טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

שליחה דורך שמעקעדיג »

Pr (1).jpg


Pr (2).jpg


צום וויפילטן מאל, שטויסן מיר זיך אן מיט די שרעקליכע נייעסלעך, עס פאסירט טראגעדיעס, און... און..? יא, די רבנים וועלן ווידעראמאל מעורר זיין צו תשובה ותיקון המעשים... לב יודע מרת נפשו... יא יא.

וואס טראכטן די מענטשן? מען האט שוין מעורר געווען אן א שיעור מאל. מענטשן טוען באמת תשובה, און מען איז זיך מקבל קבלות טובות. מענטשן זענען כסדר מתפלל, מען זאגט תהלים. טאקע נישט יעדער, עס גלייבט זיך נישט אז מיר וועלן האלטן אזוי שנעל ביי א דור שכולו זכאי – פארט פרובירן מיר, די געציילטע שארית הפליטה אידעלעך, וואס דראפען זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, דאס בעסטע אין אונזערע כוחות. מיר האלטן זיך ביי די אמונה, מען איז מחנך די קינדערלעך על דרך ישראל סבא, מען קלאפט על חטא אין אייגענעם ברוסטקאסטן ביי יעדע טראגעדיע, די רבנים ומנהיגים פוינטן די פינגערס צו אונז, עס איז אונזער טעכנאלאגיע, אונזער צניעות, אונזער התחברות לרשעים, אונזער ווייניג לערנען, דאס אלעס ברויזט אויף גאט און ער שיקט אונז טראגעדיעס.

און טראץ וואס טויזענטער מענטשן האבן זיך פארבעסערט אין אלע הינזיכטן, וויפיל אידן זענען זיך מכניע פאר די "דעת תורה" און האבן געלייגט די בעסטע פילטערס אויף זייערע כלים און צאלן אפילו געלט דערפאר; וויפיל האט זיך כלל ישראל פארבעסערט מיט צניעות, מען גייט מיט די לענגסטע און ברייטסטע קליידער און מען שטעלט זיך צו צו אלע תקנות וואס מען פאדערט; וויפיל שיעורים זענען נתרבה געווארן די לעצטערע יארן, פון זכרו ביז תורתך שעשועי, פון ארגון שיעורי תורה ביז דרשו, דאס איז שוין אויסער די פילע דף היומי שיעורים בכל קצוי תבל, אזא התמדה אין תורה איז נאך לכאורה נישט געווען ביי כלל ישראל מאז היתה לגוי.

לכאורה וואלט דאך גאט געדארפט זיין פרייליך און צופרידן, און אויפהערן שמייסן מיט די טראגעדיעס. אזא אכשר דרא דור איז דאך עפעס פענאמענאל. אבער למעשה עדיין השטן מרקד בינינו, ואין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה, עס ציפט און עס קוועטשט, דאס הארץ רייסט ליידער פון צרות ישראל, און... און..? אה, די רבנים גייען ווידעראמאל מעורר כלל ישראל און אנהויבן פוינטן פינגערס אויף אונז און אונז מאכן שפירן גילטי... מיר זענען אלעס שולדיג...

* * * *

אפשר איז שוין צייט ארויסצונעמען די בת היענה קאפ פונעם זאמד, און זאגן, העי, מיר האבן שוין פרובירט די עצות אן א שיעור מאל, עס העלפט נישט, עס מוז זיין אז עפעס אנדערש קוועטשט דעם באשעפער פון אויבן? אפשר האט ער עפעס גאר אן אנדער סארט מעסעדזש? הא, רבנים? עס קען זיין אז עס איז דא עפעס וואס עטץ ווילטס נישט הערן?

ווען וועט מען מעורר זיין אויף די אלע איבלען פון מחלוקת? די זעלבע רבנים וואס צווינגען ארויף פילטערס קריגן זיך מיט א בלעכענעם פנים מיט די אייגענע ברודער מיט די מיאוס'טע סארט מחלוקת, שטייצעך "לשם שמים"? און דאס איז גורם ריזיגע מחלוקת'ן אינערהאלב כלל ישראל... וועט מען רעדן פון דעם? וועט מען אפשר רעדן פון די שוידערליכע קארופציע ביי די בתי דינים היינט? די חז"ל פון 'אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל' ווילט איר איגנארירן?? די אלע ראשי המוסדות וואס ווארפן זיך מיט בחורים און מיידלעך, און לאזן זיי פארפאלן גיין אויפן גאס מיט אלע תירוצים ודברים של מה בכך, דאס ווילט איר נישט מעורר זיין? אז רבנים ועסקנים זענען מעודד ומחזק די דאזיגע וואס נעמען צו די קינדער פון זייערע עלטערן, דאס איז נישט מעורר קיין חרון אף??

דערמאנט עס אפשר די מעשה פונעם כעלעמער וואס האט געזוכט זיין אבידה אין שטוב ביים לאמפ, כאטש ער האט עס פארלוירן אינדרויסן אויף די שמוציגע קאלטע גאס ביי די בלאטע, ווייל אין שטוב "איז גרינגער צו זוכן"...??

די וועלט זאגט אז ווער איז א שוטה, דער וואס פרובירט די זעלבע זאך אסאך מאל און ערווארטעט אנדערע רעזולטאטן. הטרם תדע כי אבדה מצרים? זעהט עטץ נישט אז מיר גייען חרוב ונחרב טראץ ענקערע דרשות וואס כלל ישראל פאלגט אזוי ערליך? אפשר איז צייט צו טראכטן א נייע דירעקציע, אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם??

עורו נא, התעוררי נא!!

FOOD FOR THOUGHT
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און וואס וועסטו זאגן ווען נאכדעם וואס אלע רבנים וועלן לעבן בשלום וועט נאך אלץ פארקומען טראגעדיעס?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

מאטי האט געשריבן:און וואס וועסטו זאגן ווען נאכדעם וואס אלע רבנים וועלן לעבן בשלום וועט נאך אלץ פארקומען טראגעדיעס?


מאטי, קען זיין אז דו ביזט גערעכט, אבער לשיטתם איז שמעקעדיג גערעכט מיטן פרעגן וואס ער פרעגט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג, דאס דארף מען ארויספרינטען און ארום לייגן אין אלע בתי מדרשים!

ווער נעמט זיך אונטער? ס'איז א געוואלדיגע סגולה, מ'קען געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות ובכל מילי דמיטב. נא?
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

שליחה דורך mevakesh »

שיין ארויסגעברענגט אבער דיין גאט וואס ווערט פריילעך און זאכן קוועטשט איהם מאכט מיר וועלן זיין אן אטעאיסט
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

שליחה דורך גר ותושב »

ווער זאגט אז אונז פאלגן? אפשר ווען אונז וואלטן טאקע געפאלגט וואלט די וועלט אנדערש אויסגעקוקט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדרבה זאג דו מיר.
וויפיל געפילטערטע כלים זענען געווען 2 יאר צוריק אין פארגלייך צו היינט?
וויפיל שיעורי תורה א חילוק פון 5 יאר צוריק ביז היינט?
וויפיל קבלות טובות און מדריגות אין צניעות די לעצטע פאר יאר?

אודאי, ווי געשריבן, איז עס נישט 100%, אבער די זכותים וואלטן געדארפט זיין מער ווי גענוג אז די טראגעדיעס זאלן דראסטיש נידערן! נאך אלעם, לעבן מיר אין גאר א נידריג דור, קוים וואס מען קען זיך דערהאלטן ביי אידישקייט! דער אויבערשטער פארלאנגט נישט פון אונז עפעס הויכע מדריגות ווי פארצייטענס. סאו עפעס מאכט נישט דא קיין סענס.
וירח ה' את ריח הניחוח
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

שליחה דורך טמיר »

אפשר מעג מען מחולק זיין אויף די גאנצע זאך מעיקרא. די סטאטיסטיקס ווייזן טאקע אז עס איז דא מער טראגעדיעס היינט ווי אמאל? אפשר אמאל איז נישט געווען אזא אפענע וועלט וואס יעדע נייעס האט יעדער געוויסט. איך רעדט שוין נישט פון אינדערהיים פארן קריג וואס אין בית אשר אין שם מת. אבער אפילו שפעטער, הערט מען מער טראגעדיעס היינט ווי 50 יאר צוריק "פראצענטואל לויט די פאפאלאציע" (זייער וויכטיג צו נעמען אין באטראכט)?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

mevakesh האט געשריבן:שיין ארויסגעברענגט אבער דיין גאט וואס ווערט פריילעך און זאכן קוועטשט איהם מאכט מיר וועלן זיין אן אטעאיסט

וועסטו (ח"ו) האבן אזא סוף ווי מושב זקנים...!
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

שליחה דורך mevakesh »

רבי בערל פילייכט האבן זי ניקס פארשטאנען מיין כוונה
דער גאט אין וואס יודן גלייבען על פי הרמבם וכמבואר בחסידות איז נישט תלוי אין אונז אין דארף נישט צוקומען צי אונזער טובות ער וויל אונז פשוט געבן גוטס דוירך די תורה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הערר מבקש (אדער בן נריה)...: פילייכט האבן זי ניקס פערשטאנען מיינע כוונות פשטיות ווען איך האבע געזאגט דאס אויב זי איין אטעאיסט זיינען, ווירט מען אייך פאן דעען קאפעע שטיבל פעריאגן. פונקטליך זאא ווי מען פאריאגט האבט דען מושב זקעינים מיט גראאסס שאנדע...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהט אויס א שמואל שלמה טעללער האט געלייענט מיין אשכול ;)

.
וירח ה' את ריח הניחוח
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

שמעקעדיג האט געשריבן:זעהט אויס א שמואל שלמה טעללער האט געלייענט מיין אשכול ;)

.

און וואס איז זיין אויספיר? צו וואס קומט ער צו?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צו גארנישט... אבער לכה"פ וויל ער נישט ווארפן די שולד אויף לימוד התורה און טעכנאלאגיע..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

שליחה דורך א איד »

בן אדם האט געשריבן:שמעקעדיג, דאס דארף מען ארויספרינטען און ארום לייגן אין אלע בתי מדרשים!

ווער נעמט זיך אונטער? ס'איז א געוואלדיגע סגולה, מ'קען געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות ובכל מילי דמיטב. נא?

לייג עס אריין אינעם וועקער, עס וועט שוין זיין אין די שולן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

mevakesh האט געשריבן:רבי בערל פילייכט האבן זי ניקס פארשטאנען מיין כוונה
דער גאט אין וואס יודן גלייבען על פי הרמבם וכמבואר בחסידות איז נישט תלוי אין אונז אין דארף נישט צוקומען צי אונזער טובות ער וויל אונז פשוט געבן גוטס דוירך די תורה

איז אשר על כן זאללן מיר גארניקס טון זיך צו פארבעסערן און מפשפש זיין במעשים, ווייל אונזער גאט איז אזוי גרויס אז ער דארף ממילא נישט אונזערע תפילות און השתדלות. דו קענסט אננעמען אט דעם הילוך המחשבה לגבי די גאנצע תורה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: דו האסט אפילו א הוה אמינא אז שמואל שלמה טעללער גנב'עט נישט קיין איידיעס און טעמעס איבער וואס צו שרייבן פון קאווע שטיבל...?!
וואדען. רוח הקודש נזרקה בו. אדער. הופיע בבית מדרשו...!
פארשפארט