעשה גייט יענער כאפן אז ביסט א גראבע ליגענע,
אין די ווייסט וואס געשעהט ווען דיין ווייב, בעה״ב, שווער, פאלירט טראסט אין דיר? די ריזאלטס זענען נישט גוט, כמעט נישט שייך צירוק צו דרייען.
אפי זיי זאגן די נישט אז מהאט די געכאפט ביי א ליגעט אבער זיי ווייסען גוט אז ווען די זאגסט ניין מיינט עס יא אין יא מיינט ניין.
סזאגט זיך א סלענג ״די בעסטע ליגענט איז די אמת״ דער סלענג איז עפעס א דאורייתה, ס׳איז אזעלעכע שטארקע ווערטער.
דאס איז אפי ווען סאיז נישט באקוועם צו זאגן די אמת, אבער אפגערעדט ווען מ׳זאגט שקר סתם פאר די נישטיגקייט.
מדארף געדענקען נישט מחנך צו זיין קינדער אז ליגענט איז אקעי, אין ח״ו נישט זאגן ליגענט ווען זיי הערען, זיי זענען נישט געבוירען נעכטן אין כאפן גוט אויף.
ווען די זיצט אין די היים אויפן קואטש אין דיין זוהן שפילט אויפן ערד, מיטאמאל קלינגט דיין סעלל אין די זאגסט דיין חברותה ביסט אויפן וועג, דיין קליין אינגעל איז געשאנקען מיט א אוזן די אויבערשטער האט עיהם געגעבן אלץ א מתנה, האסט געזאגט א נארישע ליגענט וואס פעהלט נישט אויס, אבער דיין קליין זוהן האט געהערט גוט וואס די האסט געזאגט, אין ער לערנט זיך דערפון.
מארגן ווען ער וועט זאגן אז ער האט נישט אליין געקראסט די סטריט אדער ער האט נישט גענומען די נאש, וועסטו טאנצן ביזן לבנה פאר כעס אין וועסט נישט פארשטיין פון ווי ער נעמט צו זאגן ליגענט.

כ׳פארשטיי אמאל איז שווער צו זאגן אמת (אפי איך האלט אז דעמאלטס לוינט אויך צו זאגן אמת) אבער כרעדט וועגען די ליגענט איינער זאגט סתם אזוי.
למשל ביסט אויפן וועג אהיים, די ווייב פרעגט דיר ווי ווייט ביסט פון די היים, די ווייסט פאר א שעה איז נישטא צו רעדן אבער מיט א פשטות שיסטו ״כוועל זיין אין די היים אין א האלבע שעה״
וואס פונקטליך טוסטו אויף? אז זי גייסט די רופן נאכאמאל אין א האלבע שעה?

לעצטע וואך האב איך גערופן איינער וואס האט מיר געדארפט עפעס איבערגעבן אלץ שליחות, נאך נישט אויפהייבן אפאר מאל ריפט ער מיר צירוק, ״סארי מיין בעטערי איז געווען טויט כהאב עס נאר יעצט recharged.
ווען ער איז געקומען צו מיר אפגעבן די פעקל האט ער אראפ געלייקט די סעלל אויפן טיש אין כהאב פונקט באמערקט אז זיין סעלל שטייט ביי 82 פראצענט.
איי מין קאמאן, האסט נישט געקענט זאגן ״סארי, כוועל די ברענגן באלט, כבין ביזי״. בס״ה ביסט אריין אין מיין קאפ אלץ א שקרן וואס מקען נישט געטרויען, פארשטייט זיך כגיי נישט אפיהר האלטן א אינגערמאן מיט א ליגענט וואס ער גייט נישט האבן א וועג ארויס, אבער זיין טראסט האט ער פארלוירען ביי מיר.

זייער שיין באשריבען אבער איך האלט אז עס איז צי איבערגעטריבען.
א מענטש זאגט נישט קיין ליגענט נאר מיט א סיבה, קיינער איז נישט געבוירען א שקרן.

ער האלט אז צי זאגן אמת אין די פאל קען עם גאר בעקפייערן איז ענדערש צי זאגן ליגענט ווי דער אמת
אפשר איז עס נישט מענטשליך אבער פאר דרכי שלום איז בעסער צו זאגן ליגענט יעצט.

די מעשה מיט די פאן איז קען זיין ער האט נישט געוואלט רעדען מיט דיר האט ער געזיכט א תריץ ווי איידער צי זאגן קלאר אין פנים אריין איך האב נישט קיין געדולד צי דיר. האט ער געזוכט א דרך שלום אין שוין
זיכער בעסער ווי צי זאגן די אמת וואס וואלט דיר זיכער געבאדערט.

און אויב למשל ער זאגט איך דרייוו יעצט און איך קען נישט רעדן יעצט איז פונקט אזוי ליגנט ווייל אין אמת'ן קען ער יא רעדן יעצט נאר ער זוכט א תירוץ.

איז אמאל קען מען דן זיין לכף זכות יענעם מיטן זאגן ליגענט, ער מיינט עפעס דא נישט סתם צי זאגן ליגענט.

יו"ט ערליך פלעגט זאגן "א יעדע זאך האט א טעם עס איז נישט קיין צאפל מן הסתם"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אה ברוך שכיוונתי לדעתו הקדוש של הייליגע רבי.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'האט אפגעטיילט א לאנגע שמועס וואס האט זיך ערווארבן אין דעם אשכול, און מיט דעם איז מיט געגיינגען א פאר וויכטיגע תגובות וואס באלאנגען דא און האבן קיין שום שייכות דארט. זאת ועוד אז מ'וואלט געדארפט צוצייכענען אין ביידע אשכולות די פינאנדערטיילונג אזוי ווען איינער באגעגענט זיך דארט מיט א טעפטאלק הודעה וואס פאנגט זיך אן מיט שקרן!!! זאל ער זיך נישט אזוי דערשרעקן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קל וחומר האט געשריבן:בד"א ס'הייסט נישט ליגנט אויב ווייזט מען אז מ'האט נישט.
ס'קען אויך מיינען אז מ'האט נישט אויף צום געבן (צו ווייל די צוועק איז מינדערוויכטיג, צו ווייל מ'האט נישט גענוג וכו'), כך ראיתי בשם אחד מן הפוסקים וכן בשם הגר"ח קניבסקי שליט"א.


הלכה למעשה אין שו"ת תורה לשמה פונ'ם בן איש חי סי' שס"ד ברענגט ער ציים די אופנים להיתר ועוד
הרי שלך לפניך:

שו"ת תורה לשמה
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

שליחה דורך טמיר »

אין סאטמער קליימער פלעגט דאווענען אן עלטערע איד, זעהט אויס א זעלטענע איש אמת, אזש אז פאר אלע צדקה גייערס האט ער אויסגעשטרעקט די הענט מיט א סימן פייג! ס'איז געווען אינטערעסאנט צו צוקוקן וויאזוי מענטשן ריעקטן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: שקרן!!!

שליחה דורך א איד »

אזא איד באלאנגט לכאורה אויפן עולם האמת.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ר׳ מנחם נחום משטעפינעשט ז״ל, אין זיין ‏על האמת והשקר (פ״א), מאכט א חילוק צווישן א ״שקר שלילי״ [פּריימערי] און א ״שקר חיובי״ [סעקאנדערי]. די ערשטע איז זיך ארויסצודרייען פון עפעס מחמת יראה וכו׳; די צווייטע איז בקום ועשה זיך אנצורופן א ליגענט אויף כדי צו באקומען עפעס וכו׳. אויב געבט מען נישט קיין מקום פאר די ערשטע סארט, וואקסט נישט ארויס די צווייטע ערגערע סארט.

אין פ״ב זאגט ער:
ועתה נפן נא לראות ולשמע גם חכמי המוסר מחכמיהם. ״פיטהגוריס״ ״ואריסטו״ פוסלים את השקר בכל מקום, ואינם מרשים לאדם להשתמש בו בשום אופן וצד, וכן דעת ״סוקרטיס״, וכל כך היה מאס בשקר שגם בעת שיכול להציל את נפשו ממות גם אז לא רצה להשתמש בשקר, וכשעמד בדין חדל להגן על עצמו בשקרים כמו שהתנהגו בבית דיני ״באטהען״׳ ובחר במות מלחיות חיים הבאים משקר. כנגדו ״אפלטון״ מרשה לאדם להשתמש בשקר א׳] נגד שונאיו, ב׳] לשמר על ידו את רעהו משחת ג׳] הממשלה תוכל להשתמש בשקר לטובות עמה ארצה ונתיניה. אבל הוא מגלה מיד את דעתו ואומר אם בפעל מתיר להשתמש בשקר בדברים אלה שחשב למעלה בכל זאת מעורר געל־נפש אצל נקיי הדעת והוא מוסיף ואומר שהשקר הוא רע בתכלית הרע בעיני אלהים ובני אדם.

לדעת החכם ״ה׳ גרוטיוס״ אסור לשקר בכל מקום בלי יוצא מן הכלל, אבל שקר הוא לדעתו זאת שיגרם על ידו רע לאיש שיכזבו, לכן אומר א׳] שקר זה שאדם דובר לפני תינוקות או תועה־רוח אינו נחשב לשקר כלל כי אין להם דעת להבדיל בין אמת לשקר, ב׳] מתיר לדבר שקר אם זה שמתכון לכזבו יודע ששקר הוא ואם אחד העומד מן הצד ובא לטעות ולהשוב שזאת דבר אמת הוא ויבא לידי ניזק אין בכך כלום, ג׳] מותר לשקר לטובת חברו ובשעה שחברו רוצה בשקר זה. ד׳] המושל יוכל לשקר לטובת ארצו ונתיניו, ה׳] מותר לשקר בכדי להציל את העשוק מיד עושקו ועל אהת כמה וכמה להציל את הבלתי־אשם ממות, ו׳] מותר לדבר שקר בפני שונאיו. החכם ״פלוטארך״ אוסר את השקר גם בדרך שחוק.

בכלל השקר היה נהשב בעיני חכמי יון לשפלת עצמות ושקר מאונס למורך. ונפלא לראות שבשפת יונית לא נמצא המלה שקר כמושג הרגיל אצלנו, ואיך האמת היה חביב בעיניהם נוכל לראות מזה. אף לבם היה רע על הפרסיים בכל זאת שבחו סופרי יון את הפרסיים על מדת האמת ושהם משתד­לים לחנך את בניהם להיות נזהרים מכל דבר שקר ולאהוב את האמת בכל לבם ולמסר נפשם עליה. המשורר ״פינדור״ קרא ״להירון״ לאמר ״יואיל הוא לכונן כבוד עמידת ממשלתו לכתת את לשונו על סדן האמת״. הפילוסופים החדשים מבדילים בין סתם שקר לשקר מאונס ואם הם פוסלים ואוסרים את הראשון בכל מיני איסורים מתירים הם את השני ואינם רואים בו שום חילול המוסר. כנגדם הפילוסוף ״הארטמנן״ פוסל את השקר מאונס ג״כ ומתיר רק שקר זה הבא מתוך עמידה על נפשו. והפילוסוף ״קנט״ אינו מרשה לשקר אפילו מפני ההכרח אפילו מפני סכנת נפשות ואומר ״לו ראיתי חברי בורח מפני גזלן ומסתתר בביתי וידעתי שאם אשקר ואומר שהבורח לא נכנס לביתי אציל חברי זה ממות גם אז לא הייתי משקר״ [זיין באקאנטע דעאנטאלאגישע מהלך בעטיקס און זיין קאטעגארישע אימפּעריטיוו]. גם החכם ״פיכטע״ אומר ״גם אם אביא גאולה לאנושיות כלה לא אשנה בדברי״.

...

חכמי יון נותנים שלשה טעמים על החיוב ״מדבר שקר תרחק״: א׳] השקר מעורר חשד והחשד מה שאחד חושד בחברו שהוא דובר אהת בפה ואחת בלב גורם התרחקות והתרחקות תפרץ את החברותיות ומבטל המשא ומתן. ב׳] האמת היא הקדושה שבנו ועליה נאמר ״כי בצלם אלקים ברא אותו״ ועל ידי השקר יפגם האדם בצלמו שהוא צלם אלקים. ג׳] האמת היא כבודו של האדם והשקר חרפתו, כי האמת מורה על עז ורוח גבורה ושקר על מורך לב וחולשה. וכן דעת ״אפלטון״ שהשקר הוא אות החולשה.

ער טענה׳ט אויך אז בעצם איז לשקר נגד טבע האדם.

***

ענליך צום געדאנק וואס מ׳האט ערווענט פון ״ליגענט טאר מען נישט זאגן זאגן; אמת דארף מען נישט זאגן״, האב איך נאכגעהערט פון ר׳ הערשל ליפשיטץ ז״ל [ראה״ק עדת יראים] ״ליגענט זאגט א שגץ; אמת זאגט א נאַר״.

***

דר. דניאל קאלקוט טענה׳ט אז אזא איינער וואס וויל ״וויסן די ריינע אמת״ אלעמאל איז א סארט מאסאכיסט וואס האט ליב צער.

***

די באקאנטע פילם Liar Liar איז א קאמעדיע וואס פאסירט ווען אן אדוואקאט מוז א גאנצע צייט בע"כ זאגן דער אמת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער עיקרים (מאמר ב פכ"ז) מאכט א חילוק צווישן "שקר" און "כזב". "שקר" באדייט ווען דאס וואס ער זאגט שטימט נישט מיט וואס די מציאות איז אינדרויסן, הגם ער האט באמת אזוי געמיינט בלבו. "כזב" איז ווען ער קלערט בלבו איין זאך און זאגט ארויס דאס צווייטע, הגם עס קומט אויס אז באמת איז דאס צווייטע וואס ער האט ארויסגעזאגט טאקע די מציאות. טאמער איז דאס ביידע צוזאמען איז עס "שקר וכזב". און ווען עס שטימט סיי מיט וואס ער האלט בלבו און סיי מיט'ן מציאות אינדרויסן איז עס "אמת" ע"ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א מעשה איבער שקר: איינער זאגט פאר זיין חבר (אדער געוועזענער חבר)..."איך געב דיר 100 דאללאר אויב דו זאגסט א ליגנט אן טראכטן...רופטציך אן דער חבר..."דו האסט דאך געזאגט אז דו וועסט געבן 200...!

נאך א מעשה איבער (אמת) און שקר: א איד איז אמאל געקומען צו א רעבי'ן. ער געט א קוויטל. ער דארף א ישועה. ווייל די רעגירונג האטציך פארלייגט אויף איהם. אזוי ווארטנדיג רופט ער זיך אן ..."רבי, אפשר זאלל איך זאגן אזא ליגנט. אדער אפשר גאר אזא ליגנט...! זאגט איהם די רבי...אפשר, גאר זאלסטו אויסזאגן דעם אמת...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס’איז געווען א איד וואס איז געקומען צו שינאווא רב זי’’ע מיט א שווערע קוויטל זיין ביזנעס האט אפגעברענט און ער האט געקלעימט די אינשורענס, למעשה קלאגט מען אן מיט א געפערליכע בלבול אז ער האט עס אליינס אונטערגעצינדן און ס’דראעט אים לאנגע יארן אין תפיסה, האט אים שינאווא רב אנגעווינטשן אז די אייבירשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויסקומען! האט זיך די איד גענומען וויינען, רבי די אמת זאל נאר נישט ארויסקומען ווייל איך האב עס טאקע אנגעצינדן, למעשה נאך דעם וואס שינאווא רב האט אים אריינגעגעבן א ערנסטע פסק אז מ’טוט נישט אזעלכע זאכן און יענער האט זיך פארגענומען מער נישט צו שווינדלען האט אים שינאווא רב זי’’ע אנגעווינטשן אז ער זאל ארויסגיין זכאי בדין.
פארשפארט