וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן ישי האט געשריבן:אינטערסאנט דער טריביון האט אנגעפאנגען בחינם אבער וויבאלד עס איז צו שנעל אויסגעלאפן פין געשעפט איז ער געווען "געצווינגען" צו נעמען א דאלער אבער ער האט געשריבן אז וויבאלד די סיבה איז נישט די געלט וועט עס זיין צובאקימען בחינם אין אפאר פלעצער, דורך אפאר וואכן אין עס איז נאר געווען צובאקימען פאר א דאללער (חוץ אנליין) גייט דורך נאך אפאר וואכן אין די פרייז איז ארויף צו 1.50 וואס האט פאסירט? גייט עס נאכאלץ אויס צו שנעל? קימט פסח אין נישט מיר נישט דיר ער האלט שוין ביי 2.50! גיי פארשטיי.

רייזמאנ'ס קעיק גייט אויך ארויף א יעדעס יאר נאך פסח... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדע גלייכן עס מיינע קינדער זייער שטארק. איך אליין האב שוין עטליכע מאל אריינגעקוקט און ס׳קוקט אויס זייער פיין.

ס׳האט אייביג שיינע רייכע ארטיקלן מיט שיינע מוסר מעשיות וכדו׳, סאיז נישט סתם געמאלן וואסער אנצופילן בלעטער אזוי ווי אסאך אנדערע. זיי שטעלן צו עפעס וואס אנדערע שטעלן נישט צו, און אויב זענט איר נישט קיין שרייבער וואס וויל זיך לערנען פרישע שפיציגע ווערטער און איר פארשטייט נישט די שיינקייט פון די אמאליגע אידיש אדער פון שרייבערישע טערמינען איז דאס די אויסגאבע וואס איר גייט גלייכן.

נישט קיין חילוק וואס די ניווא פון די שרייבעריי איז בלייבט עס אינטערסאנט. אנדערשט ווי אנדערע מאגעזינען וואס די שרייבעריי איז אויף א הויעכע לעוועל און האט נישט קיין שום תוכן. אגב וואס גייט מיר אן אז ער קאפירט ארטיקלן? ווער קאפירט דען נישט ארטיקלן?

און טאקע ווייל זיי לאזן ארויס די אלע גרויסע שרייבערישע טערמינען (צו וואס 98% עולם פארשטייט נישט) ליינט זיך עס מורא׳דיג געשמירט פאר קינדער און זיי גלייכן עס זייער שטארק.

וואס גייט דיר אן אז ער שרייבט וויאזוי ער שרייבט? ווען א קאר סערוויס דרייווט א צובראכענע קאר גייט דיר דאס אויך אן? אויב גלייכסטו עס נישט קויף עס נישט.

וויסטע אטאקעס פון מענטשן וואס טוהן ביזנעס מיט זייערע קאמפעטישאן איז נישט אקצעפטירבאר.

#לויפט-און-קויפט
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך קורץ און שארף »

בעל מדות האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:כ'האב נייעס פאר אייך, די עדס דעקט אולי האלב פון די קאסטן.
אפיס.
שרייבער.
דיזיינער.
פרינטינג.
דיסטריביושן.

כולי האי ואולי.

די פאקט אז תכלית איז נאך אין די אינוועסטירונג פראצעדור איז גארנישט מחייב דעם טריביון.



[justify]מאכן פורים פון דער מענטשהייט האט אויך נישט קיין זין.

פארוואס זאל פאר [tag]אבטולמוס[/tag], שמעון, לוי, אדער יהודה, אנגיין אין וועלכע פראצעדור דער טריביון האלט, און ווי ער האלט מיטן דעקן דעם בודזשעט, און וויפיל שכר לימוד ער צאלט.

עס איז פאראן א מארקעט, מען קען נישט אריינלייגן קיין נאגל, אין א פלאץ ווי עס קומט צעמענט.

ער האט אוועקגעשטעלט זיין פאפירענעם טיגער אין א צייט וואס יעדער האט געזען ווי שווער עס איז אנצוגיין פאר גרעסערע און מער פראפעסיאנאלערע ווי אים, דער מצליח ע"ה איז קוים ערשינען א האלב יאר, זיך גראד פארמאכט, און דא ווידעראום דאס וואס מאנכע ווילן עס רופן 'זיין קאנקורענט' נעמליך "דער מאמענט" האט אויך - ווי מען שמועסט - נישט געלעקט קיין האניג.

איז ער, מיט שוואכערע סחורה ווי יעדעם, איבערגעדרוקטע לופט וואס איז שוין געווען אין דער בליץ, (דער בליץ אליין איז אויך נישט דער בעסטער אויסוואל וואס עס איז דא, נאר כאטש איז ער עקסקלוסיוו און ארגינעל) שרייבט וועגן טאפיקס וואס נערווירן פונקט ווי די תהלים כולל עדס, א גארנישט מיט א נישט, א אינטעלעקטואל ברעכט סארדינס ווען ער עפנט זיין סרוכעריי, א טומל פון ברוינע אפגעוועטשטע מאטריאל, נישט פראפעסיאנאל, נישט געשמאק, איבעראל רעדט מען זיך אפ אויף זיין קוואליטעט, ענדיגט ארטיקלען אינמיטן ווייל עס איז בעסער פארן אויסלייג און שפארט פאפיר, טוט נארישע מאנעוורעס, באשרייבט היידפארק טעמעס צוליב זיין גלוסט מען זאל אים אנקוקן.

נו, דארף דאס דאך האבן א ניגון. דער ניגון איז געגאנגען "טוט א טובה, נעמט אייך אהיים איינס אומזיסט", אויפן דעקל האט מען זיך דערקלערט דער מערסט פארשפרייטער אויסגאבע, פרעג מיך אפ, אויף טוויטער שרייבט ער אז ער פארקויפט 50 טויזנט שטיק, א נפיחה, און דערצו איז מיטגעקומען די הארמאני אז מען "מוז עס נישט אהיימנעמען".

מיט די צייט אנהויבן ארויפגיין מיט בעטן געלט, פארענטפערן מיט דריידלעך, איז א אקט וואס עטליסט פארשטיי ווען איינער האט דערויף טענות.

נישט זיין א אויסגאבע ווי די אנגענומענע שריפטן, ווי סובסקריבשן פלענער און אזוי ווייטער, זיך ביליג מאכן מיטן ארומגיסן זיין פי-די-עף אויף יעדע מעגליכע קוואל, קאפי-פעיסטן ארטיקלען פון ענגלישע מאגאזינען אן די מינימאלסטע אנשטרענגונג עס צו מאכן פליסיג איז א צארן, טוה א טובה פארקויף ענדערש טונא סענדוויטשעס און מאך נישט שאדן פאר די מארקעט וואס איז אזוי צוגרונד.

איך זיך מיט ליכט די גאטס וואס דער פארוואלטונג האט, און איך האב נישט קיין דעםם פראבלעם ווען ער זאל נעמען א אנדערע דירעקציע, פארשטיי אבער פארוואס ער ברענגט זיך אליין שונאים.

איך בין זיכער אז סיי ווער עס גלייכט אידיש און קויפט אויסגאבעס האט זיך זיין אייגענע שטעלונג איבער דער טריביון, און וועט מסכים זיין מיט מיינע ווערטער האבנדיג זייער אייגענע טוץ מיט רעאקציעס אויף ביטערע אנטוישונגען און דערנערווירונגען וואס דער קליין בינטל פאפירן האט זיי באוויזן צו ברענגען.

אזוי איז עס, א חורבן, ער קלאפט אראפ קוואליטעט, זאל אים עמיצער גוט דערוועקן און זאגן אז היינט צוטאגס באשטייט אידיש פון אסאך וועקערס און זיינע פרענקס יעדע וואך ווערן נישט טאלערירט אינגאנצן.

וויפיל האבן מיר דא געשפיגן בלוט אויף די מצב מיט אידיש ביז אזא טיכטיגער מאן ווי שש, און זיין חבר פיקאסא האבן אנגעצינדן דעם פאקל ארויסגעבנדיג דעם וועקער דזשורנאל?!

פליצום ווייסן מאנכע נישט וואס מען וויל, א שאד זאלסט זיך דא קריגן איבער די אינגאנג, און אויסגאנג מיט די טריביון'ס אינקאם, ווען אין די זעלבע צייט קען מען לערנען דער וועקער, אדער הנאה האבן פון בעסערע זאכן.

[tag]קל וחומר[/tag] אויב האסטו שוין יא אזא געפיל צום טריביון, ווייסטו וואס דו האסט צוטון, זיי האבן א לאנגע וועג צו גיין, געב איבער וואס זייערע ליינער האבן אויף זיי צו זאגן, אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד, דאן רעד נישט אריין אין א טעמע ווי ביסט נישט אויסגעקאכט.[/justify]




איי פיל יור פעין. אבער אויב וואלסטו געווען גערעכט וואלט די טריביון שוין מער נישט ארויסגעקומען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סדרן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: גילוי שפעקולאציע
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

דאס ווייטאג שרייט נעבעך ארויס פין יעדע שורה
סאיז דא א יודישע מעגעזין וואס האט שוין אינוועסטעד א מיליאן $ און זיי פארלירען נאך יעדע וואך געלט, פסח האבען זיי אראפגעפלאשט 40 אלפים
וואס ווילסטו פין טריביון? ער זאגט קלאר אז ער איז דא צו מאכען געלט, נישט צוצושטעלען פאר כלל ישראל פראפעשענעל לייען מאטריעל, און נישט אויסציהאלטען טייערע שרייבערס און רעדאגירערס
ווילסט קויף עס, ווילסט נישט קויף נישט, די פאקט איז ווי לאנג ער גייט זיין ביליג און ווי לאנג ער גייט זיין טעבלויד סטייל, גייען עס זייער אסאך מענטשען קויפען

https://pbs.twimg.com/media/CGb8k63XEAA7WdS.jpg
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

סעילס איז זיכער געפאלן זייט ער איז ארויף מיט די פרייז.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כ'קען נישט כאפן די ביזנעס סטראטעגיע ווען ער האט דריי עדס א וואך און צוויי פופציג דעקט קוים די הוצאות ווען די דיסטריויבטער און סטאר נעמען אויך א ביסן.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

אבטולמוס האט געשריבן:בעל מידות, כ'האב אויך אמאל געהאלטן פונקט ווי דיר, נאר כ'האב מיך געכאפט אז טריביון איז דא פאר ביזנעס - די משוגעים זענען די מעמבערס פון דעם עם חכם ונבון וואס צאלן דערפאר א רויטן צענט. יא, דאס איז דער מצב, און דער טריביון שטרייכט אונטער אין וואספארא אינטעליגענץ-חורבן מיר לעבן. אז מר. טריביון זעט אן אופן צו מאכן א פאר דאלאר דארף ער נישט מוותר זיין דערויף צוליב אן אידעאל צו האלטן ליטעראטור אויף א הויכן שטאפל.

נאר וואדען? דאס איז קלאר אז מיט זיין שפיל מיט די פרייזן מאכט ער חוזק פון די לייענער. זיין טענה איז "כ'בעט דיר נישט צו קויפן." אלזא, לאמיר ווייטער אראפרייסן די אויסגאבע, און מיר צווינגען אים נישט צו לייענען.


[justify]גוט געזאגט, ביסט גערעכט. עס טוט מיר בכלל וויי די גאנצע מארקעט, איך האב שוין אמאל געווייטאגט דא אויף ק"ש, וועגן די רבנים בילדער מאגאזינען, די מארקעט עפרישיעט נישט קיין רייכע חומר, איך טראכט פון עטליכע סארטן מענטשן, און זייערע גאנגען ביים שפענדן פאר ליין מאטריאל.

1) אדער איז עס בילדער. פוילע מענטשן וואס פארנעמען נישט צו ליינען און קלוגער ווערן, ווייז אים א בילד און דאס איז אים ווערד.
2) פאר מאנכע איז שוין יא אינטערסאנט "דער שטערן", און "דער שפאקטיוו", צוליב זייער דראמא, עס איז א פאקט אז ווען דער שטערן האט עפעס א דראמאטישע בילד אויפן דעקל, שטופט ער מער. די יוגנט ווערט פארלוירן צו זען ווילדע העדליינס פון בלוט, אקציעס, און די סארט זאכן.
3) דאן זענען פאראן די מענטשן וואס זענען קארג און זיי קויפן לויטן דאללער, וואס עס קאסט אים ווינציגער דאס נעמט ער.

איז דער טריביון הקדוש איז נישט קיין בילדער מאגאזין, שרייבט נישט גוט אדער דראמאטיש, האט נישט קיין ספעציעלע קוואליטעט, און מיט די פרייז האלט ער אויך אין איין אנטוישן זיינע ליינער.

קומט אויס אז ער האט נישט קיין סטראטעגיע, און ער קען נישט ווילד ווערן ווען עמיצער שרייבט קאנסטרוקטיווע קריטיק אויף זיין אויסגאבע, פרייהייט פון ווארט קען מען נישט אונטערברענגען.

איך קען נישט זען וויאזוי מען קען צאלן געלט פאר זיין דינע אויסגאבע, אנגעפולט מיט א דיקן פאפן-דעקל.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

בעל מדות האט געשריבן:2) פאר מאנכע איז שוין יא אינטערסאנט "דער שטערן", און "דער שפאקטיוו", צוליב זייער דראמא, עס איז א פאקט אז ווען דער שטערן האט עפעס א דראמאטישע בילד אויפן דעקל, שטופט ער מער. די יוגנט ווערט פארלוירן צו זען ווילדע העדליינס פון בלוט, אקציעס, און די סארט זאכן.


איינע די זאכן וואס ווייטאגן מיר אין דער שטערן, אז ער איז שוין יא א אינטרעסאנטע אויסגאבע וואס ערגנעצן ארטיקלען, האבן זיי עידע מאל לכה"פ איין דראמא ארטיקל מיט בלוט פארגיסונג אדער לכה"פ עפעס ווייאלענס, איך וואלט אסאך מער הנאה געהאט פון תוכן פולע רואיגע ארטיקלען.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

פארוואס איז דער שרייבער פון די מעין ארטיקל "הרב"?
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]דער טריביון לכבוד יום טוב, א צעקוועטשטער פראיעקט מיט א אולטרא-ראדיקאלע אויסוואל.

האלב פון די מענטשן האבן לעצטנס פיגורירט אויף די דעקלעך (אריינגערעכנט ר' יואל ראטה וועמען ער אליין האט געדעקט! זייענדיג אים מכתיר אלס א רעוועלוציאנער צו שטופן מער אויסגאבעס האבנדיג אזא ווילדע העדליין)

ניטאמאל אינטערוויוס זענען זיי, די ראשי ישיבות ליינען דאס אינאיינעם מיט די קאסטומער. ווי נאריש.

עניוועיס, כ'ציטער באלד וועט קומען נאך אן אטאקע...[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך דעת תורה »

וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

דעת תורה האט געשריבן:וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

[justify]וואס עס מיינט? וואס די גרויסע נפקה מינא. מיר זענען דא אינעם טריביון אשכול. זאכן דארפן נישט מאכן קיין סענס.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך אפשר »

בעל מדות האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:וואס מיינט 'אלטרא ראדיקאל' אין דעם קאנטעקסט דא?

[justify]וואס עס מיינט? וואס די גרויסע נפקה מינא. מיר זענען דא אינעם טריביון אשכול. זאכן דארפן נישט מאכן קיין סענס.[/justify]



[tag]בעל מדות[/tag] טייערע, איך האב געטראכט אן אויבנאויף עצה. אפשר זאלט איר אנהייבן צו שרייבן פאר די טריביון און עס אויפארבעטן אביסל, גיס צו אביסל תוכן און מאך עס ליינבאר פאר די מענטשהייט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בעל מדות האט געשריבן:[justify]דער טריביון לכבוד יום טוב, א צעקוועטשטער פראיעקט מיט א אולטרא-ראדיקאלע אויסוואל.

האלב פון די מענטשן האבן לעצטנס פיגורירט אויף די דעקלעך (אריינגערעכנט ר' יואל ראטה וועמען ער אליין האט געדעקט! זייענדיג אים מכתיר אלס א רעוועלוציאנער צו שטופן מער אויסגאבעס האבנדיג אזא ווילדע העדליין)

ניטאמאל אינטערוויוס זענען זיי, די ראשי ישיבות ליינען דאס אינאיינעם מיט די קאסטומער. ווי נאריש.

עניוועיס, כ'ציטער באלד וועט קומען נאך אן אטאקע...[/justify]

וואס ברענט דיך אזוי? קוק עס נישט אן און גיי ווייטער
Under influence
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

לוצערנער ישיבה גייט נאך אן?
פייער אפפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פייער אפפער »

איך קען נישט כאפן וואס באדערט דיר אזוי שטארק די טריביון,
זאגסט דאך אליין אז ס'דא אנדערע אויסגאבעס צו קויפן קויף אנדערע,
און לאז דעם טריביון מאכן זיין פאר גראשן
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קל וחומר »

שמעקעדיג האט געשריבן:דראמא גלייך איך, אבער אן בלוט פארגיסן.
אויך וואלט איך הנאה געהאט ער זאל זיך האלטן ביי $5.00, און נישט כסדר ארויפגיין. יעצט האלט עס שוין ביי $7.50.

אבער דא רעדט מען דאך פונעם טריביון, העמיר לאזן די דרשות פונעם שטערן וואו עס באלאנגט.

איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער כ'פארשטיי נישט דעם גערעדאכטס, פארוואס זאל ער נישט מעגן ארויפגיין מיטן פרייז?
נאר ריעל עסטעיט אינוועסטער מעגן ארויפגיין?
ער דארף בלייבן צוואנציג יאר מיטן פינעף דאלער ווייל דיר קומט עס אויס בעסער?

מ'רעדט דא פון די געלונגענסטע שרייבער אינעם יאר-הונדערט, ארבעט שווער צו מאכן אפאר גראשן, (און האט זיך שוין אפגערעדט דערויף אינעם הייליגן מאמענט), ער האט זיך געשלאגן ווי א העלד מיט די סיקריקים פאר פינף יאר צוריק, און אויסגעפלאסטערט די וועג פאר אלע זיינע קאמפעטיטארס, ער דרוקט אויף הויכע קוואליטעט וואס קאסט אים טייערער צו דרוקן ווי מאמענט/טריביון וכו'.
ועל כולם ווער הייסט דיר קויפן?

אבער אים אראפרייסן אלס בלוט-פארגיסער איז בלוט-פארגיסונג אין מיינע אויגן.
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

שליחה דורך מר. קלונימוס »

כמדומה גייט דאס בלוט פארגיסונג אויף ארויף נישט אויף אראפ. שמעקעדיג שרייבט אז ער גלייכט דראמא אבער נישט בלוטיגע דראמא.
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון עפעס א קל איז געווארן א חומר...
הרב קל וחומר שליט"א, עס טוט מיר לייד אז איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען. איך האב איימיצן אנגערופן בלוט פארגיסער? חלילה! און אודאי נישט ר' שמעון, א יונגערמאן א צדיק א לב טוב, וועמען איך קען פון דער נאנט!

די בלוט פארגיסן באציהט זיך אויף די ווערטער פון @געוואלדיג - די תגובה בעפאר מיינס, אז ער האט נישט ליב ווען מען באשרייבט ארטיקלען פון בלוט פארגיסונגען, און איך האב מסכים געווען צו זיינע ווערטער.
און איך האב קיינמאל נישט געזאגט ער טאר נישט ארויפגיין מיטן פרייז! אבער איך טאר עפעס נישט הנאה האבן אז ער זאל בלייבן ביליגער? ער מעג הנאה האבן ארויפצוגיין און איך מעג הנאה האבן אויב בלייבט ער ביליגער... הא לן והא להו פלעגט דערעבע זאגן.

ביטע לאזט מיר וויסן על מה יצא הקצף.


====

קלונימוס האקט. ייש"כ.
וירח ה' את ריח הניחוח
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

שליחה דורך קל וחומר »

אוי ואבוי.
איך בעט דיר איבער בכל לשון של סליחה, תחינה, פיוס, וריצוי וכו'.

כ'נעם זיך אונטער בל"נ צו ליינען תגובות מער פארזיכטיג.

_____

זאל איך פארמעקן מיין שטינק, אדער זאל יעדער זעהן בתקלתי לכפרת עונותיי?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סלחתי כדברך! :לייק
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

איינער האט די שבועות אויסגאבע?
פארשפארט