חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ

שליחה דורך רימון »

(א.)

היינט, ט"ו חשון, געפאלט די יארצייט פון גרויסן גאון הדורות ורבן של ישראל, מרנא ורבנא רבי אברהם ישעיהו קארעליץ זי"ע זצ"ל, בעל חזון איש, קובץ אגרות, וס' אמונה ובטחון; דער סאמע אנערקענסטער גדול בתורה פון די לעצטע צייטן, דער פארפאסער פון טיפזינגע ספרים בכל מכמני תורה, אפילו אין מקצועות וואס לא דשו בו רבים, מיט אן אייגנארטיגן שפראך און סגנון, מדויק ומדקדוק מזוקק שבעתיים. ווער עס בליקט נאר אריין אין די בריוון ווערט איבערגענומען מיט רגשי געגועים וכיסופים פון אהבת התורה, ממש אן עשירות פון אהבת התורה, אן עזה כמות אהבה לתורה ולעמלי'. יעדעס בלעטל פלאמט, יעדעס שורה פלאקערט: "המו מעי בהמיית אהבה."

רוב פון זיינע טעג איז זיין נאמען געווען אומבאקאנט, אפגעזונדערט פון דער גאנצער וועלט, וכמעט שלא נודע אי"ש. געזעסן איז ער אין אין זיינע ד' אמות של הלכה סגור ומסוגר מהבלי עולם הזה ופגעי הזמן, און מוסיף געווען עמל על עמלו. טאג נאך טאג, יאר נאך יאר, און אזוי באוויזן צו מברר געווען די עקולי ופשורי פון תורה שבעל פה אויף א שטייגער וואס מ'האט שוין נישט געזען דורות לאנג.

די עניגמאטיע וואס נעמט ארום דעם חזון איש איז שטוינענד. פון איין זייט איז ער געווען דער פעלזן פעסטער כאראקטער, א תקיפות הדעת כאיתן חלמיש, אן עקשנות'דיגער און קאמפראמיסלאזער מנהיג מיט א דעת צלולה, און א מענטש מיט א גדלי'שן מח און א גדלי'שן הארץ. פון דער אנדערער זייט איז ער געווען באהאלטן און פארשלייערט, דערשראקן און שעמוועדיג, שווייגעדיג און אפגעזונדערט, איינגעטינקען אין אן עולם ומלואו פון עמל התורה, פארטון אין זיין אייגן וועלטל פון תענוגים ווי ער שרייבט אין א בריוו: "גדולי תורה המה בעונג שעשועים כל היום".

גאר באקאנט איז דער הספד פון רבי איסר זלמן זי"ע, אז דער הייליגער תנא רבי מאיר זאגט עדות אז דער חזו"א האט געלערנט תורה לשמה. ביי אים האט מען באשיינפערליך געזען דעם "זוכה לדברים הרבה". כאטש ער האט נישט געטראגן מיט זיך קיין שום שטעלע, קיין שום פינקציע, קיין שום אפיציעלקייט, האט אים כלל ישראל געקרוינט אלס א מנהיג ישראל, ואי"ש על העדה.

מים עמוקים ידלם אי"ש תבונה. שווער צו באשרייבן זאכן וואס מיר אליין האבן אזא קליינע השגה. אזא גרויסער נפש, אזא טיפער נפש, אזא ברייטע קלאריפולע נשמת שד-י תבונם. א מעיין המתגבר, אזא לב טוב, און אזויפיל געפיל פאר יעדן איד. פון א יונגן בחור, א קריגס געליטענער, ביז א פרייען תינוק שנשבה, אלע האבן געטראפן אן אפן הארץ און אויער ביי דעם זעלבן אדרעס, די האלב איינגעפאלענע הייזקע אין בני ברק. קיין גבאי איז קיינמאל נישט געשטאנען און פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז געווען קבלת קהל. אלע זענען ענטפאנגען געווארן מיט די זעלבע סימפאטישע אויגן און שווייגנדע שמייכל פון דעם אלטן איד וואס פארשטייט זייער פיין און ליידן.

דער בלאסער פאפיר קריגט ממש לעבן און דאס טינט טאנצט פון בלעטל ביים באגעגענען דעם גאלדענעם שפראך אין קובץ אגרות. פאעזיע און פארבארגענע הרגשים פון א לב מלא רחום וחנון ווערן דארט אויסגעגאסן און די זעלבע ליבשאפט ווערט אנטפלעקט פאר דער וואס קריגט מיט אים ווי דער וואס שטייט בדעה אחת.

קורצע אבער לאנגע 76 יאר האט דער חזון איש געלעבט אויף דער וועלט. מיר טרעפן זיינע טעג און נעכט ציטירט אין זיינע ספרים. דער ספר חזון איש איז אין טייל א פערזענליכע דייערי די געשיכטע פון דעם מענטש. נאך א חידוש און נאך א חידוש. דאס איז זיין ביאגראפיע און מיט דעם האט ער זיך באפאסט און אפגעגעבן דאס מערהייט פון זיינע טעג אין נעכט עלי אדמות. דאס, די חידושי תורה, זענען זיינע יארן, דאס איז זיין געשיכטע.

צומאל טרעפט מען פארשריבן און פארצייכנט דעם פונקטליכן דאטום און דער צושטאנד אונטער וועלכן דער ספעציפישער חידוש איז געשריבן געווארן: ערב שבת שנת תרע"ט אין דער שטאט סטופצי, און מ'לערנט יעצט הל' מוקצה (או"ח סי' מ"ד); אמאל איז יעצט ערב יו"ט (ערב חג השבועות שנת תרס"ח, יו"ד סי' ס"ו) און אמאל איז עס אסרו חג (אסרו חג שבועות תרפ"ז, מקואות) אבער והוא באחת, אלעמאל מיט דעם זעלבן עמל און יגיעה.

גאר באקאנט איז וואס ער שרייבט אין מס' כלאים אנהויב סי' ז': בע"ה יום ט"ו תמוז העת"ר [שנת מלחמה על פני כל הארץ אשר עשו ממלכת אוסטריא אשכנז את ממלכת רוסיא אנגליא צרפת וחרבו עירות ונהרסו מדינות במושב בני ישראל ורבבות מבני ישראל גלו בלי משען ומשענה, ונערי בני יהודה נפלו חללים על שדה קרב מז ומזה, ומעטו בתי מדרש לתורה באין תומך ומחזיק והמהומה רבה בקרב כל ישראל] סטופצי [שנשרפה כמעט כל העיר ביום כ"ה סיון וכל יושביה בלחץ ובדחק באין בית לגור ואין מקום ללון.

אין לייכטע איבערזעצונג: עס איז היינט ט"ו תמוז התר"ע, [א יאר פון מלחמה איבער דער גאנצער וועלט, דורך די אויסטריער און דייטשישע רעגירונגען אקעגן די רעגירונגען פון רוסלאנד ענגלאנד און פראנקרייך, זיי האבן חרוב געמאכט שטעט און אויסגעריסן לענדער וואס זענען באוואוינט מיט אידישע קינדער. צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער זענען פארטריבן אן קיין שום הילף. יונגע אידישע קינדער זענען געפאלן גע'הרג'טע אין די שלאכטן פון ביידע זייטן. עס איז פארמינערט געווארן די בתי מדרשים פאר תורה ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל דאס שטיצן, און די מהומה איז גרויס ביי אידישע קינדער] אין שטאט סטופצי [וואס כמעט די גאנצע שטאט איז פארברענט געווארן ביום ב' כ"ה סיון און אלע אירע איינוואוינער זענען געדרוקט אן קיין שטובז וואו צו וואוינען און אן קיין פלאץ צו נעכטיגן].
און דאס טוט נאכפאלגן א לענגערע פלפול איבער דין טומאת המת אויסגעשפרייט אויף 38 סעיפים!

די שווערסטע מקצועות התורה, במקום שאין אי"ש, השתדלש להיות אי"ש. די פארפלאטערסטע סוגיות וואס כמעט לא דרך כף רגל אדם, מסכתות וואס אפילו די ראשונים האבן נישט אויסגעקנעטן, האט ער אויסגעטרעטן דעם וועג. ווי דער חזון איש האט עדות געזאגט אויף זיך זעלבסט האט ער 25 יאר פון זיין לעבן אוועקגעגעבן פאר סדר טהרות, וואס איז אפילו נישט נוגע בזמנינו.

ווי באקאנט איז דער חזון איש "דער רבי" אין הלכות עירובין. זיינע חידושים דארט זענען אזוי היקף'דיג טיף אז אין עירובין איז נישטא אפילו בדומה לו. ער האט זיך געמוטשעט דערויף ביז מסירת נפש אז עס האט אים געקאסט דאס געזונט. אין א בריוו אין קובץ אגרות טוט ער דאס אליין דאקומענטירן אז ער קען מער נישט לערנען מפני חולשת העצבים און ער מוז אפרוען דעם מח.

עס איז דא עטליכע ביכער ספרים וואס באשרייבן דעם לעבן און שאפן פון דעם אי"ש אלקים: די ערשטע אין דער רייע איז געשריבן געווארן אויף דער אידישער שפראך דורכ'ן ערשטן מעיאר פון בני ברק און געפינט זיך אויף היברו בוקס. שפעטער איז ארויסגעקומען עטליכע בענדער 'פאר הדור'; דאס מערסט באקאנטע 'מעשה איש' דורך הרב יברב פון בני ברק, 'החוזה מליטא' דורך א פלימעניק פון חזון איש.
חיים גראדה ווידמעט אויך אייניגע פרקים אין זיין ראמאנס-פיקיציע "דער ישיבה מאן – צמח אטלס" אפצומאלן דעם חזון איש; הרב רפאל הלפרין האט אויך ארויסגעגעבן א בוך אונטערן נאמען "במחיצת", אויך אין זיין לעצטע ספר "בדרכי הקב"ה" ברענגט ער טייל פון בריוון - ארום 15 אין צאל - וואס דער חזון איש האט אים אנגעשריבן. גאנץ לעצטנס איז ארויסגעקומען א דיקן אקעדאמישן בוך מיט'ן נאמען "החזון איש" פון בני בראון.
דער חזון איש איז געבוירן געווארן י"א חשון שנת תרל"ט צו זיין פאטער רבי שמריהו יוסף קארעליץ זצ"ל אבד"ק קאסאווע, און מחבר ספר בית תלמוד, א ליקוט פון גמרות מס' חולין וואס דער רי"ף האט אויסגעלאזט זיין פאטער איז געווען א גרויסער יראת שמים און תלמיד חכם. לעצטנס איז געדרוקט געווארן עטליכע שיינע בריוון פון אים אין "גנזים ושו"ת חזון איש" ארויסגעגעבן דורך משפחת קרליץ.

איינצלנע שטיקלעך תורה פון ר' שמרי' יוסף ווערט געברענגט אין ספר חזון איש, א ביישפיל סוף מסכת שבת, או"ח סי' ס"ג, איז א קלענערער סימן געווידמעט פאר עטליכע הערות פון זיין פאטער. אין קו' השיעורין סי' ל"ט ברענגט ער פון זיין פאטער דעם דעטאל פון שיעור. אין הל' תפילין ברענגט ער א געוויסן חידוש פון זיין פאטער וואס ווערט איבער גע'חזר'ט אין מנחות. אויך אין חושן משפט ברענגט ער א חידוש פון זיין פאטער בשם הג"ר אלעזר משה הורוויץ בנוגע קנינים.
דער פאטער איז נסתלק געווארן כ"א אייר שנת תרע"ז ווען דער חזון איש איז אלט געווען 38 יאר. דער חזו"א דערמאנט די פטירה פון זיין פאטער אין ספר מיט די ווערטער: תרע"ז כ"א אייר ביום זה נלקח נשמת אאמו"ר השמימה הגיעני השמועה ביום א' ערר"ה שנת הנ"ל.

לפי עדותו פון הרב רפאל הלפרין איז די ערשטע געשריבענע ווערק פונעם חזון איש א וואונדערליכע שטיקל געשריבן אין בלויזן עלטער פון 11 יאר און איז געדרוקט אין קובץ אגרות.
דער חזו"א האט זיך זייער געמוטשעט פאר א שידוך און ווי ער שרייבט אין א בריוו האט ער זעלבסט נישט געזוכט קיין געלט אדער כבוד נאר א פרוי וואס זאל אים ערמעגליכן צו זיצן און לערנען. ער האט למעשה חתונה געהאט אין עלטער פון 27 יאר אלט.

דער חזון איש איז געווען איינס פון עטליכע געשוויסטער. א טייל פון זיי זענען גע'הרג'ט געווארן ביים קריג הי"ד. דאס מערסט באקאנטסטער איז זיין עלטערער ברודער רבי מאיר קארליץ, א גרויסער ת"ח ואיש הציבור, וועלכער האט געדינט אלס רב אין לעכאוויטש בעפאר'ן קריג.
אינדערהיים פלעגט מען רופן דעם חזון איש "רבי מאיר'ס ברודער" און אין ארץ ישראל האט מען גערופען ר' מאיר "דעם חזון איש'ס ברודער..." ר' מאיר האט געלעבט לענגער פונעם חזון איש. ביי זיין הספד ביי דער לוי' האט ער אנטדעקט דעם שטוינענדן אנעקדאט, אז זיין ברודער האט געמאכט א נדר דער טאג פון זיין בר מצוה צו לערנען נאר "תורה לשמה", א נדר וואס ער האט פארפולקאמט ביז צו זיין לעצטן אטעם.

תם ולא נשלם, המשך יבוא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארליץ

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש''כ גדול. זייער שיין ארויסגעברענגט. אויף יעדע פרט פון זיין לעבען קען מען מאריך זיין. די אייגענארטיגע דרך הלימוד און פונקט וואס דאס איז, זיין שייכות מיט אנדערע וויפיל יא און וויפיל נישט, זיין גאנג אין הנהגה וואס איז ווייט פון אלס וואס עגזיסטירט היינט, זיין משפחה מצב (ווייב און שוועסטער, כידוע), זיין רייכע נשמה און געפילען, זיין מעדיצינישע קענשאפטען און טעטיגקייטען, זיין שייכות (און נישט שייכות) מיט פריערדיגע גדולים און תלמידי חכמים ועוד ועוד.
מיר ווארטען אויף נאך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך וויל דא מעתיק זיין א בריוו וואס איז געדרוקט אין קובץ אגרות חלק ג', און עס ברענגט ארויס שטארק - אין מיינע אויגן - ווער ער איז געווען

חברים יקרים יחיו
שלו' וברכה מרובה בכל משלוח ידכם

מתכבד אני להודיעכם כי אני חוזר בי מהיתר לקיטת השקדים, כי אי אפשר להתיר הדבר, ומצבכם הקשה הנוגע אל לבי השחידני להתיר, אבל אני מתאכזר לומר הדבר כמו שהוא, שצריך להתאמץ ולעמוד גם בנסיון הזה ולפרוש מעבודה זו,
והמקום ב"ה יברך אתכם ויעודד אתכם לחיים טובים ולשמור התורה ככל חוקותיה ומצוותיה,
הדו"ש
אי"ש
א' ג' מנ"א צ"ח בני ברק
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

צוויי 'סיפורי צדיקים' סטיל מעשה'ס אויפ'ן חזון איש זללה"ה:

א) בריש קובץ אגרות ברענגט דער מוציא לאור א שטיקל וואס דער חזו"א האט זיך פארשריבן אין זיין פריוואטע פנקס, אז א נשמה איז געקומען צו אים בעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר איר, און דער חזו"א האט מתפלל געווען און די נשמה איז אוועקגעגאנגען.

ב) אין ספר מעשה איש חלק ג' ברענגט דער מחבר וואס ער האט געהערט פון ר' חיים גריינימן זללה"ה (תלמיד הגדול ובן אחותו של החזו"א) אז דער חזון איש האט אים אמאל געזאגט "דער גאון (-הגר"א) איז געווען ביי מיר, איך האב גערעדט מיט אים אין לערנען און וועגן נאך א זאך".
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

[tag]רימון[/tag], פארוואס שרייבסטע "קארעליץ" אין די צייט וואס דער חזו"א זעלבסט האט געשריבן "קרליץ" (כנראה)?

גראדע האט דער ברודער פון חזו"א ר' משה יא געשריבן קארעליץ.

(אפשר האט דאס צוטוהן מיט דעם חזו"א'ס "השכלה" - לשיטת בני בראון*?...)

נאך א זאך [tag]רימון[/tag], וואס איז מיט דעם המשך יבוא? מיר ווארטן!
______________________________

*אגב, דא האב איך ארויפגעשטעלט א חלק פון די מאמרים נגד ספרו של בראון.

אגב דאגב, דא האב איך געברענגט א געוואלדיגע דוגמא פונעם דרך פון חזו"א להתבונן בטעמי התורה ו"מהו רצון השי"ת", לעומת בריסק וואס ווילן נאר וויסן "וואס" און נישט "פארוואס". ועי' עוד באשכול ההוא, ולא אמרי רבנן בכפילא.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

יעצט נאכ'ן איבערליינען רימון'ס ארטיקל (חלק א'!) קלער איך אז א "לייק" איז נישט גענוג... א גרויס'ן ייש"כ רימון! הערליך!
איך בין נייגעריג צו וויסן אויב ביסטו טאקע בקי אין חזון איש (תוכל לענות באי"שי).

דיין שפראך און מליצות זענען אויך געוואלדיג, למשל דאס -
במקום שאין אי"ש, השתדלש להיות אי"ש


ווי וואנט מאר!

_______________________

פאלגנד איז נאך דברי תורה פונעם פאטער פון חזון איש, געדריקט אין חדושים ובאורים הלכות מזוזה -
מכתב מכת"י זקננו הגאון רש"י זצ"ל
בדבר שאלתך בענין ברכת המזוזה מסתמא כוונתך לתשובת רעק"א סוס"י ט', ובשאלתך הב' בנוטלה לבודקה, כונתך לספר ברכי יוסף בשם ל"ל המובא בפתחי תשובה (חסר מעט) הנה נ"ל ליתן טעם על שינוי הברכות זה מזה במזוזה ובציצית ובסוכה, דבמזוזה מברך על הקביעות ובציצית ובסוכה אינו מברך על העשיה (דלא כדעת הירושלמי המובא בתוספות וברא"ש סוכה מ"ו) דבציצית דמפסקא לילות מימים ע"כ הוצרכו לתקן ברכה על העיטוף שבכל יום ויום משא"כ במזוזה דלא מפסקא לילות מימים תקנו הברכה על תחלת הקביעות ודי בזה שלא יצטרך עוד לברך ברכה אחרת על דירתו בבית שיש בו מזוזה דיוצא בברכתו הראשונה דהמצוה אין לה הפסק, וגם יש לחלק עוד דבמזוזה בשעת הקביעות מקיים המצוה משא"כ בציצית אין דרך לעשות הציצית בשעה שלבוש בהבגד דמיד שלובשו מבטל המצוה ולכן דרך לעשות הציצית קודם שלובש הבגד ואז אינו מקיים עדיין המצוה ולא שייך אז לברך ויש לדון ע"ז מדברי הבית יוסף והשאגת אריה שכתבו דלא אמרה תורה שלא ללבוש בגד בלא ציצית רק לעשות ציצית כשלובש בגד בן ד' כנפות, ונפקא מינה היכא דאנוס וכגון בשבת אין עליו איסור ללבוש בגד בלא ציצית, ולא שמתי עין עיוני בזה עתה בדבריהם, ולפי טעם השני הנ"ל אתי שפיר גם כן בסוכה ודוק. אמנם בסוכה מ"ו פסקינן לברך בתפילין בכל פעם שמניחן וכן בסוכה ביוצא ממנה לזמן מרובה ויעוי' במג"א מה שמחולק עם השל"ה בסוכה שיושב בה כל שבעה דדעת המג"א שלא לברך בכל יום יעו"ש ומדברי רש"י בסוכה שם תראה כדברי השל"ה, והסברא מכרעת ע"פ סגנון הגמרא שם כדברי המג"א הנ"ל, ויש להעמיק בזה, והנה לפי דברי הרעק"א הנ"ל תמוה מאד דלא לשתמטו הפוסקים לומר במזוזה ג"כ כמו בתפלין ובסוכה דכ"ז שמפליג מביתו יברך על המזוזה, והנ"ל לחלק בענין דבדבר שהוא חובת הגוף בהחלט כמו בתפילין ובסוכה שם המצוה על הגוף לעשות הדבר ובהפלגתן מזה נפקע המצוה להכי חוזר ומברך משא"כ בדבר שמשותף חוב הגוף בתנאי בד"א כמו במזוזה שתלוי בבית שם המצוה שלא יחסר המצוה להכי לא שייך לומר שנפקע המצוה בהפלגתו דבשעת הפלגתו לא שייך לומר שהפליג המצוה דזה לא שייך רק במה שהוא חובת הגוף ומסלק עצמו מזה משא"כ הכא שהפליג מביתו אין כאן שעת חיוב כלל ולא שייך הסח הדעת בזה וכיון דהו הבית עם המצוה לא נפקע המצוה בהפלגתו, ודוק. אלא שעדיין צ"ע מציצית ודוחק לחלק דכיון דמוכרח לברך בכ"י על הציצית משום דבלילה נפקע מצותן לגמרי להכי מברך גם כן כשפושט ולכן אין בידי להכריע וספק ברכות להקל, ובדברי הבדיקה חילוק הפ"ת דשמא ימצא פסול אין לזה מקום דהא מצד הדין יכול לברך לעולם בלי בדיקה משום החזקה וכמו בציצית ותפילין ומשום דעבוד מצוה מן המובחר לבודקה נאמר דהוי הסח הדעת משום דשמא ימצא פסולה ואמאי לא אוקמא אחזקה, ובגוף הדבר יש לעיין דבתפלין נראה דאם סתר התפלין צריך לברך אח"כ דפנים חדשות באו לכאן ובתפלין אחרים צ"ל (ויש לעיין גם בזה בטעם הדבר דיש לחלק תפלין מציצית בזה ואין עיתותי עתה בידי לעיין בזה) וצריך לעיין במזוזה אם כשר כשלא כרכה, וכדאמרינן כורכה מאחד כלפי שמע ודוק. וקצרתי מאד ולמעשה כבר כתבתי דספק ברכות להקל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

אויב איך מעג פרעגן א אומשולדיגע קושיא.

וויאזוי קוקן די ליטאים אן אזוינע "גלוים", איך האב אלץ פארשטאנען אז דאס באלאגט פאר חסידישע רביס, (אולי טעותי)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז איך בין דער איינציגסטע, וועל איך זיך איינמעלדען. איך האב גוטע נאנטע חברים מבני משפחתו של החזו"א. זייער ענטפער צו אזעלכע גילויים וועט זיין אדער 1. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, ס'מאכט נישט קיין חילוק, אדער 2. דאס איז אן אויסדרוק פון דער חזו"א על דרך הפאעזיא, נישט למעשה ממש.
בכל אופן זענען די זאכען נישט וויכטיג, און זיכער נישט נאנט צו דער גדלות פון זיין ספר, הארעוואניא אין לערנען, מדות טובות און דקדוק המצוות. די זענען די טפלים נישט די עיקרים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

געוואלדיג האט געשריבן:איך וויל דא מעתיק זיין א בריוו וואס איז געדרוקט אין קובץ אגרות חלק ג', און עס ברענגט ארויס שטארק - אין מיינע אויגן - ווער ער איז געווען

חברים יקרים יחיו
שלו' וברכה מרובה בכל משלוח ידכם

מתכבד אני להודיעכם כי אני חוזר בי מהיתר לקיטת השקדים, כי אי אפשר להתיר הדבר, ומצבכם הקשה הנוגע אל לבי השחידני להתיר, אבל אני מתאכזר לומר הדבר כמו שהוא, שצריך להתאמץ ולעמוד גם בנסיון הזה ולפרוש מעבודה זו,
והמקום ב"ה יברך אתכם ויעודד אתכם לחיים טובים ולשמור התורה ככל חוקותיה ומצוותיה,
הדו"ש
אי"ש
א' ג' מנ"א צ"ח בני ברק


א הארציגע געדאנק פאר דאס מעתיק זיין, כ'האב דאס איבערגעליינט עטליכע מאל, כ'ווייס נישט פארוואס (אפשר יא) עס איז מיר געקומען ארויסצולאזן א טרער פון נארוואס געווארענע ווייכטע אויגן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

די תלמידי חזון איש, באקאנט אלץ "חזונאישניקעס", זענען באקאנט מיט זייער "דקדוק" און אפשר אפילו זייער "מחמיר זיין" בהלכה.
אין דעם ארטיקל שרייבט ער (פי' מי שכתב וזה מקרא קצר) אזוי: אן "אברך חזון איש" - א "בן תורה פון בני ברק" ווען ער וועט נאכקוקען אן הלכה אין שלחן ערוך (אמר א"ח: דא שטימט עפעס נישט ווייל דארט "קוקט מען נישט נאך אין שלחן ערוך", אבער שוין...) וועט ער זיך מתאמץ זיין צו טרעפן א דעה וואס איז מחמיר, און אז ער וועט טרעפן א מחמיר וועט ער זיך ממש מחיה זיין... . איך מיין אז דאס איז זייער א דרויסדיגע בליק*.

די חזונאישניקעס האבן סך הכל א כלל, אז כדי צו מקיל זיין דארף מען האבן א ראיה ברורה מש"ס וראשונים, און מען קען נישט "סתם" מקיל זיין מיט א זיסע סברא פון ר' שלמה זלמן וכדו'.

אין דינים והנהגות מהחזון איש האב איך געזעהן אז דער חזון איש האט געהאלטן אז מען דארף נישט מחמיר זיין אויף עונת אור זרוע! די חזונאישניקים טוען מלאכות דאוריתא 45 מינוט נאכ'ן זמן מוצאי שבת (אין בני ברק)! פארוואס? ווייל הלכה איז הלכה! אויב איז די הלכה כדעת המיקל איז אזוי די הלכה און פערטיג!

הנלענ"ד כתבתי, און אדרבה זאל די עולם מיטטיילן פון זייערע ידיעות. איך האף צו שרייבן מער שפעטער.


*עס קען זיין אז עס ליגט אן אמת דערין, ווייל כידוע איז די מסורת החזון איש אז עס איז גארנישט דא אין יודישקייט אויסער "לימוד התורה וקיום הלכה", נישט חסידות און נישט מוסר און נישט השקופה, ממילא אטאמאטיש א יוד וואס וויל עפעס טוהן פאר'ן אייבעשטער'ס וועגן וועט זיך פרייען אויב ער וועט דארפ'ן מחמיר זיין, ווייל דאס ברענגט ארויס זיין יודישקייט מן הכח אל הפועל, וצ"ע.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

(אנקדוטה: אין ספר ארחות שבת ווערט געברענגט [אולי בשם ר' שמואל אויערבך] אז ר' שלמה זלמן אוירבך האט אמאל פארגעלערנט הלכות שבת, האט ער געזאגט אז ווען מען נעמט א ספר פון שאפע דארף מען עס נעמען עס צו ניצן באלד, ווייל אז נישט איז דאס "בורר" אלאחר זמן. האט איינער דאס איבערגעזאגט פאר'ן חזון איש, האט דער חזון איש אים געזאגט גיי זאג פאר ר' שלמה זלמן אז דאס איז נישט בורר!)

איך האף אי"ה צו שרייבן אביסל מער שפעטער.
וקרב פזורינו מבין הגויים
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

איש חזון האט געשריבן:(אנקדוטה: אין ספר ארחות שבת ווערט געברענגט [אולי בשם ר' שמואל אויערבך] אז ר' שלמה זלמן אוירבך האט אמאל פארגעלערנט הלכות שבת, האט ער געזאגט אז ווען מען נעמט א ספר פון שאפע דארף מען עס נעמען עס צו ניצן באלד, ווייל אז נישט איז דאס "בורר" אלאחר זמן. האט איינער דאס איבערגעזאגט פאר'ן חזון איש, האט דער חזון איש אים געזאגט גיי זאג פאר ר' שלמה זלמן אז דאס איז נישט בורר!)

איך האף אי"ה צו שרייבן אביסל מער שפעטער.


פארוואס זאל דאס נישט זיין בורר? לכאורה ווי עס קומט אויס אין הלכות בורר דארף דאס יא צו זיין ריכטיג בורר אויבנאויף
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נעמען די מילך פון פריזש איז אויך בורר?
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

כוכב האט געשריבן:נעמען די מילך פון פריזש איז אויך בורר?


ניין ווייל עס איז צוויי מינים און נישט אויסגעמישט, אזוי דאכט זיך מיר
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:(אנקדוטה: אין ספר ארחות שבת ווערט געברענגט [אולי בשם ר' שמואל אויערבך] אז ר' שלמה זלמן אוירבך האט אמאל פארגעלערנט הלכות שבת, האט ער געזאגט אז ווען מען נעמט א ספר פון שאפע דארף מען עס נעמען עס צו ניצן באלד, ווייל אז נישט איז דאס "בורר" אלאחר זמן. האט איינער דאס איבערגעזאגט פאר'ן חזון איש, האט דער חזון איש אים געזאגט גיי זאג פאר ר' שלמה זלמן אז דאס איז נישט בורר!)

איך האף אי"ה צו שרייבן אביסל מער שפעטער.


פארוואס זאל דאס נישט זיין בורר? לכאורה ווי עס קומט אויס אין הלכות בורר דארף דאס יא צו זיין ריכטיג בורר אויבנאויף

לא עיינתי כעת בארחות שבת אבל כמדומה משום שניכרים אחד מהשני ועומד כל אחד לעצמו. (ושם דנים מה הדין בספרים שאינו כתוב בצד הכריכה שם הספר).

ביטע-נישט-פסק'ענענן-פון-קאווע-שטיבל

(נ"ב אז מען רעדט שוין, איך רעקאמאנדיר זייער די ספר ארחות שבת פאר היימליכע באנוץ, און פארשטייט זיך אויך ביים ענדיגן א מקצוע אין הלכות שבת).
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

איש חזון האט געשריבן:די תלמידי חזון איש, באקאנט אלץ "חזונאישניקעס", זענען באקאנט מיט זייער "דקדוק" און אפשר אפילו זייער "מחמיר זיין" בהלכה. - - -

למעשה האב איך פארגעסן נעכטן צו שרייבן די עיקר פוינט.
דער חזון איש האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך שטארק באנוצען מיט'ן שכל הישר ביים לערנען. ער דריקט זיך אויס אויף א פלאץ "השכל הוא המלאך בין היוצר והיצור" (די לשון נעמט זיך לכאורה פון הקדמת האבן עזרא), און אויך שרייבט ער "מיר זענען די תלמידים פון די ראשונים וואס מיר פארשטייען זיי, דעריבער דא אין דעי סוגיא פסק'ענען מיר נישט ווי ראשון פלוני (הרמב"ם? [tag]רימון[/tag] העלף ארויס) ווייל מיר פארשטייען נישט זיין טעם".
אבער מקיל צו זיין אקעגן גדולי הפוסקים דאס קען מען דאך נישט מסברא, און דער חזון איש זעלבסט האט זיך גערעכנט מיט גדולי הפוסקים, דעריבער איז געבליבן פון זיי נאר חידושים "לחומרא".

אגב, אן אברך חזונאישי האט מיר אמאל געשריבן (יא יא, די חברה האבן דארט קאמפיוטערס מיט אימעיל, נישט געזארגט...) אז מען זאגט נאך פון חזון איש, וואס ווי באקאנט האט ער מכתיר געווען די פסקים פון משנה ברורה אז זיי זענען ווי הוראות פון לשכת הגזית, אז יעדער אות קטן אין שער הציון קען מען ליינען ווי פאלגנד: "ישראל מאיר הכהן", מיינענדיג צו זאגן אז כאטש דער משנה ברורה ברענגט זיינע פסקים פון גדולי הפוסקים, דאך האט ער גארנישט גע'פסק'נט "בלינדערהייט".
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

די חזונאישניקעס פירן כידוע מערכות אין די חרד'ישע ציבור.

איינע פון די מערכות איז געווען אקעגן דעם באקאנטן ספר "שמירת שבת כהלכתה".

דער סטייפלער גאון האט געשריבן בשעתו אין זיין ספר חיי עולם (ח"ב פ"ב), זיך באציענדיג צום ספר שש"כ מהדו"ק (טיילווייזע ציטוט מיט פרייע איבערזעצונג):
איך זעה אלץ מיין פליכט צו שרייבן א וויכטיגע "מודעה רבה", צוליב וואס אין אונזער דור יתום "אשר איש הישר בעיניו יעשה" איז נישט קיין ספק אז עס געפונען זיך ספרים פון מענטשן וואס חז"ל האבן געזאגט אויף זיי "כי רבים חללים הפילה", וואס זענען זיך "מתיימר" (-purport) צו מלקט זיין הלכות "דוגמת מעשה שלחן ערוך". און מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף זיי - - -

לאמיר זיך פארשטעלן, אויב עס וואלט געווען קלאר און זיכער אז ווער עס איז מחלל שבת אפילו בדרבנן באקומט גלייך קענסער ר"ל, וויפיל וואלט יעדער געציטערט אויף יעדע חשש חילול שבת און קיינער וואלט זיך נישט פארלאזט "כלל וכלל" אויף סיי וועמען וואס זאגט עס איז מותר - - -

און אפילו א ספר וואס האט הסכמות מחכמי תורה מיינט דאס נאכנישט אז אלע הוראות אינעם ספר זענען ריכטיג - - -

דא איז א קונטרס "בירור דברים" פון ר' דוב לנדו, מגדולי הקנאים שבחזונאישניקעס, וואס ער האט ארויסגעגעבן אקעגן דעם שש"כ מהדו"ק, ווי ער שרייבט וויאזוי מען דארף צוגיין צו שאלות אין הלכה און אזוי אויך אטאקירט ער געוויסע פסקים פונעם שש"כ. דער קונטרס האט הערות פון איינער וואס נעמט זיך אהן פאר'ן שש"כ, און אויף אפאר זאכן שרייבט ער אז אין די שפעטערדיגע מהדורות האט דער שש"כ טאקע צוריקגעצויגן.

אין די לעצטע עמוד פונעם קונטרס שרייבט ר' דוב (א זאך וואס ביי די חברה איז עס זייער הארב, כמובן):
בייגעלייגטע פיילס
Capture.PNG
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

וקרב פזורינו מבין הגויים
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז איך בין דער איינציגסטע, וועל איך זיך איינמעלדען. איך האב גוטע נאנטע חברים מבני משפחתו של החזו"א. זייער ענטפער צו אזעלכע גילויים וועט זיין אדער 1. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, ס'מאכט נישט קיין חילוק, אדער 2. דאס איז אן אויסדרוק פון דער חזו"א על דרך הפאעזיא, נישט למעשה ממש.
בכל אופן זענען די זאכען נישט וויכטיג, און זיכער נישט נאנט צו דער גדלות פון זיין ספר, הארעוואניא אין לערנען, מדות טובות און דקדוק המצוות. די זענען די טפלים נישט די עיקרים.

אין ספר תולדות יעקב (תולדות פונעם סטייפלער), ארויסגעגעבן דורך בני משפחתו פונעם חזו"א עמ' צד. ווי ער רעדט פון גדלות פונעם חזו"א, שרייבט ער דארט כמה וכמה מעשים מנשמות שבאו לבקש תיקונם אצל החזו"א שמורים עמנו, און ער ברענגט דארט אזא מעשה עיי"ש. און ער ענדיגט צו מיט ווערטער פונעם סטייפלער אז כידוע זענען נשמות געקומען צום חזו"א זצ"ל, עכת"ד הספר הנ"ל
עכ"פ זע איך אז בני משפחתו פון חזו"א האלטן דאס יא למעשה ממש. און זיי פארשטייען יא אז דאס ווייזט אויפ'ן גדלות פונעם מענטש, וואס די סברא זאגט אויך אזוי, ווייל כמה וכמה ת"ח וואס הארעווען אין לערנען, און אין מדות טובות, און דקדוק המצות און זיי זענען ווייט נישט זוכה צו אזעלכע ענינים. אוודאי די גדלות פון ספר איז גאר גרויס אבער אזא השגה איז אויך ווייט נישט אוועקצומאכן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

צווישען זיין משפחה זעט מען פארשידענהייטען. דער פלעמעניק וואס מיין חברים זענען אייניקלעך פון איהם, האט געהייסען דער וואס ענדלט דער חזו"א דער מערסטע. די קאנייעווסקי'ס ענדל'ן בכלל נישט, וכנראה לכל רואה באמת, און אזוי אויך די גריינעמאנ'ס. איך קען נישט די קארעליצ'ס (ביידע), אבער ס'איז נישט מסתבר אז זיי וואלטען אין דעם געגלויבט. אז די קאנייעווסקי'ס האבען נאך א שטיק טשערנאביל און די גריינעמאנ'ס זענען עסקנים מבטן ומלידה, זעט זיך אויס על פניהם, נישט מיט די באשיידענהייט וואס דער חזו"א האט באוויזען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך גלייב אויך נישט אז דער חזון איש האט עוסק געווען אין תיקון נשמות, טאקע אלס טשערנאביל... דאס באלאנגט אויסדריקלעך נאר פאר חסידישע רבי'ס און נישט פאר די גדולי ליטא. די קנייעבסקי'ס האבן פשוט נאך געהאט א שטיקל גילט אז זיי האבן איבערגעלאזט חסידות האבן זיי זיך בארואיגט מיט דעם אז דער חזון איש איז אויך אן אמאליגער צאדיק.

נישט נעמען ערענסט... כ'האב גארנישט געמיינט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער חילוק איז אז איך גלויב אויך נישט אז דער בעלזער רב האט געטוהן דערין. פאלקס געשיכטעס וואס מ'האט ממציא געווען כדי צו פארוויילען די לאנגע טונקעלע נעכט, וואס תמימי לב האבען אנגענומען פאר ערנסט, אזש אלע אנדערע מעשה'ס האט מען פארגעסען. ליין א בוך פון גוים פון יענער צייטען און זאג מיר צו ס'איז נישט די זעלבע
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשפארט