א רייזע ארום די וועלט מיט גוגל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

א רייזע ארום די וועלט מיט גוגל

שליחה דורך יידל »

מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז אלעס מעגליך. אקעי, נישט "אלעס", כמעט אלעס. גוגלהאט גענומען אן אלטע טעכנעלאגיע (פאטאגראפיע), און מיט אביסל קונצליכע פראגראמען האבן זיי צוזאם געשטעלט א מעכטיגע פראדוקט, ויקרא שמה בישראל "גוגל מעפס סטריט וויו". איר קענט היינט באזוכן אין טויזענטע פלעצער ארום די וועלט און זיך נישט אויפשטעלן פון אייער באקוועמען בענקל אינדערהיים. די פראבלעם איז נאר אז מיט אזויפיל טויזענטע פלעצער, ווייסט איר ניטאמאל ווי אנצוהייבן זוכן. דערפאר, לאמיך אייך נעמען אויף א רייזע ארום די וועלט. איך וועל אי"ה ארויפשטעלן יעדע שטיק צייט נאך לאקאציעס ווי איר קענט באזוכן מיט גוגל מעפס, פארשטייט זיך אז איך וועל צולייגן נאך אסאך אינפארמאציע איבער דעם פלאץ אזוי אז איר זאלט זיך פארשפארן די צייט פון גוגלן און טרעפן די אלע אינפארמאציע.

מיר וועלן אנהייבן מיט א היסטארישען לאקאציע: די קאלוסיום אין רוים, איטאליע.
ווען איר וועט דרוקן אויף דעם לינק, וועט איר זיך טרעפן אינעם קאלוסיום. איר קענט זיך ארום דרייען אין זען די גאנצע אינעוויינג פונעם קאלוסיום, און דערנאך זיך ווענדן צום טיר און ארום צירקלען די גאנצע קאלוסיום פון אינדרויסן (לינק צו סטריט וויו אינדרויסן). די קאליסיום איז איינע פון די מערסטע פאפולער טוריזם סייט אין איטאליע. מ'האט עס אנגעהויבן בויען אין יאר ג'תתלב, נישט מער ווי 4 יאר נאכן חורבן בית שני און א יאר בעפאר די פטירה פון רבי יוחנן בן זכאי. די קאלוסיום האט לויט אפשאצונגען געקענט אריינעמען א קיימא לן פון 50,000 מענטשן. אינעם קאלוסיום איז פארגעקומען די בארימטע י, ווי זיך שלאגן מיט בהמות און ענליכס. ליינט די אינטערעסאנטע ארטיקל אין וויקיפעדיע (ענגליש אדער עברית) איבערן קאלוסיום און איר אינטערעסאנטע היסטאריע. אזוי אויך קענט איר וואטשן דעם ווידעא, דעם ווידעא און אויך דעם ווידעא פון די היסטאריע טשענל איבערן קאלוסיום.

אז מיר זענען שוין אין איטאליע, וועלן מיר גיין באזוכן נאך ערגעץ: די מרחצאות אין קאראקאלאה, אין רוים, איטאליע. (לינק צו גוגל מעפס סטריט וויו)
דא האט איר א גייד אין ענגליש צו די בעדער. ליינט די וויקיפעדיע ארטיקלן, ענגליש און עברית.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן: ווי זיך שלאגן מיט בהמות און ענליכס

און מענטשען, די טרויעריג בארימטע גלאדיטור פארמעסטונגען, ווי ס'זענען אויך אנגעקומען אידישע שבויים נאכן חורבן, זענען אויך פארגעקומען אין דעם אמפי-טעאטור.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

די שווייצע בערג

שליחה דורך יידל »

לאמיר פארן קיין שווייץ! שווייץ איז באקאנט פאר איר הערליכע פארשנייעטע בערג-שפיצן און פאר די שיינע פאנאראמעס וואס מ'קען זען איבערן לאנד.
גוגל האט צוגעשטעלט אפאר שיינע סטריט וויוס פון שווייץ. די "ראעשיאן רעילוועי" (וויקיפעדיע) פארט א וועג פון 130 קילאמעטער, און ווערט פאררעכנט פאר איינס פון די שענסטע, אויב נישט די שענסטע פאנאראמעס וואס מ'קען זען אויף א באן רייזע איבער די וועלט. איר דארפט שוין נישט פארן קיין שווייץ מיט צו האלטן די באן רייזע. גוגל האט אפגעכאפט מיט זייער ספעציעלן קאמערע אפאר חלקים פון די רייזע און איר קענט זיך אליין איבערצייגן ווי שיין די פאנאראמעס זענען.
דא קענט איר פארן אויף די חלק וואס פארט פארביי דעם הערליכן "לאגא ביאנקא" (דער ווייסער טייך). דא פארט מען פארביי א שטרעקע וואס לויפט לעבן א קליין טייכל מיט הערליכע בערג אינעם הונטערגרונט. דא פארט מען פארביי די חלק וואס הייבט זיך אן ביים סטאנציע "אלפ ספינאס", גאר א שיינע רייזע, צווישן פארשנייעטע בערג פון ביידע זייטן. דא פארט מען פארביי דעם רונא טוננעל, אן אלטען טונעל, שיינע פאנאראמעס אויף ביידע זייטן פונעם טוננעל. דא פארט מען פונעם באן סטאנציע בערגון.

אט איז א ווידעא וויאזוי גוגל האט פראדוצירט די סטריט וויו פונעם באן רייזע:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=oX4dp1F171w[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יידל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די סטעדיעם! אויב וואלט קאווע שטיבל געווארען אויפגעשטעלט נאר פאר דעם, דיינו!
ישר כח יידל
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

יישר כח יידל, א הערליכע ארבעט שיין צוזאם גענומען, האלט אן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:אז מיר זענען שוין אין איטאליע, וועלן מיר גיין באזוכן נאך ערגעץ: די מרחצאות אין קאראקאלאה, אין רוים, איטאליע.

פונקט היינט געהערט אז די ארגינעלע געביידע פון פענן סטעישען איז געווען געבויעט מיט די זעלבע ארכיטעקטשור ווי די קאראקאלא בעדער.

בילד
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יידל

איך פיל א פשוטע לייק איז נישט גענוג.

:like :like :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

עמעזאן, בראזיל

שליחה דורך יידל »

עמעזאן! ווער ווייסט דען נישט פון עמעזאן? איך רעד נישט פונעם סייט נאר פונעם טייך אין די רעגן-וואלד. דער עמעזאן רעגן-וואלד אין זיד אמעריקא איז די גרעסטע רעגן וואלד אין די וועלט, 1.4 ביליאן עיקרס, לויט וויקיפעדיע. די עמעזאן טייך, וואס נעמט ארום די עמעזאן רעגנוואלד איז די צווייט לעגנסטע טייך אין די וועלט. גוגל האט גענומען די מי, און איז אראפגעפארן צו כאפן שיינע בילדער פונעם עמעזאן פאר סטריט וויו.

צום ערשט קענט איר באזוכן (לינק צו סטריט וויו) דעם ריא נעגרא (דער שווארצער טייך), די גרעסטע שווארצוואסער טייך אין די וועלט. אין די נאסע סעזאן איז די עמעזאן אזוי פיל מיט וואסער אז דערנעבנדע וועלדער ווערן פארפלייצט. אין די טרוקענע סעזאן ווערט די וואסער אויסגעטרוקענט און עס פארמען זיך שיינע וואסער ברעגן. דא קען מען זען אזא פארפלייצטע וואלד אין די נאסע סעזאן, און דא קען מען זען די זעלבע פון דערווייטענס. נאך שיינע חלקים פונעם ריא נעגרא קען מען זען דא, דא און דא.
נאכן פארענדיגן די שיפל רייזע, קען מען גיין כאפן א שפאציר אינעם עמעזאן רעגן וואלד (לינק צו סטריט וויו - אריינגאנג צו א טרעיל אין רעגנוואלד נעבן די טומבירא קאמיוניטי אין בראזיל). דא איז דא א שטיקל סטריט ווי פון טיף אינעם רעגן וואלד, און דא אויך.
נאכן פארענדיגן דעם לאנגן שפאציר אין וואלד קענט איר באזוכן אינעם טומבירא שטעטל. איר קענט אויך באזוכן אינעם שטעלישען שולע, און אינעם געזונטהייט קליניק. (ליינט אן ארטיקל איבער די קאמיוניטי'ס רעאקציע ווען זיי האבן געהערט אז גוגל וויל קומען כאפן סטריט וויו).
גוגל סטריט וויו האט אויך געכאפט א שפאציר אין די סאנטא העלענא קאמיוניטי לעבן די ריא נעגרא אין בראזיל ווי אסאך פישערכאפער וואוינען, אין אינעם שטעטל סאראקא, ווי עס איז דא א קירכע מיט א שיינעם וויו (צו מעג מען אריינגיין אין א קירכע מיט סטריט וויו? ווען איר דרוקט אויפן לינק שטייט איר מיטן רוקן צום טיר, מ'דארף זיך ארום דרייען צו זען די קירכע, און צו אריינגיין).

א ווידעא וויאזוי גוגל מעפס האט געמאכט סטריט וויו פונעם עמעזאן ריווער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3Q8nIHDxfp0[/youtube]
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

נפתלי האט געשריבן:יישר כח יידל, א הערליכע ארבעט שיין צוזאם גענומען, האלט אן

גם אני מצטרף
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

נאסא
יידל, ביסט עס מכובד צו צולייגן אויף קליין געלט, איך גלייב די עולם וועט הנאה האבן
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

נוי יארק האט געשריבן:נאסא
יידל, ביסט עס מכובד צו צולייגן אויף קליין געלט, איך גלייב די עולם וועט הנאה האבן

די טיילסט כיבודים דא? :lol:
צוריק צום נושא!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נוי יארק האט געשריבן:נאסא
יידל, ביסט עס מכובד צו צולייגן אויף קליין געלט, איך גלייב די עולם וועט הנאה האבן

ייש"כ פארן כיבוד. אי"ה נעקסט וועלן מיר פארן קיין פלארידע צום ספעיס צענטער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

לעמיל האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:נאסא
יידל, ביסט עס מכובד צו צולייגן אויף קליין געלט, איך גלייב די עולם וועט הנאה האבן

די טיילסט כיבודים דא? :lol:
צוריק צום נושא!

לעמיל, ביסט באליידיגט? מען וועט אנקומען צו דיר אויך.
Every dog has his day.... :lol:
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

אמאל געזען טור ווידיאוס פון אינטערעסאנטע פלעצער וואס טור גיידס האבן געמאכט אסאך קענען גיין אויף די נערוון אבער מ'קען דארט באזוכן אסאך פלעצער וואס קומט נישט אויס באזוכן סתם אזוי
ווער עס האט א לינק איז מכובד
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

גוגל נעמט אייך אויף א טור צווישן די מיליאנען שטערענס פון אונזער גאלאקסי!
http://workshop.chromeexperiments.com/stars/

אן ארטיקל איבער דעם
http://mashable.com/2012/11/17/google-100000-stars/
פארשפארט