א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סקוקט אויס ווי די זעלבע אויבער-חכמים וואס לייקענענן אין עוועלאציע פארשטיין אויך בעסער און ווילן נישט וואקסינען די קינדער, אגם דא האבן זיי א שטיקל פוינט ווייל די דראג קאמפניס שטיפן אריין אסאך זאכן אז זיי זאלן קענען פארדינען אוצרות, איז עס אבער נאך אלץ בעסער ווי נישט, כך נראה לי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

וגם אני אענה את חלקי, די זאך איז נישט פשוט לכאן או לכאן. די פראבלעם איז אז רוב ביכער איבער די נושא איז געשריבן מיט בייעס און א קלארע אגענדע אהער אדער אהין. די וואס זענען בעד וואקסינען וועלן אראפמאלן זייערע קעגענער מיט פרימיטיווקייט, נאיווקייט, און אז אלע סייענטיפישע שטודיעס צייגן קלאר אז עס איז נישטא וואס חושש צו זיין. ווידער די אנדער לאגער וועט זיכן אפצושרעקן אז אלע זעלבשטענדיגע שטודיעס זאגן דאס פארקערטע.

למעשה איז דא איין בוך פון א דאקטער און א כעמיסט מיטן נאמען סטעפינע קעוו וואס גייט דורך א יעדע וואקסין אירע באשטיינדטיילן, די ריסק פון נישט נעמען די וואקסין, די ריסק פון יא נעמען, די ספיקות פון קעגען זייטיגע שטודיעס, אלס געבויט אויף ריינע סייענטיפישע פאקטן אן קיין (קלארע) בייעס אגענדע, פון וואו ווייס איך אז זי האט נישט קיין בייעס ? ווייל געוויסע מענטשן נאכן ליינען די בוך געבן יעדע וואקסין, געוויסע געבן קיין איינס, און רוב מאכן אן החלטה אויף יעדע וואקסין באזונדער לויט זייער איבערצייגונג לכאן או לכאן. (עס איז מערקווערדיג אז אויף געוויסע וואקסינן איז זי מציע צו געבן שפעטער וואו עס איז איינגעפירט, אלעס געבויט אויף לעגעטימע חששות און סייענטיפישע דאטא וואס איר וועט נישט הערן פון אייער דאקטער, פארוואס? ווייל ער וויסט נישט).
http://www.amazon.com/What-Doctor-About ... op?ie=UTF8

מערקט אן אינטערעסאנטע זאך רוב ביכער אקעגן וואקסינען זענען די שלעכעטע ריוויואס (איין סאטרס) אויף עמעזאן איבער: נישט אויסגעהאלטענע סייענס, בייעס, אגענדע, און אז דער מחבר איז נישט קיין בר-סמכא. בנוגע אונזער מחבר'טע זענען די שלעכטע פידבעק הויל און ליידיג פון תוכן. פארוואס? ווייל יעדער וואס ליינט די בוך זעט קלאר אז זי האט נישט קיין אגענדע אויסער ברענגן די סך הכל וואס איז דא איבער א יעדע וואקסין און צומאל געט זי א פערסאנעל רעקאמעדאנציע. זי ברענגט נישט קיין אומאויסגעהאלטענע סייענס, זי איז לכאורה אויך א בר סמכא און א בעל אחריות צוליב זיין סיי א כעמיסט און סיי א פראקטאצירענדע דאקטער.

אחרי ככלות הכל מען קען נישט מאכן א קוגל פון אלע וואקסינען, און מען קען נישט זאגן אז עס איז זיכער גוט אדער זיכער שלעכט. עס איז אויך נאריש צוזאגן אז די אלע עקספערטן וואס זענען פאר אדער אקעגן וואקסינען זענען מערדערס אדער קאנספיראטערס, פארוואס? ווייל בדרך כלל האבן זיי געמאכט אן החלטה (די קעגענער) אז די שאדנס וועגן איבער די מעלות, און די וואס זענען בעד האבן געמאכט א פארקערטע החלטה אז די מעלות וועגן איבער די שאדן. די פראבלעם איז אז ביידע לאגערן האבן לכבוד דעם "דייומענייזעד" די קעגענער און פארהוילן דאטא בזדון פון אינפארמאציע וואס קען ברענגן שאדן לדעתם, און דאס איז קיינמאל נישט עפפרישיעטעד פאר דעם אינטעלעקטואל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דעת תורה האט געשריבן:וואלסטו געבויט א - חלק פון א - בריק, קעגן די אנוויזונגען פונעם אינזשעניר, ווייל דו האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה דער אינזשעניר איז ראנג? באופן ווען דיינע אינזשענירונגס קענטעניסן זענען מינימאלע און באגרעניצט צו דעם ספעציפישן חלק פון די בריק.


לכאורא נישט, אבער אין המשל דומה לנמשל ווייל דער דאקטער איז נישט ווי דער אינזשעניר, דער אינזשעניר האט דאס שטודירט און דער דאקטער נישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שמערל האט געשריבן:ביי מיר איז הרב יואל אשר לאבין גאר חשוב, במילא וואלט ווען געווען רעכטפארטיג אויב וואלסט ווען מקיים געווען שמוע בין אחיכם און ארויפגעלייגט זיין ארטיקל, אזוי אז דער עולם זאל קענען זעען ביידע צדדים. (כ'בין זיכער אז דו ווילסט אודאי אז מען זאל אדורכטוהן "ביידע" צדדים, נישט אזוי? )


איך נעם אן מיט א פשטות אז יעדער האט עקסעס צו א שפאקטיוו, איך האב נישט געהאט געדולד צו סקענען און ארויף לייגן, אולי שפעטער היינט.

שמערל האט געשריבן:נאך אזאך, איך למשל און נאך פילע האלטן אז איינער וואס האט א פראבלעם מיט פלאורייד אין וואסער פעלט א שרייפל אין מוח, איז מיין שאלה צו וואקסינען אין פלאורייד זענען אין די זעלבע קאטאגאריע? אדער איז שייך צו טרינקען פלאורייד וואסער און נאכאלטס זיין אקעגן וואקסינען?


איך האב צוגעברענגט די פלארייד ענין, נאר צו ארויסברענגען אז אין די אייגענע אויסגאבע ווי הרב לאבין שרייבט האבן זיי אמאל געהאט א ארטיקל וועגן פלארייד ווי זיי האבן ארויסגעברענגט אז יש מקום לחשוש, לכשעצמי טרינק איך וואסער סיי וועלכע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

עדיאל האט געשריבן:טענה'סט דיין קינדער דאקטאר ווייסט ווייניג איבער וואקסינען. אמת, ער ווייסט טאקע נישט, און דארף נישט צו וויסן. ס'איז נישט זיין זשאב צו וויסן. ער דארף וויסן די סקעדשול ווען מ'דארף איינשפריצען. דאס אלעס. ווער קען יא וואקסינען? ס'דא ספעציאליסטן וועלכע ווייסן, און די איבעריגע דאקטורים ווייסן אז זיי ווייסן נישט, און הארכן די עקספערטן.


עס הייסט ווען עס קומט צו וואקסינס ביסטו מודה אז איך מיטן דאקטער זענען גלייך אונז ביידע ווייסן די זעלבע און אונז דארפן פאלגן די עקספערטן, נו ער האט זיך נאכגעפרעגט וואס זיי זאגן? וואס אלע זאגן? האט ער געפארשט וועלכע פון די צוויי מחנות עקספערטן זענען גערעכט? פאר ווען ער רעקאמענדירט דאס?

עדיאל האט געשריבן:זאגסט דו האסט געמאכט "רעסוירטש". מיינסט אודאי צוזאגן האסט געליינט בלעטער ווי איינער שרייבט וואס זיין אדער איר מיינונג איז נאכדעם וואס ער אדער זי האט געליינט שטודיעס און אויסגעטייטשט לויט זיינע אדער אירע אנשויאונגען.


נישט קיין חילוק וואס איך מיין צו זאגן נאר וואס איך זאג, אין די מינוט וואס דו האסט מיר מודה געווען אז דיין דאקטער ווייסט נישט מער ווי דיר, ביסטו מיט איהם גלייך, און היות עס זענען דא אזויפיל קולות אויף קעגן, אריינגערעכנט רעספעקטפולע דאקטוירים, איז נאך דיין קינדס לעבן אזויפיל ווערד צו זיך אביסל נאכפרעגן וואס דאס איז און וואס דאס טוהט

עדיאל האט געשריבן:רעסוירטש מאכט מען נישט אויפן געוועב. רעסוירטש מאכט מען אויף מייזעלעך, און לאנגע דורכדרינגליכע שטודיעס אויף מענטשן. דו קענסט נישט מאכן דיין אייגענע רעסוירטש. דו קענסט בסך הכל ליינען די החלטות פון עקספערטן און "עקספערטן" אויף שטוידעס וואס דו אליינס ביסט נישט קוואליפיצירט אויסצוטייטשן. ווען דו באשליסט וועמען צו גלייבן ביסטו סוביעקטיוו און באיינפלוסט פון א שרייבער'ס איבערצייגונג, און נישט פון אביעקטיווע אויסטייטש פון דאטא.


ריסוירטש איז סיי וועלכע, טעסט מאכט מען אויף מייז, און ביסט גערעכט אז א החלטה מאכט מען נאך שטודיעס און וואס זאגן די שטודיעס? פרעג זיך נאך. און והיה אז דיין באשלוס וועט זיין אז די שטודיעס זאגן אז מען דארף, געבן געזונטערהייט.

עדיאל האט געשריבן:אונז פשוטע אידן קענען באמת נישט וויסן דעם אמת. ווער ס'האלט ער פארשטייט איז א בעל גאוה און אן אויבער חכם פונעם צווייטן סארט. ס'טויג צו מאכן די אייגענע ריסוירטש ווען דיין מעכאניקער זאג דיר אכט הונדערט צו פאריכטן דיין אויטא. גיי שאפ ארום. גיי ליין וואס אנדערע מעכאניקער זאגן. זיי ווייסן. זיי זענען מעכאניקער. אין זאכן וואו אונז קליינע מענטשן פארשטיין נישט, אפילו אונזערע דאקטורים פארשטיין נישט, האבן מיר נישט קיין ברירה נאר פאלגן די CDC ערספערטן.


און אויב איין מעכאניקער זאגט יא, און א אנדערער זאגט ניין, מוזטו מאכן א אייגענע החלטה וואס עס קומט דיר אויס ריכטיג צו טוהן, וואס וועסטו זאגן פאר אונזער חבר [tag]קול הלשון[/tag] וואס יעדער דענטיסט זאגט איהם עפעס אנדערש?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאר אלעם, וויל איך דערמאנען אז דער פלאץ איז א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען, געוויסע ניקס רעדן דא זייער שטעכעדיג און צו סארקאסטיש, און מיט דעם פרובירט מען באזיגן דעם צד השני. ביטע רעדן מיט רעספעקט איינער צום צווייטן, און לאזט יעדן האבן זיי רעכט צו האלטן וואס ער וויל.

יעצט מיינע הערות:

דעת תורה האט געשריבן:יא, מיר וואונדערט פשוט אויף דיר וויאזוי דו טראסט דיין החלטה אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין שמץ מושג? וואלסטו געבויט א בריק - אדער געטוישט א חלק פון די געבוי - ווייל דו (מיט זערא נאולעזש אין ענזשינירונג, בלויז דער ספעציפישער חלק האסטו געטראפן סייטס אנליין וואס האבן דיר געוויזן וויאזוי עס צו 'דורכטון' און מאכן מסקנות) האסט עס שטודירט און געקומען צו די החלטה אז מ'ברויך אזוי טון? סתם נייגעריג


לאמיך דיר פרעגן, דעת תורה. דיין משל אבער מער אויף א פאסיגן אופן.

שטעל דיר פאר אינזשענירן בויען א גרויסן בריק העכער א סכנה'דיגן וואסער (וליתר שאת קענסטו צולייגן אז זיי באקומען 50 פראצענט פון יעדן דאלער טאלל וואס די דרייווערס צאלן...) די אינזשענירן טענה'ן חי וקיים אז די בריק איז זייער פארזיכערט.

אבער עס איז פאראן א צווייטע צד, צד ב', אויכעט געלערנטע אינזשענירן. זיי האבן געטון זייער ריסוירטש, און שרייען אז דער אופן וויאזוי דער בריק איז געבויעט איז זייער סכנה'דיג, און אזעלכע סארט בריקן האט שוין אסאך אומגליקן גורם געווען. אבער צד א' קעמפט אקעגן זיי מיט ציין און נעגל און רופט זיי אן קאנספיראציע טעאריקער. וואלסטו געווען רואיג צו פארן אויף דעם בריק? אדער שיקן דיינע קינדער? אדער וואלסטו זיך בעסער נאכגעפרעגט איידער דו טוסט אזא שריט?

וואס כ'מיין צו זאגן, הרב @געוואלדיג וכל הפשוטים עמו האבן נישט אליינס מחליט געווען אז ס'איז נישט גוט, אקעגן די געלערנטע דאקטוירים און סייענטיסטן; בכלל נישט. ער האט לצדו טויזענטער געלערנטע דאקטוירים וואס זענען אויסגעשפראכן אקעגן וואקסינען, און זיי זעלבסט וועלן דאס נישט געבן פאר זייערע קינדער. פארוואס אויב איינער האלט נישט ווי די מעינסטריעם שיטה איז ער פלוצלינג אן "אויבער-חכם"?

אין תוך גערעדט, קען מען דען טאקע טראסטן יעדן דאקטאר? פארוואס האבן מיר אזויפיל רפואה העלפ-ליינ'ס ביי יעדע מחלה זיך אדורכצושמועסן וועלכע איז דער בעסטער דאקטאר? פארוואס נעמעט מען א סעקאנד און א טוירד אפיניאן בעפאר ערנסטע פראצעדורן? גיי צום ערשטן דאקטאר, ער האט דאך זיכער געטון זיין ריסורטש, ער האט דאך א דעגרי, נעם אן זיין דעה און טוה וואס ער זאגט דיר!! אה, דאס שוין נישט! ווען ס'קומט צו דיין אייגענע הויט ציטערסטו ווי א פיש, ביסט אין פעקל, דעמאלס וועלסטו שוין יא וועלן טון "אייגענע ריסורטש", צי אנליין, צי בוכער, צי פרעגן אנדערע מבינים..

און לאמיר קלאר מאכן, ריסורטש מיינט נישט טעסטן אויף מייזעלעך און לאבאטאריס. מען מיינט ליינען דערוועגן, זיך נאכפרעגן, און זיין אינפארמירט פון אלע צדדים, די מעלות און חסרונות, און וואס וועגט איבער.

עדיאל האט געשריבן:זאגסט דו האסט געמאכט "רעסוירטש". מיינסט אודאי צוזאגן האסט געליינט בלעטער ווי איינער שרייבט וואס זיין אדער איר מיינונג איז נאכדעם וואס ער אדער זי האט געליינט שטודיעס און אויסגעטייטשט לויט זיינע אדער אירע אנשויאונגען. רעסוירטש מאכט מען נישט אויפן געוועב. רעסוירטש מאכט מען אויף מייזעלעך, און לאנגע דורכדרינגליכע שטודיעס אויף מענטשן. דו קענסט נישט מאכן דיין אייגענע רעסוירטש. דו קענסט בסך הכל ליינען די החלטות פון עקספערטן און "עקספערטן" אויף שטודיעס וואס דו אליינס ביסט נישט קוואליפיצירט אויסצוטייטשן. ווען דו באשליסט וועמען צו גלייבן ביסטו סוביעקטיוו און באיינפלוסט פון א שרייבער'ס איבערצייגונג, און נישט פון אביעקטיווע אויסטייטש פון דאטא.

אונז פשוטע אידן קענען באמת נישט וויסן דעם אמת. ווער ס'האלט ער פארשטייט איז א בעל גאוה און אן אויבער חכם פונעם צווייטן סארט. ס'טויג צו מאכן די אייגענע ריסוירטש ווען דיין מעכאניקער זאג דיר אכט הונדערט צו פאריכטן דיין אויטא. גיי שאפ ארום. גיי ליין וואס אנדערע מעכאניקער זאגן. זיי ווייסן. זיי זענען מעכאניקער. אין זאכן וואו אונז קליינע מענטשן פארשטיין נישט, אפילו אונזערע דאקטורים פארשטיין נישט, האבן מיר נישט קיין ברירה נאר פאלגן די CDC עקספערטן.


די זעלבע זאך ביי א מעקעניק. אז עס קאסט דיר 2 טויזענט דאלער צו פאררעכטן דיין קאר און דו האסט א ספק צי יענער איז גערעכט, וועסטו נישט גיין טון ריסורטש און פרעגן אנדערע מעכאניקער? דאס מיינט טון ריסורטש, כנ"ל.

קוקטס אהער, אלמלי די מעדיצינישע וועלט וואלט געווען קראנט, וואלט מען געקענט הערן ענקערע טענות. פאקט איז אבער, אז מען האט זיך שוין אומצאליגע מאל איבערצייגט אז די גרעסטע מבינים און סייענטיסטן מיט יארן פארשונגען און ריסורטש זענען געבליבן חוזק, און נייערע דאקטוירים האבן געטראפן נייערע געפינסן און אפגעוואנדן אלע טעאריעס פון די פריערדיגע חכמים, און געמאכט זייערע ערפינדונגען צו אש און פארעך. עס פעלט נישט קיין משלים, צי איז עס מיט די דייעט, יא פעטנס אדער נישט, וויפיל מאל האט שוין די רעגירונג אליין געטוישט זייער מיינד, וויפיל מעדיצינען האט מעען געמיינט עס העלפט און די FDA האט עס אפילו אפראווט, און שפעטער האט מען געזען שוידערליכע קראנסעקווענצן און עס האבן זיך אנגעהויבן לאוסוטס אקעגן זיי. די זעלבע זאך איז מיט דענטיסט און אנדערע מעדיצינישע עקספערטן. מאן יימר אז אין צען יאר ארום וועט מען נישט געוואויר ווערן אז די וואקסינען זענען זייער שעדליך?

אונטערשטע שורה – א קלוגער מענטש פרעגט יא, און גלייבט נישט בלינד די דאקטוירים, וואס אסאך פון זיי זענען אויסגעשפראכן אקעגן נאטורליכע מיטלען, מען שטאפט אריין מעדיצינען ווי אימער מען קען, הגם נישט אלע. חז"ל זאגן טוב שברופאים לגיהנם פאר א סיבה... זיי מיינען נישט אלץ דיין טובה.

איך נעם נישט קיין צד דא, איך זאג נאר אז מען זאל אננעמען די אפיניאן פון די דאקטוירים מיט א גרעין אויף זאלץ, און אויב איז מען מסופק אין זייערע ווערטער איז מען נאך נישט קיין אפיקורס און מען פארדינט נישט צו ווערן נידון בצואה רותחת, אדרבה, מען דארף זיך נאכפרעגן.

--------

געוואלדיג האקט, בסגנון אחד...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

העניך האט געשריבן:כ'בין נישט ממש בקי אין דער סוגיא,


מוז זיין טאקע אמת, ווייל דאס וואס דו שרייבסט

העניך האט געשריבן: ווי איך פארשטיי איז די מעשה אזוי: די גאנצע וויסנשאפטליכע וועלט שטיצט וואקסינען, אלע וויסנשאפטלער און אלע מעדיצינישע זשורנאלן. עס זענען שוין געמאכט געווארן אומצאליגע שטודיעס אויף דעם ענין, און די וויסנשאפטליכע מסקנא איז אייביג דאס זעלבע.


איז פשוט נישט אמת, דו"ק ותשכח.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: א אפענע בריוו צו ר' יואל אשר לאבין הי"ו

שליחה דורך דעת תורה »

וואס הייסט עס איז נישט אמת? עס איז געווען איין - פעלערהאפטיגע - שטודיע פאר צוואנציג יאר צוריק אין ענגלאנד, באשטעלט דורך אגענדע געטריבענע פערשוין, און די שטודיע איז שוין צענדליגער מאל אפגעפרעגט געווארן. (איך שרייב פון זכרון, קען זיין איך געדענק נישט פונקטליך).

דאס איז אלעמאל דער טאקטיק צו ווארפן זאמד אין די אויגן, ביי גלאובעל ווארמינג האבן עס די פאסיל אינדוסטריע'ס גענוצט, קודם כל קריעיטן א 'ספק', מאכן כאילו ס'איז א מחלוקה צווישן די וויסנשאפטלער, און דאן וועט דער פשוט'ער המון עם וואס ווייסט נישט בחייכון זאגן, קוק אהער איך קען נישט מכריע זיין צווישן די הרים הגבוהים, לאמיך ווייטער און דאס מייניגע און פטור אן עסק.

דא ביי די וואקסינען ארבעט עס, וויבאלד עס איז כאילו א 'מחלוקה' איז תורת כל א' בידו, און יעדער קען זיך אליינס 'מברר' זיין.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דיינע פאקטן זענען נישט ריכטיג, אבער איך וויל דייקא נישט אריינגיין אין א שמועס צו וואקסינען איז גוט אדער נישט, ווייל עס איז א נעווער ענדינג שמועס און אונז וועלן בלייבן ביידע ביי אונזערס, אבער איך האב נישט קיין פראבלעם אויב האסטו געפארשט און דיין ידיעה איז דאס אויבנדערמאנטע, איך האב אויך געפארשט און מיינע ידיעות זענען אביסל אנדערש, אבער נעווער מיינד, אויב ביסטו געקומען צו די מסקנא, האסטו טאקע געטוהן אזוי ווי איך זאג, פארשן און מאכן א אייגענע החלטה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דא האט איר ר' יואל אשר'ס ארטיקל ככתבו וכלשונו, און איך וויל טאקע אויסדריקן דא מיין דאנק פאר אריין שיקן צו מיר די ארטיקל, און מיר שפארן צו דאס סקענען, און דעם עולם שפארן זיך צו מוטשענען צו ליינען פון א סקען.

בס"ד

וואקסינען: גלייבן מיר אונזערע דאקטוירים אדער קאנספּיראציע טעאריעס?

א באקאנטער דאקטער וואס באהאנדלט טויזנטער חרדישע קינדער שוין פאר לאנגע יארן האט מיר געבעטן אז איך זאל באהאנדלען די נושא פון וואקסינען פאר קינדער. ליידער הערט מען איבער מענטשן ביי אונז וואס גיבן נישט די וואקסינען פאר זייערע קינדער; זיי קלויבן צו גלייבן פאנטאזיעס און פּסעוודא-סייענס אנשטאט נוצן דעם שכל הישר, און פאר'עקשנען זיך קעגן דער אנגענומענער מעדיצינישע וועלט און די לעבנס-רעטנדע וואקסינס, און שטעלן אריין די אייגענע קינדער און אלע אנדערע קינדער אין סכנה.

ברוך השם אז מיר זענען פּטור געווארן פון אזויפיל מחלות וואס זענען געווען זייער אפט מצוי ביי קינדער. היינט זענען זיי שוין ב"ה נישט פארהאן ווייל הקב"ה האט געגעבן די חכמה פאר דאקטורים און וויסנשאפטלער צו אויפקומען מיט וואקסינען.

קינדער ווייסן היינט איבער פּאליא בלויז פון ליינען דאס בוך פון ר' אהרן מרגלית... ווען מיט בלויז פופציג-זעכציג יאר צוריק איז עס געווען אזוי ווי קענסער און געמארדעט און פּאראליזירט טויזנטער קינדער, היינט איז זי ב"ה א חלק פונעם עבר, דאס איז א דאנק די גרויסע כח פון וואקסינס.

אונזערע עלטערן האבן געציטערט פון פּאליא, און האבן מיטגעהאלטן דעם געוואלדיגן נס וואס געשעט דורך די וואקסינען. פאר יארן לאנג האט קיינער נישט געטראכט צו זיין קעגן וואקסינען ווייל מען האט געזען מיט די אייגענע אויגן און מען האט מיטגעהאלטן די ישועה.

ווען מיר וואלטן מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן וויאזוי אסאך מענטשן ליידן אויף אַן ערנסטער מחלה און די צאל ליידנדע פאלט דראסטיש, וואלטן מיר געטאנצן בשבח והודאה און געדאנקט הקב"ה פאר דער המצאה פון וואקסינס. אין פאקט, איז וואקסינס די בעסטע רפואה וואס האט געראטעוועט די מערסטע מענטשן, פון סיי וועלכע רפואה וואס איז אמאל באשאפן געווארן.

אבער דער פאקט אז רוב מחלות עקזיסטירן שוין נישט ב"ה, און מען גיט היינט היפּש ביסל סארטן וואקסינס, ברענגט אז מענטשן זאלן ווייניג וויסן איבער וואקסינס, און דאס גיט א געלעגנהייט פאר מענטשן צו אויפקומען מיט ווילדע געדאנקען אנטקעגן וואקסינס. נישט זעענדיג די אויפטו פון וואקסינען, איז עס ביי געוויסע מענטשן בלויז אַן אמונה וואס ברענגט ביי פאנטאזירער צו שפּעקולירן דערקעגן.

געוויסע מענטשן זעען איבעראל קאנספּיראציע טעאריעס. אין זייער נעגאטיווע מיינונג טוען מענטשן אלעס מיט עגאאיסטישע חשבונות, דעריבער קומען זיי שנעל צו א מסקנה אז וואקסינס איז א המצאה פון קארופּטירטע דאקטורים צו מאכן געלט.
די פאקטן, וואס יעדער מענטש מיט א שכל הישר און צוטריט צו אינפארמאציע קען זייער שנעל זען, איז אז די וואקסינס זענען באשאפן געווארן דורך גוטע מענטשן, דאקטורים וועמען הקב"ה האט געגעגבן א לב שומע און א חכמה צו היילן דורך אויפקומען מיט וואקסינס וואס האט גענידערט די שאנסן פאר מחלות מיט ניין און ניינציג פּראצענט. אבער א מענטש קען קלויבן צו גלייבן קאנספיראציעס און אומבאגרינדעטע טענות, און די בחירה איז אין יעדנ'ס הענט.

וואס זענען וואקסינס?

יעדער גוף קומט מיט זיין אימיון סיסטעם וואס דער בורא האט אריינגעלייגט אין דעם גוף. דער אימיון סיסטעם איז דער כח אין דעם גוף וואס באקעמפט אומגעווינטשענע זאכן וואס קומען אריין אין דעם גוף. די אנטיבאדיס באקעמפן יעדע באציל וואס קומט אריין. שטארקע ווירוסן וואס זענען שטארקער ווי דעם אימיון סיסטעם קענען איבערנעמען דעם גוף און אים חרוב מאכן.

וואקסינס אנטהאלטן א קליינער טייל פון דעם ווירוס, אויף א קאנטראלירטן וועג. מען גיט אריין פאר דעם מענטש א גאר קליינע דאזע פון דעם ווירוס, אדער אַן אומשעדליכן חלק דערפון. ווען דער גוף זעט דעם פרעמדן אריינדרינגער נעמט ער זיך עס באלד באקעמפן, און אזוי ווערט דער אימיון סיסטעם פונעם קערפּער פארשטארקט אז דער גוף זאל ווערן א מלומד במלחמה און "געדענקען" אט די ווירוסן און זיי קענען באקעמפן אין דער צוקונפט.

מיר דארפן דאנקען הקב"ה אויף דער המצאה פון וואקסינס, ווי מען נעמט די מחלה אליין און מען באשאפט דערמיט די רפואה. עס איז א מושג וואס האט גראדע שטארקע שרשים אין דער תורה.

און וואס געשעט אז מען וואקסינירט נישט?

עס זענען דא פּראצענטן פון מענטשן פאר וועמען דער וואקסין ארבעט נישט, ווייל זייער גוף האט צו א שטארקער אדער צו א שוואכער אימיון סיסטעם. אבער ס'איז נישט געפערליך אז ס'איז פאראן אזא קליינער פּראצענט, ווייל אז רוב מענטשן ווערן לייטיש וואקסיניזירט זענען פאראן קליינע שאנסן אז זיי זאלן אנגעשטעקט ווערן, אבער אז מענטשן האלטן זיך במזיד צוריק פון וואקסינען זענען זיי גורם מחלות, און ברענגען סכנה נישט נאר פאר זיך אליין נאר אויך צו דעם מיעוט וועלכע זענען נישט פולשטענדיג אימיונירט. ווי אויך דארף מען געדענקען אז עס זענען פאראן קליינע קינדער וועלכע קענען נאכנישט באקומען פארשידענע וואקסינס. די מענטשן וועלכע וואקסיניזירן זיך נישט שטעלן אין געפאר די דאזיגע אומבאשיצטע קינדער. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז א מענטש וואס נעמט נישט קיין וואקסינען שטעלט אין געפאר זיך אליין און זיינע ארומיגע!

ליידער האט זיך שוין געמאכט אז מיזעלס האט אויסגעבראכן אין היימישע געגענטער, אין איין פאל מיט א צייט צוריק האט מיזעלס זיך אריבערגעכאפּט פון א היימישן איד וועלכער איז נישט געווען וואקסינירט, ער האט עס געכאפט אין ענגלאנד פון א משפחה וואס איז נישט געווען וואקסינירט.

א דאקטאר אין קוואליטי העלט סענטער אין וויליאמסבורג שילדערט די שרעקליכע רעאליטעט ווען ער האט געזען מערערע קינדער מיט מיזעלס: "מיזעלס איז אמאל געווען א זאך וואס איך האב נאר געליינט אין די ביכער... אבער ליידער, די פּאר משפּחות ווי מען וואקסינירט נישט האבן געמאכט אז די זעלטענע קרענק זאל ווערן א מציאות ביי אונז. מיזעלס איז א מחלה וואס מען האט ב"ה אויסגעראטן אין דער פארגעשריטענער וועלט, אבער פארוואס זאל דאס צוריקקומען אין ניו יארק אום 2016?

דער דאקטאר זאגט "מיר דאקטורים זעען די מחלות. עס מאכט זיך גאר זעלטן, אבער דווקא ביי די וואס האבן נישט וואקסינירט די קינדער. ווי ווייטאגליך איז צו זען אן אומשולדיג קינד פרובירט מיט עקשנות צו כאפן דעם אטעם, ווייל זיין לונגען איז באטראפן געווארן פון א שווערער מחלה וואס וואלט פארמיטן געווארן פון וואקסינס. אויב פארשפעטיגט מען איז נישטא קיין רפואה, דער קליינער גוף וועט מוזן אליין באקעמפן די מחלה.

מענטשן וואס ווייסן ווייניג איבער רפואה, זאלן האבן די ביסל צוטרוי אין די וואס ווייסן יא. ע"פּ הלכה דארף א מענטש עסן אום יום הכיפור ווייל דער דאקטאר האט געזען מיט זיין פארשטאנד אז דער איד טאר נישט פאסטן, איז ווי קען א מענטש מאכן א החלטה נישט צו פאלגן די גאנצע מעדיצינישע וועלט, באזירט אויף האלבע אינפארמאציע אין א שטח ווי ער האט נישט קיין שום פארשטאנד?

אז מיר טראכטן וואס די מעדיצינישע וועלט האט אונז געשאנקען בעזר השם די לעצטע הונדערטער יארן, וויאזוי זיי האבן אונז פּשוט געראטעוועט פון אזויפיל מחלות און געדאפּלט די יארן פון לעבן, זעט מען אז זיי זענען שליחים פון דער השגחה עליונה, און אז די גאנצע מעדיצינישע וועלט איז פאראייניגט מיט די וואקסינען זוכט מען נישט פארביטערטע קאנספּיראציע-טעאריע ליבהאבער און אומבאגרינדעטע האטליין רעדנערס און קויפן זייער תורות לאקשן במקום סכנה.

עס איז ווייטאגליך אז מענטשן וואס באלאנגען צום עם חכם ונבון זאלן גלייבן אין פאנטאזיעס פון קאנספּיראציע גלויבער, אזעלכע סארט וואנזיניגע מענטשן וועלכע גלייבן אין אלע סארט צעדרייטע איינרעדענישן. עס איז שעדליך אז מענטשן מיט ווייניג פארשטאנד צו וויסנשאפט און רפואה לייגן אין א סכנה זיך, זייער משפחה, די נאנטע און די גאנצע וועלט, דורך לאזן זייער גוף אויסגעשטעלט צו כאפן די מחלות.

יא, עס איז א נאטירליכע רעאקציע פון עלטערן וואס ווילן זיין פולשטענדיג אין קאנטראל פון זייערע קינדער און זיי זעען א שטעכעריי וואס זיי פארשטייען נישט צוליב באגרעניצטע צוטריט צו אינפארמאציע, און זיי הייבן אן זוכן ענטפערס אבער אנשטאט דער ריכטיגער אינטעליגענטע וועג פון פרעגן דאקטורים אדער זוכן וואס וויסנשאפטלער האבן פעסטגעשטעלט באזירט אויף ריזיגע שטודיעס און אויספרובירט מיט טויזנטער חקירות ודרישות, ווענדן זיי זיך צו דעם מבול פון דעות וואס באשטייט פון קאנספיראציע טעארעטיקער ביי וועמען די וועלט איז אַן ענדלאער קאמף ווי געהיימענסיפולע מאכט-גרופּעס קאנטראלירן אלעס.

דאס איז נאך אַן ארט וואו מען ליידט זיך צוזאם פונעם אינטערנעט, אז ס'האט צוזאמגעברענגט טויזנטער מענטשן מיט וואנזיניגע מחשבות פון אלע עקן וועלט און זיי געגעבן א פּלאטפארמע זיך צוזאמצוקומען און ארויסגעבן זייערע מיינונגען. אמאל האבן זיי זיך געשעמט צו לאזן הערן זייערע ראדיקאלע מיינונגען, אבער היינט שפּורן זיי זיך זייער קאנפידענט מיט זייערע מיינונגען, וויבאלד זיי זעען אז ס'זענען פאראן נאך טויזנטער אזוי ווי זיי.

די גרויסע וועלט מיט איר פרייהייט פון ווארט פארמאגט אן אויסוואל פון מענטשן וואס לעבן אין אלטערנאטיווע רעאלמען, וואו דאקטורים זענען מערדערס, און קרימינאלן זענען אומשולדיג, קארופּציע דיקטירט אלעס און א געמיש פון די אילומינאטי, די פרי מעיסאנס, די זקני ציון און די ראטשילדס פארפּעסטן דאס וואסער מיט פלארייד און שטאפן אָן די עסנס מיט מערקיורי און האלטן קאנטאקט מיט באהאלטענע טייוולען, פלאימ'דיגע באשעפענישן און קאנטראלירן די וועלט.

די אנטי וויסנשאפט אקטיוויסטן פרעדיגן דעות פון שנאה, פּאראנאיאע געמישט מיט איגנאראנץ, און אַן אומבאגרינדעטע פאנטאזירטע נאסטאלגיע צו א מכלומר'שטן גליקליכן אמאל ווען מען איז געשטארבן במנוחה אין גאר א יונגען עלטער, אָן קיין וואקסינען.

און עס פרעגט זיך די שאלה, ווי קען א מענטש גלייבן פאנטאזיעס איבער א מעדיצינישער וועלט וואס איז דא אונז צו שעדיגן און וויי צו טאן, אין דער צייט וואס, א דאנק דער חכמה וואס דער רבוש"ע האט אריינגעגעבן אין בשר ודמ'ס, ווערן מער און מער מענטשן געראטעוועט, און די לעבנס ווערן געזונטער און לענגער פון יאר צו יאר?

ווי קען א מענטש גלייבן אז די גאנצע מעדיצינישע וועלט מיט אלע אפענע אינפארמאציע וואס יעדער מענטש קען זען, פארשן -- און אפּפרעגן אויב ער קען -- נארט אים אפּ, באזירט אויף האלבע מעשיות און אנעקדאטן אָן קיין איין וויסנשאפטליכער שטודיע.

די פאנטאזיע אז לעבן נאטירליך און ווי אמאליגע צייטן וועט בעסער מאכן די לעבן, ליבערשט ווי פאלגן די מעדיצינישע פארשריפטן, איז פּשוט א שקר. אין די גלארייכע "אמאליגע" צייטן זענען מענטשן געשטארבן גאר יונג; עס איז געווען 'נארמאל' צו שטארבן ביי די דרייסיג-פערציג יאר, און מיליאנען קינדער זענען געשטארבן פון מחלות וואס מען ווייסט שוין היינט ניטאמאל פון זיי. ס'איז כמעט נישט געווען קיין משפּחה וואס האט נישט געהאט א מיטגליד וואס איז אוועק יונגערהייט.

די אלטע נאטור האט געברענגט אסאך טויט. און עס איז נישט בלויז אמאל, די קרענק וואס האט ליידער גע'הרג'עט קינדער דורות צוריק, איז נישט נעלם געווארן, עס איז נאך אלץ דא אין די ארעמע לענדער וואו מען גיט נישט קיין וואקסינען און מען שטארבט נאך אויס פון מחלות וואס מיר ווייסן בכלל נישט, ווייל אונזער גוף באקעמפט עס אלס פיצל קינד דורך א וואקסין.

און ווי היפּאקריטיש איז די טענה אז היינט זענען שוין נישט דא דאהי די אלע מחלות, און ממילא קען מען זיך ערלויבן נישט צו פאלגן די עולם הרפואה און זיך וואקסיניזירן, אין דער צייט וואס די איינציגסטע סיבה פארוואס דו קענסט זיך ערלויבן נישט צו נעמען די וואקסינס איז ווייל דו ביסט מזל'דיג צו וואוינען אין א ציוויליזירטן פּלאץ וואו רוב ציוויליזירטע מענטשען נעמען די וואקסינס, און ממילא איז זייער זעלטן אז מיר זאלן ווערן אנגעשטעקט. אבער יעדער וואס נעמט נישט די וואקסין מאכט די שאנסן פאר פרישע אויסברוכן גרעסער?!

ווען "דור ישרים" איז ארויסגעקומען זענען געווען אזעלכע וואס האבן איר פארדאמט מיט פארשידענע הלכה'דיגע און השקפה'דיגע הסברים. אבער דור ישרים האט בהוראת גדולי הדור גענצליך געפאלגט די מעדיצינישע וויסנשאפטליכע וועלט און אין פאקט האט דור ישרים זוכה געווען צו זיין דער שליח פון די השגחה עליונה און האט מונע געווען א געוואלד מיט מחלות און גענעטישע פעלערן און גענצליך אויסגעריסן טעי-סאקס ביים היימישן ציבור. דאס צייגט אונז קלאר אז דער מעדיצינישער מעטאד ארבעט און פארמאגט סייעתא דשמיא.

עס איז קלאר אז דער חיוב פון השתדלות פאדערט פון אונז צו טאן וואס די רופאי זמננו זענען ממליץ, מיר דארפן נישט לייגן קיין באנקעס אדער שמירן שמן זית, מיר דארפן פאלגן די דאקטוירים, וועמען מיר געטרויען אום יום כיפּור און פאר'ן טאן שידוכים, און בזכות אונזער השתדלות וועט מען האבן סייעתא דשמיא.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

.
פארשפארט