צומאל מאכט זיך אן אינצידענט וואס פארשארפט דעם קאנטראסט פון ״ראו מה בין בני לבן חמי״. כאטש בעלי רחמנות געפונען זיך ביי אלע פעלקער און ביי מענטשהייט איבער די גארער וועלט, זעהט זיך אמאל אן דער נאטורליכער געפיל פון רחמנות וואס מיר אידן זענען, דאנק גאט, דערמיט באשאנקען.
[center]*[/center]
אין א קאפע הויז אין תל אביב פאר צוויי טעג צוריק, האבן זיך צווי פערשוינען פון די בני ישמעאלים ארויסגעלאזט אויף א מאסן שחיטה אטאקע קעגן אומשולדיגע קרבנות, דערמארדעט פיר, און פארוואונדעט 16, ה״י.
אין די צומישעניש וואס האט נאכגעפאלגט תיכף נאכ׳ן שיסעריי, ווען הונדערטער מענטשן זענען געלאפען אין טויזנט ריכטונגען זיך צו ראטעווען דאס לעבן, האט זיך געפונען אן אף-דוטי פאליציאנט וועלכער איז צוזאמען מיט זיין ווייב געלאפען צו זייער היים דארט אין שכינות.
נעבן זיי צווישן דעם המון, איז געלאפן א צוריסענער, דערשראקענער מאן וועלכער האט קוים געקענט א ווארט ארויסרעדן פון גרויס פחד, ער האט זיי בלויז געבעטן: ״וואסער, וואסער״. זיי האבן אים אין איילעניש אריין גענומען צו זיך אין דירה, געשאנקען א בענקל און שנעל געברענגט א גלאז וואסער.
דער מאן האט זיך אנגעטון די מונדירן און זיך צוריקגעקערט צום צענטער פונעם טעראר אטאקע ארויסצוהעלפן מיט׳ן צוריקברענגן סדר און ארדענונג. דארטן האט ער דערזעהן איינע פון די טעראריסטן וועמען א פאליציאנט האט נארוואס לייכט פארוואונדעט דורך שיסעריי, מ׳האט דעם מחבל תיכף געקייטעלט און אנגעהויבן אראנדזשירן זיין ארעסט.
באטראכטענדיג יענעם׳ס בגדים און אויסקוק, כאפט זיך אונזער בר הכי אז דער פערשוין וועמען ער האט אריינגענומען צו זיך אין שטוב ענדלט גאר שטארק אין אויסזעהן צו דעם געכאפטן טעראריסט, ווארשיינליך איז ער דער צווייטער מלאך המות וועמען יעדער זוכט!
מיט איין אטעם האט ער צוריק גאלאפירט אהיים און אין אן אויגנבליק באהערשט דעם נאך אלץ דערשראקענעם פערזאן, און יא! דער האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין דער צווילינג רוצח, ימח שמו וזכרו.
[center]*[/center]
ס׳איז שוין היינט א ברייט איבערצייגטער פאקט אז מ׳קען דורך נאכאנאנדיגע האס (ספעציעל אין נאמען פון רעליגיע) פארוואנדלן מענטשן אין אכזרים וואס זענען אומשטאנד אויפ׳ן ערגסטען. אבער דער שכל זאגט נאך אלץ, אז ס׳מוז זיך געפונען ביי יענעם א געוויסע טבעיות אדער תאוות רציחה, לאמיר עס רופען רוצחישע ׳אינסטינקט׳, כדי מ׳זאל קענען אויספירן גרויזאמישע אקטן.
אט דער אינסטינקט, איז באזירט אויף טיפע ווארצלן אינעם נפש. ביי ישמעאל זאגט אונז די תורה אז ער איז א ״פרא אדם״, זיין הארץ איז א נעסט פאר אכזריות, רציחה איז אלזא ווי Second Nature.
ביי א איד לעומת זה, זאגן שוין חז״ל אז מיר זענען ״רחמנים בני רחמנים״, איז דער אינסטינקט פארקערט, צו אלעם ערשט ערוועקט זיך רחמנות. און אז מ׳דערזעהט א מענטש, עמיציר וועמען מען קען נישט, אנטלויפט פון א מקום סכנה, טראכט מען נישט אינסטינקטיוולי פון חששות, נאר בלויז פון העלפן א מענטשן בשעת צרה.
אננא פראנק, א אידיש מיידל אין באהעלטעניש פון נאצישען קאשמאר, האט געשריבן אין די שווערסטע מאמענטן (אנהויב מערץ 1945): Despite everything, I believe that people are really good at heart.
דאס איז דער קאנטראסט פון בני, לבין חמי.
ואם תימצי, קען מען זאגן, אז דער גאנצע יסוד פון אידישקייט ותורתינו הקדושה ליגט אין א גלאז וואסער.
[center]*[/center]
ויה״ר שיהיו נא אמרינו לרצון, כהכנה נכונה לקראת קבלת התורה.
א גלאז וואסער
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
אומה"ע האבען נישט געוואלט מקבל זיין די תורה ווייל עס איז בעצם אנטקעגען די טבע פון די בני עשו וישמאעל על תרבך תחי' וגו' און ןהוא יהי' פרא אדם. זנות און רציחה איז נישט אזא אפגעפרעגטע זאך אין די גארער וועלט אזוי ווי עס איז היינט אין די נייעסץ זעה דא www.pri.org/stories/2016-06-08/disappointed-not-surprised-stanford-and-american-rape-culture
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א גלאז וואסער
איך ווייס נישט וואס תורה ומדע וויל. יענער ריכטער איז נאך אזא איד ווי דער אפפ דוטי פאליציאנט. ס'איז דא שלעכטע אומעטום
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס תורה ומדע וויל. יענער ריכטער איז נאך אזא איד ווי דער אפפ דוטי פאליציאנט. ס'איז דא שלעכטע אומעטום
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אבער ער וואינט אין אמעריקא ווי מאנס זיין איז א פשוטע מושג אין די נארמס פונעם קאללעדז געזעלשאפט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)