דער מוסר השכל פון די מעשה מיט די גורילע

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

דער מוסר השכל פון די מעשה מיט די גורילע

שליחה דורך שמעקעדיג »

די וואך אין "דער איד", שרייבט "א. לי. קעניג" אונטער 'השקפה' א מוסר השכל פון די גורילע נייעס. ער לייגט אראפ סארקאסטיש די גאנצע געשיכטע, ווי אלע העדליינס זענען גערוקט געווארן אין א זייט אין ליכט פון דעם גורילע סענזאציע וואס האט זיך אפגעשפילט אין א "טיער-גארטן", אין סינסינעטי, אהייא. און די נייעס איז נישט געגאנגען שלאפן ווי די איבריגע נייעסלעך ווי געווענליך, נאר האט גאר ארויסגערופן א הייסע פאלעמיק אין די פרעסע, וואו די געשיכטע איז געווארן דעבאטירט מיט אלע איינצעלהייטן, פון פארשידענע קוק-ווינקלען. ובכן, ברענגט ער אראפ די געשיכטע גופא דעובדא היכי הוי, כדי מיר זאלן ארויסלערנען דערפון א מוסר השכל און זיך אליינס עפענען די אויגן.

איך וועל נישט אראפברענגען און איבער'חזר'ן די גאנצע געשיכטע וואס ער איז מעתיק אינעם ארטיקל, נאר גיין גלייך צום פוינט. מיר וועלן נאכשרייבן אויסצוגן פון זיינע ווערטער:

    "וואס מיינט איר, זאגן די גויים? די פרעסע איז פול מיט אטאקעס פון אלע זייטן אויף די טיער-גארטן פירערשאפט און אויף די וועכטער, הלמאי זיי האבן דערשאסן די באליבטע גורילע! זיי שרייען, ביז היינט האבן מיר געהאט אזא ליבלינג און זיך געטשאטשקעט מיט איר, ומה נעים "גארילינו", פארוואס האט מען נישט פארשוינט די די חיה?..

    "עקסטער ווערן אטאקירט די עלטערן פונעם קינד, כאילו זיי זענען שולדיג אינעם טויט פונעם גורילע. און כאטש די טענוות וואס ווערן ארויסגערוקט אקעגן די מאמע האט עפעס א ממש, אבער מ'זעהט פון זייערע טענות אז נישט דאס טוט זיי וויי אז מ'גיט נישט אכטונג אויף די קינדער, נאר פארוואס מען האט גע'הרג'עט זייער ליבלינג כדי צו ראטעווען דאס קינד...

    "באמת האט מיר אנגעכאפט א עקל און א שוידער זעענדיג די צייטונג אויסשניטן, צו זעהן ווי טיף די היינטיגע מענטשהייט האט זיך דערקייקלט, ביז צו אזא שפלות אז דאס לעבן פון א באליבטע חי' איז טייערער ווי דאס לעבן פון א מענטש!

    "דאס זענען מענטשן? דאס דערמאנט די דייטשן ימ"ש ביי די וועלט-מלחמה, די גרויסע צער בעלי חיימ'ניקעס, מיט זייערע ווארימע הערצער פאר בהמות וחיות, און די ארגסטע אכזרים צו מענטשן, איבערהויפט צום אידישן פאלק!

    "און דאס איז נישט בלויז די דעה פון די לאקאלע אהייא באפעלקערונג, די דעבאטע האט זיך צעשפרייט איבער גאנץ אמעריקע, און ווען איר זעהט די פילע גויים אין מאנהעטן מיט א כאפטע כלבים לויפן נעבן זיי, הינט אין פארשידענע צורות, זאלט איר טראכטן 'געוויס איז דער פון די סארט ברואים', מ'דארף חושש זיין אז זיין הארץ איז פול מיט אכזריות.

    "זעלבסטפארשטענדליך אז אלעס שטאמט פון דעם נידריגן מאראל. די וועלט זינקט. דאס גאנצע לעבן איז הולטייעס, תאוות און שוואוילטאג. קיין משפחה לעבן, קיין זארג פאר'ן קיום העולם, פאר ווייטערדיגע דורות, נאר אכול ושתה כי מחר נמות.

    "אידן ווייסן אז מ'לעבט פאר א העכערן תכלית. השי"ת האט אריינגעגעבן אין אונז א נשמה קדושה וטהורה, דער גוף פון א איד האט אויך א קדושה. יעדעס אידיש קינד איז א קנעכט פונעם מלך מלכי המלכים הקב"ה. השי"ת האט באשאפן די וועלט עס זאלן זיין אידן אויף דעם עולם השפל, ס'זאל זיין ווער ס'רופט אויס זיין מלוכה, זיין הערשאפט אויף די וועלט. "אין מלך בלא עם", ס'איז נישט פאראן קיין קעניג וועלכער האט נישט קיין פאלק. אידן זענען ממליך דעם באשעפער אויף דער וועלט! מיר זענען זיין פאלק! "ואנחנו עמו וצאן מרעיתו", יעדעס קינד וואס קומט צו און שרייעט 'שמע ישראל' איז איינער פון השי"ת'ס פאלק וכו', און מיר זאגן יעדן טאג ביי תחנון, שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל... קיין איין ישראל זאל נישט פארלוירן ווערן, דער וואס זאגט שמע ישראל!

דערנאך לאזט זיך דער שרייבער אריין אין א מלחמת חרמה אקעגן די כלים משחיתים, אינטערנעט און סעלפאנ'ס, אז דאס מאכט חרוב די וועלט היינט, און ווער עס האט די כלים איז פונקט ווי א מאנקי, א גורילע... און יעדער איד זאל זיך באפרייען פון די "כוחות הרע", וכו' וכו'.

* *

נאכן ליינען דעם ארטיקל, האב איך געצויגן מיין אייגענע מוסר השכל, און אט דאס וויל איך דא מיטטיילן.

"יעדער איד וואס זאגט שמע ישראל איז א עבד ה'! יעדע נשמה איז הייליג און טייער"! השמע לאזניך מה שאתה מוציא מפיך! איז דאס טאקע אזוי? די הלכה איז אויך שייך טאמער איינער פון די עלטערן פארמאגט א סמארטפאון? טאמער האט א טאטע אדער א מאמע א סמארטפאון, גייט מען נישט געבן פאר די קינדער א חינוך לה' ולתורתו? מען גייט נוצן די חינוך פון א אידישע נשמה פאר א משכון און א וואפן אקעגן די עלטערן???

קען זיין אז די טענות וואס ווערט ארויסגערוקט אקעגן די עלטערן האט טאקע אין זיך א ממשות, מען קען דעבאטירן; אבער מען זעהט קלאר אז מען רעדט פון די זופ און מען מיינט די קניידלעך, מען האט דא אן אגענדע, מען פרובירט זיך צו מאכן הייליג, מען פרובירט איינרעדן די וועלט אז אלע חסידים פאלגן דעם רבי'ן, און פאר די נארישע אגענדעס "ומה נעים גורלינו" טוט מען מפקיר זיין נפשות ישראל!!! לאן הגענו? ווי נידריג האבן מיר זיך דערקייקלט? אנשטאט האבן אן אחריות אויף יעדע נפש מישראל, נעמט מען זיך אן פאר די "גורילע"? די גורילע איז די אגענדע, די חסידות, די רביסטעווע, די תקנות שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה...

וועמען וויל מען איינרעדן אז איר מיינט טאקע דעם באשעפער? איר זענט מסופק איין רגע אז אלמלי מען פרעגט אן דעם אורים ותומים צי מען זאל געבן א ערליכן חינוך פאר א קינד וואס דער טאטע שטעלט זיך נישט צו צו די אייגענע-היינטיגע אויפגעטראכטע תקנות צי נישט, אז דער ענטפער פון הימל וואלט געווען "נישט אננעמען אין די מוסדות"? מען טוט פאר די גאנצע וועלט, בוכארישע ספרד'ישע תימנע מאראקאנע איראנע רוסישע אוקריינישע א.א.וו.... די אלע קינדער, זייער טאטע פארמאגט טאקע נישט קיין כלי? און די מאמע? ענק זענען דאך נישט מער ווי צער-בעלי-רוסי'ניקעס! אדער צער-בעלי-תימנ'יקעס! אבער טיף אין הארצן האט איר בכלל נישט ליב כלל ישראל, די אייגענע קינדער, אונזערע אחים לדעה, שכנים און קרובים לאזט מען פייפן! מען קימערט זיך נישט פאר זייער עתיד, אז זיי זאלן בלייבן זאגן שמע ישראל!

איר זאגט די גוי'אישע פרעסע איז פול מיט אטאקעס...? ווי אזוי עס גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך! די אידישע פרעסע איז אויך פול מיט אטאקעס! מה יעשה הבן שלא יחטא? איר זאגט אז "עס כאפט אייך אן א עקל און א שוידער"? זייט וויסן איר זענט נישט די איינציגסטע, פאר טויזענטער אידן כאפט אן א עקל יעדע וואך פון די אידישע פרעסע מיט די נארישע עקסטרעמע פארפרומטע ארטיקלען און בריוון וואס איין פרומער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן!

טייערער שרייבער, טראכט אריין אין דיינע אייגענע ווערטער, און זעהט ווי מיר אליינס פירן זיך אויף ווי היפאקריטן! רבי מכבד עשירים, די רבי'ס מיט די שטרענגסטע תקנות פארקוקן אויף אלעם ווען עס קומט צו אפאר דאלער; אין די צייטונגען באשרייבט מען כסדר די נייעס פון די אלע טעכנאלאגישע קאמפאניס, ווי שטארק עפל שטייט אקעגן גוגל, און וויפיל סמארטפאונ'ס עס ווערן פארקויפט א.א.וו., בו בזמן וואס א בלעטל צוריק האקט איר אויף דעם מיט אלע מיטלען...

לאזט אייך אפ פון דעם עולם השקר! איר ווייסט אז מען מוז עס האבן, און טויזענטער אידן דארפן עס און מען נוצט עס פאראנטווארטליך, הערט אויף צו שפילן הייליג און מיינען אז איר טוט א טובה דעם בורא! זייט נישט מפקיר א קינד'ס נשמה צוליב א גורילע!!!

דאס איז מיין מוסר השכל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אותיות מחכימות


.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אייזן שטארקע דברים כדרבונות.

אריין אין קומענדיגע "דער וועקער"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נו, שש האט עפעס געבעטן! איך קען נאך פארשעמט ווערן טאמער עס איז נישט מסכים... :?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
Chuchem
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך Chuchem »

קורץ און זיס , אבער אזוי קולע אל השערה.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

זיס און צום פונקט!
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

ומה נעים 'גורלי'נו... :like

דער איז א אייזערנע שרייבער!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מ'קען מיינען. ס'דא פופצן טויזנט וועגן ווי אזוי אונז זאגן ווי געוואלדיג אונז זענען. די סעלף קריטיסיזם איז דערווייל נאר בין אדם למקום.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

קעניג פון דער איד שרייבט האט געשריבן:"זעלבסטפארשטענדליך אז אלעס שטאמט פון דעם נידריגן מאראל. די וועלט זינקט. דאס גאנצע לעבן איז הולטייעס, תאוות און שוואוילטאג. קיין משפחה לעבן, קיין זארג פאר'ן קיום העולם, פאר ווייטערדיגע דורות, נאר אכול ושתה כי מחר נמות.


וואו האב איך לעצטנס געלייענט עפעס ענליכעס...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

הרב שמעקעדיג.

איך האב געלייקט דיין ארטיקל ווייל איך עגרי מיט דיר.

אבער אין אמת'ן אריין דארף מען פרעגן נאך עטליכע קושיות.

דו אויבער חכם וואס וויל איינרעדן כל הקהל הקודש אז זיין ער בלייבט אן פרנסה אויב לייגט ער ארויף משומר/גדר, דו ביסט גרייט אז דיין קינד זאל בלייבן אינדרויסן פון חדר צוליב דיין פילטערלאזע-פאון עדיקשאן ? "ומה נעים גורלינו"

ווען די חדר מאכט תקנות פאר די רוחניותדיגע הצלחה פון די מוסד, לאכסטו דיך אויס, און דו רייסט אונטער עני סארט השפעה וואס דער מוסד קען נאך האבן אויף דיין קינד, און ווען מ'ווייזט אים די טיהר, מאכסטו א ויצעקו היתכן מ'ווארפט ארויס צאן קדשים אויף די גאס ? ווי איז די אחריות ?, דו און נאר דו ביזט דער אומאחריותדיגער.

מ'קען געבן נאך אסאך דוגמאות, באט יו געט די פוינט, די מטבע האט א צווייטע זייט אויך, און "רוב" פעלער ווי מ'ווארפט איז עס וועגן די צווייטע זייט, נישט פון די זייט וואס דו רעדסט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א חדר דארף מחנך זיין די קינד, נישט די טאטע. ווען א קינד הערט זיין טאטע לאכען אויף די תקנה פון סמארטפאון, האט ער נאכאלס געלערנט עברי מיט חומש, משניות און גמרא. און ווען מ'ווארפט איהם ארויס, האט ער דאס דערלייגט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעקב מענטש האט געשריבן:דו אויבער חכם וואס וויל איינרעדן כל הקהל הקודש אז זיין ער בלייבט אן פרנסה אויב לייגט ער ארויף משומר/גדר

קודם כל ביי מיר איז נישטא דער היתר פון לצורך פרנסה, כיון דהותר לצורך הותרה נמי שלא לצורך, דער אינטערנעט האט אזויפיל גוטע נוצליכע זאכן אחוץ פרנסה, אז אויב שפארט מען דאס אפ איז מען ממש בבחי' איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו,
און נאכדעם האט שוין ליטוואק געהאקט, אז מען איז מחנך די קינדער, נישט די עלטערן. אזויפיל בין איך מסכים מיט די מוסדות אז זיי מעגן אסר'ן א קינד זאל האבן צוטריט צו די כלים. ער איז נאך נישט רייף פאר דעם, און זיין קעפל דארף בלייבן ריין פאר תורה.

יעקב מענטש האט געשריבן:דו ביסט גרייט אז דיין קינד זאל בלייבן אינדרויסן פון חדר צוליב דיין פילטערלאזע-פאון עדיקשאן ? "ומה נעים גורלינו"

שטעל דיר פאר עס קומט ארויס א תקנה פונעם מוסד אז די עלטערן טארן נישט שלאפן אין א בעט, נאר אויף דער ערד, כדי צו צייגן די קינדער א סעמפל פון "כך הוא דרכה של תורה... ועל הארץ תישן". און דער טאטע האלט נישט דערביי ווייל עס איז אים גאר שווער - וואלסטו אויך געזאגט "ביסט גרייט אז דיין קינד זאל בלייבן אינדרויסן פון חדר צוליב דיין בעט עדיקשאן"?
האק נישט אין קאפ. אז די מוסד מאכט משוגע'נע תקנות שאין הציבור יכולים לעמוד בה, הער אויף בלעימען די עלטערן כאילו עס איז זייער עדיקשאן און דעריבער זייער פראבלעם, משא"כ דער מוסד איז גענצליך אומשולדיג, מען מאכט פשוט תקנות פאר די "הצלחה פון די מוסד"... וועגן דעם איז וואטסעפעטייטעס אסור... נישטא ווער ס'זאל לאכן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעקב מענטש האט געשריבן:דו אויבער חכם וואס וויל איינרעדן כל הקהל הקודש אז זיין ער בלייבט אן פרנסה אויב לייגט ער ארויף משומר/גדר, דו ביסט גרייט אז דיין קינד זאל בלייבן אינדרויסן פון חדר צוליב דיין פילטערלאזע-פאון עדיקשאן ? "ומה נעים גורלינו".

אייגענטליך כאפ איך אז כ'האב מיך שוין אויבן באווארענט אויף די טענה"
שמעקעדיג האט געשריבן:קען זיין אז די טענות וואס ווערט ארויסגערוקט אקעגן די עלטערן האט טאקע אין זיך א ממשות, מען קען דעבאטירן; אבער מען זעהט קלאר אז מען רעדט פון די זופ און מען מיינט די קניידלעך, מען האט דא אן אגענדע, מען פרובירט זיך צו מאכן הייליג, מען פרובירט איינרעדן די וועלט אז אלע חסידים פאלגן דעם רבי'ן, און פאר די נארישע אגענדעס "ומה נעים גורלינו" טוט מען מפקיר זיין נפשות ישראל!!! לאן הגענו? ווי נידריג האבן מיר זיך דערקייקלט? אנשטאט האבן אן אחריות אויף יעדע נפש מישראל, נעמט מען זיך אן פאר די "גורילע"?
וירח ה' את ריח הניחוח
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער מוסר השכל פון די מעשה מיט די גורילע

שליחה דורך קל וחומר »

כ'האב געהערט אז ס'געווען ביי איינע פון די סאטמערע מוסדות אין ווילי א פאל וואס א כתה ז' אינגל האט געהאט צוטריט צום ארגסטן און האט פארדארבן דעם גאנצן קלאס ה"י.
די גאנצע כתה האט מען געשיקט אויף טעראפי.

(מעשה איז געשען איבער א יאר צוריק, מ'האט עס געהאלטן בסוד סודות, וכדי שלא לגלות זאג איך נישט וועלכע סאטמער)

יעצט ווער דארף נעמען אחריות אויף אזא מעשה?
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך האב געהערט א מעשה פון איינער וואס איז געקומען פון גאר גאר א פרומע משפחה און האט מיט "אלע" זיינע חברים זיך מתעלס געווען באהבים, און מען האט יעדן געדארפט שיקן פאר טערעפי, רעד איין א צווייטן אז מען מיינט דאס, ווייל לכגון דא וואלט געווען גענוג צו רעדן אז מען זאל האבן אינטערנעט מיט א פילטער,

אבער די נקודה גייט טיפער, היתכן אז א קינד האט געקענט פארדערבן א גאנצע קלאס און מען האט גארנישט באמעקרט, די מלמדים דארפן גיין פאר טערעפי וויאזוי צו מחנך זיין דיינע קינדער, און וואס איז מיט די עלטערן פארוואס האבן זיי נישט באמערקט, א עולם התיקון וועט סיי ווי נישט זיין ביזן ביאת הגואל, און אוודאי האבן יענע ספעציפישע עלטערן געטוהן א עולה אבער דאס האט גארנישט מיט די אינטערנעט מערכה צו טוהן ווייל כגון דא איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אחריות דארפן נעמען די מנהלים און מלמדים וואס האבן גארנישט באמערקט ביז לאחר מעשה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער מוסר השכל פון די מעשה מיט די גורילע

שליחה דורך קל וחומר »

ס'דא מוסדות וואס האבן א פראבלעם מיט געפילטערטע סמארטפאונס?
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קל וחומר האט געשריבן:ס'דא מוסדות וואס האבן א פראבלעם מיט געפילטערטע סמארטפאונס?

יא, סאטמאר
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער מוסר השכל פון די מעשה מיט די גורילע

שליחה דורך קל וחומר »

איז נישט גדר און משומר מטעם סאטמער?
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

איז נישט 'טעג' א פילטער?
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער מוסר השכל פון די מעשה מיט די גורילע

שליחה דורך קל וחומר »

ס'יז יא, זיי האבן פשוט נישט קיין וועג צו וויסן אויב האסטו טאקע א פילטער.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

טעג טיילט רעסיטס ווען מ'מאכט א פילטער ביי זיי
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

דער עולם האט מיך שלעכט פארשטאנען.

בסך הכל וואס איך זאג, אויב קענסטו נישט באזיגן סיטי האל, דזשוין דעם.

ווען איך עגרי נישט מיט א תקנה פון די מוסד (פון די סארט וואס א פארלעצונג קען פאראורזאכן אן ארויסווארפונג) בייג איך דעם קאפ און איך פאלג, ווייל איך האב אחריות אויף מיינע קינדער, ווען א אינגערמאן איז א עקשן און פרובירט צו זיין א אויבערחכם און דאס מאכט אז זיין קינד בלייבט אן קיין מוסד, איז ער מער אומחריותדיג ווי דער מוסד וואס האט געמאכט די תקנה. זיי האבן טאקע א חיוב פון ערבות, אבער דיין חיוב אלץ טאטע איז פיהל גרעסער.
פארשפארט