קיין בריק פון האפענונג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

קיין בריק פון האפענונג

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פרידן איז פארטריבן
פארטריבענע האבן קיין פרידן

א וועלט פון צער
א צער וואס איז נישט איינזאם

טרערן פון געשוואלענע אויגן
אויגן וואס זעען נישט קיין עתיד

הערצער וואס קלאפן פון שרעק
א שרעק פון נישט וויסן

צווישן מלחמה פייער און וואסער
אן קיין בריק פון האפענונג

קליינע מיידלעך מיט זייער דאלל
די זעלבע ווערד

קליינע אינגלעך אין די בלאטע
אן אייביגן אורטייל דארט צו פארבלייבן

עלטערן אויף די הייסע זאמד
אן רחמנות מ'ווארפט זאמד אין די אויגן

ווייל דו ביסט נישט מיר
ביי אונז אין מערב גלייבן מיר נאר אין זיך

דיין הויט קאליר מער זון געזעהן
דערפאר א גוט לעבן פארגעס פון זעען

דיין שפראך מאדנע און אומקלאר
קומט דיר נישט א קלארע האריזאנט

דיין רעליגיע פארדרייט
דיין שיף אוועקגעדרייט

גיי צוריק עסן קויל און פייער
אדער נעם א קויל צו ענדיגן דיין קאשמאר

דיינע קינדער דיר באגראבן
אדער דו באגראבן דיינע קינדער

מיר וועלן זעען די בילדער און שווייגן
ווייל שווייגן איז אזוי פיל גרינגער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: קיין בריק פון האפענונג

שליחה דורך ביליג »

איך ווער עפעס צומישט ביים ליינען -אפשר דאס האסטו געוואלט...
ביליג איז טייער...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קיין בריק פון האפענונג

שליחה דורך קל וחומר »

דאס איז די גרעסטע קאמפלימענט וואס דו קענסט אים נאר געבן!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ביליג האט געשריבן:איך ווער עפעס צומישט ביים ליינען -אפשר דאס האסטו געוואלט...


ווען מ'מישט אביסל אויף די מח קעמיקאלן, איז דא האפענונג אויף א נייע וועג פון טראכטן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: קיין בריק פון האפענונג

שליחה דורך מפוזרי »

הערליכע פאעזיע. אבער זאמד אין די אויגן האט מען, ווען מ'פארדרייט דעם קאפ נישט צו קאנטפראנטירן דעם פארדרייטן רעליגיע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז איבריג צו זאגן ווי גוט רויטע שרייבט. אדער פארשטייט מען שפת הנשמה, אדער נישט.

אלנפאלס, איך נעם קרעדיט פאר דעם קומענדיגן זאץ:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עלטערן אויף די הייסע זאמד
אן רחמנות מ'ווארפט זאמד אין די אויגן

מעג איך נעמען קרעדיט?!...
אדנירם האט געשריבן:זאמד פון א מדבר איז ווייך, מ'קען זיך אראפלייגן דערויף און שפירן זייער באקוועם, אבער עווענטועל וועט די זאמד אריינגיין אין זיינע אויגן און ער וועט ווערן בלינד.

די וועלט שטעלט צו זייער געשמאקע באקוועמליכקייטן, אפילו גייסטישע באקוועמליכקייטן. יעדע סארט מסגרת, יעדע מוסד, איז א געוויסע באקוועמליכקייט וואס א מענטש מטבעו האט ליב זיך צו אנלאנען דערויף, און נישט פרובירן זיך צו דערגרינטעווען צו עפעס טיפער'ס. אבער די באקוועמע מדבר זאמד, מאכט אים בלינד. ער געפונט זיך אין א הייסע מדבר, אבער אנשטאט אנצוצייגן דעם וועג ארויס פונעם מדבר, שטעלט אים זיין מסגרת צו אביסל וואסער – אבי ער זאל בלייבן וויילן אינעם מדבר.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זאל זיין. ער איז נישט זאט, ער וויל אויך האבן מיינע לייקס. :lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט