קורץ און שארף האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
קורץ און שארף: אמאל , אין די אלטע גוטע צייטן פלעגט זיין אז ס'איז געווען א פרענדלי קאמפעטישן (חוץ האקן אויף די ציונים, שטייצעך) צווישן דעם בלאט און דער איד איבער די העדליינס. צום סוף האטציך אויסגעשטעלט אז דער איד האט געהאט זיינע שפיאנען ביי די רעדאקציע פון בלאט און דער בלאט האט געהאט זיינע מענטשן ביי די אפיס פון איד. און זיי האבן איבערגעגעבן בשתיקה די לעצטע מינוט וואס די העדליין גייט זיין ביי די אנדערע אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע ארגאן. נאר דער בלאט, וועלכער איז בראשית דרכו געווען א נארמאלע, געשמאקע צייטונג האט אונטערגעריקט לכה"פ 2 שפיצלעך וואס איך ווייס פאר דעם איד. ווייל די רעדאקציע דארט איז דאך באשטאנען פון געשוואלענע עמי הארצים. און דער בלאט האט געהאט אינטעליגענטע מענטשן אזוי ווי ש. ראלניצקי,וכו'. ומעשה שהיה כך היה. (אויב איינער איז אינטרעסירט צו הערן). ווען דער בלאט האט געברענגט א סעריע פון אן אינטרעסאנטע מעשה מיט עפעס א שפיאן. האט דער איד איהם געוואלט נאכמאכן. און זיי האבן אויכעט אנגעהויבן צו ברענגען אן ענליכע מעשה. נאר אינמיטן. ביי איינס פון די פארזעצונגען האבן זיי געברענגט אזוי בתמימות א מעשה פון איינעם א פושע ישראל, אן אפיקורס וועלכער איז פארהייליגט געווען ביי אלע ציונים. א קינדער דאקטער מיט'ן נאמען יאן קארטשאק. וועלכער איז געווען אקטיוו אין ווארשעווער געטא. ער האט דארט אנגעפיהרט מיט א סקול, ווי מ'האט נישט געלערנט קיין שמע ישראל מיט די קינדער. אבער דער איד , ברוב תמימותו האט איהם אויסגערימט וואס פארא פיינער מענטש ער איז געווען. ס'איז פונקט אזוי ווי דער איד זאלל פארציילן פאר'ן סאטמאר'ע עולם וואספארא פיינער מענטש בן גוריון איז געווען. און פלוצלינג איז טאקע די מעשה מיט'ן שפיאן געשטארבן...!
די 2'טע מעשה איז געווען. איין יאר, אין די פורים אויסגאבע האט דער איד געברענגט א קאפיע פון א פעינטינג. און אונטער דעם איז געווען געשריבן..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...די פראבלעם איז געווען אז די פעינטינג איז א קריסטליכע טעמע, ווי די גויים שילדערן דעם ..."לעצטן סאפפער"... פון זייער יאשקע. און די געשוואלענע עמי הארצים האבן דאס נישט געוואוסט...
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
ביז מ'האט זיי אריינגעשריבן עטליכע בריוו אין די רעדאקציע...!