מקור לצניעות מן התורה מנין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

 [tag]הוגה[/tag], שכח פאר דיין לאנגן מאמר, כ'האב באמת הנאה געהאט. טאקע שפעט, אבער למעשה האב איך דאס נאך געמאכט בעפאר נעילת השנה.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

יעצט געליינט דעם ארטיקל פון הגאון [tag]הוגה[/tag], זיך באלעקט די פינגער ווי אייביג.

טראץ דעם וואס זיי זענען נישט מצווה אויף ולא תתורו


[justify]במאמר המוסגר: איך האב שוין לאנג געוואלט מלבן זיין די פסוק "ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עניכם". ווען איינער שרייבט איבער די ענין פון ראיות אסירות באציהט מען זיך צו ולא תתרו וכו'. עס איז דא עטליכע שטארקע הערות ווען עס קומט צו די פשוט פשט של מקרא פון ולא תתרו.

אויב נעמט זיך די גאנצע איסור פון דעם פסוק זענען מיר אויף געבראכענע צרות. צום אלעמען ערשט קומט די גאנצע דיוק פון ספרי: ולא תתורו אחרי לבבכם' - זו מינות, 'ואחרי עיניכם' - זו זנות. יעצט, די תורה איז נישט געשריבן געווארן ברמיזא. אלע לאוין שטייען בפשוטו של מקרא.

שטעלט אייך פאר, אנשטאט - ולא תתשקרו איש בעמיתו - שטייט: ולא תלכו אחרי לבבכם אשר אתם משקרים אחריהם. און אזוי ווייטער אויף אנדערע הונדערטער לאוין. למעשה, וויאזוי עס איז משמע פון די פסוק, פארציילט די פסוק א מעשה: "אשר אתם זונים אחריהם", די תורה זאגט, איך ווייס אז אתם זונים. אין פאקט איז די איינציגסטער מאל אין די פאראגראף וואו עס ווערט דערמאנט איבער זנות זאגט דאס תורה אלס א מציאות, נישט אלס א לאו. די תורה זאגט נישט: ולא תזנה אחרי עניכם. אויף אידיש: קער דיך נישט נאך דיינע אויגן וואס זענען מזנה. נעמט זיך דען די גאנצע לאו פון א דיוק? די גאנצע איסור פון א רמיזה? די גאנצע איסור פון א רעקאמאנדאציע פון: ולא תתרו? איך זאג נישט אז די פסוק האט נישט גענוג חומר אויף די איסור הסתכלות, אבער אויף א איסור גמור בפירוש מדאורייתא וואלט געדארפט שטיין: אסור לצפות על נשים.

אודאי געוויס לערנט מען ארויס טויזענטער זאכן בפרד"ס.

לכאורה איז די שטערקסטע [בעסטע] מקור פון די פסוק: כי ה׳ אלוקיך מתהלך בקרב מחניך וגו׳ והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך״.[/justify]
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מקור לצניעות מן התורה מנין

שליחה דורך ירא שמים »

לויט חז״ל איז עס ערות דיבור דוקא קריאת שמע.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מקור לצניעות מן התורה מנין

שליחה דורך ירא שמים »

הוגה האט געשריבן:[justify]
מאטי האט געשריבן:רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".


אינטערעסאנט אז דער רבינו יונה האב איך נישט געזעהן צוגעברענגט אין ערגעץ, מ'דארף מעיין זיין דערין ווייל דאס קען זיין א גוטע מקור אז צניעות איז יא רמיא על האשה מצד נישט מכשיל זיין מענער.


איך וויל דא צולייגן אפאר קליינע נקודות מזכרוני וואס איך האב געזעהן בשעתו איבער דער נושא.

ח. נ. פרעגט א גוטע קשיא אויף רעביצן טיקוצ'ינסקי'ס הנחה אז צניעות האט גארנישט מיט א מתח מיני, נאר עס איז אזא סארט פריוואטקייט און איידעלקייט צווישן די מאן/פרוי און זיך אליינס. אויב אזוי מאי חזית אז דו דארפסט צודעקן די מקום ערוה מער ווי די פינגער פון די הענט? וואס עפעס דעקט מען צו די בויך און נישט די נאז? אלא מאי עפעס א הסבר פון מתח מיני איז יא דא. די מתח מיני זאגט דיר וואס צוצודעקן אלץ פריוואטקייט.

דערנאך שרייבט ער זיין אייגענע דעה אז הלכות צניעות איז נישט שייך מגדיר צו זיין. ווען די תורה וואלט ווען פרובירט קלאר ארויסצושרייבן די פונקטליכע הגדרות פון צניעות טריט ביי טריט וואלט עס געווען אזוי ווי שרייבן א manual אויסצולערנען איינעם צו שווימען. מען דארף עס עקספיריענסן. די גדר פון הלכות צניעות איז פונקט ווי די גדר פון הלכות גזל שינה וכדומה, די פונקטליכע הלכות קענט איר טרעפן אין הלכות "זיין א יומען ביאינג".

פון הרב יצחק לאווי (כמדומני) האב איך געזעהן אז ער טענה'ט אז אלע דריי מאכן א טעות מיטן פרובירן אריין צו לערנען צניעות אין דת והלכה. צניעות איז אן ענין פון קולטור און ביי אן ענין פון קולטור איז נישט שייך אראפ צו שרייבן און פונקטליך מגדיר זיין ווייל עס ווענדט זיך אין די זמן ומקום. די הלכות צניעות פון א סאטמארע אין וויליאמסבורג תשע"ד איז נישט די זעלבע ווי די הלכות צניעות פון א בעלזער אין תל אביב תש"ח. בשעת וואס פאר א סאטמארע פרוי אין וויליאמסבורג תשע"ד איז אסור צו גיין מיט שטרימפ ווייניגער ווי 600 דעניער מעג א פרוי אין פייוו טאונס לכתחלה גיין גענצליך אן שטרימפ. איך וואונדער מיר פון וואו ער נעמט דאס און ביי וועלכע נאך זאכן אין אידישקייט טרעפט מען אז עס איז געוואנדן אין קולטור. (בעצם האלט הרב פאלק אויך אזוי.)

בשם די חזו"א מסכת ברכות בסוגיא דקול באשה ווערט געברענגט אז בעצם בימינו איז שערות באשה נישט קיין אומ'צניעות'דיגע תופעה, נאר בימיהם איז אזוי געווען, ובעצם וואלט מען היינט געדארפט מתיר זיין צו אויפדעקן די האר, אבל מה נעשה שחז"ל כתבו ששערות באשה ערוה. פון תשובות מהר"ם אלשקר סימן ל"ה ווערט געברענגט אז ער האט גענצליך מתיר געווען צו גיין אויפגעדעקטע האר דארט וואו עס איז געווען די מנהג אזוי. אפילו קרי"ש האט ער מתיר געווען צו ליינען. עיי"ש.



.[/justify]
וואו איך האב פארשטאנען רעדט די מהרם אלשקר נאר פון שערות היוצאין חוץ לצמתן.
טייערע ברודער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 01, 2016 4:46 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: מקור לצניעות מן התורה מנין

שליחה דורך טייערע ברודער »

איך האב שנעל געבלעטערט דא. איינער וויסט צו ס׳איז דא א מקור אין חז"ל אדער א סברא לאיסור פאר דער מנהג ישראל תורה צו אסר׳ן פרויען דרייווען? אולי איז דא שוין א אשכול אויף ווטס איך ווייס נישט.

Sent from my LG-H525n using Tapatalk
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

הוגה האט געשריבן:מכשיל זיין מיינט אריינלייגן חזיר פעטענס אין יענעמ'ס קאווע, אדער געבן א גלעזל וויין פאר א נזיר. איינער וואס האלט אבער א באטל וויין פארנט פון די הויז אדער א גלעזעל חזיר פעטענס איז נישט עובר אויף לפני עיוור. די זעלבע איז דא, א פרוי וואס פלירט, אדער ווי עס ווערט אנגערופן בלשון החז"ל לקרוץ בעיניה איז עובר אויף לפני עיוור. א פרוי וואס וואשט זיך ביים ים, אדער גייט אין די ארבייט אן זאקן איז נישט עובר אויף לפני עוור. (אויף אנדערע איסורים מעגליך אז יא כשיטת הרב אריאל.)

הוגה האט געשריבן:[tag]מודה אני[/tag], ברענגסט נאך שטערקער ארויס די נקודה העיקרית פון די ארגינעלע פאוסט. דו צייגסט אז הגדרות והשוואות זענען נאר פארהאן אין 'היינטיגע' ספרים געבויט אויף השערות ופילפולים. אבער אין חז"ל און אין די ספרי יסוד להלכה איז נישט דא קיין הלכות בנוגע צניעות און זיכער נישט קיין פונקטליכע אנווייזונגען.

זעה די מחבר (חו"מ סימן ע ס"א וביו"ד סימן ר"מ, ס"כ) אז מיטן טוהן עפעס וואס גיבט נאר יענעם די געלעגענהייט צו זינדיגען, הייסט עס "לפני עוור".
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
אברמי פון בארא פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אברמי פון בארא פארק »

איך וויל באדאנקען הוגה דא ברבים פאר דער מאסיווע ארטיקל, איך האב עס געגעבן פאר מיין אשת חיל צו ליינען, און עס האט קענטליך געמאכט א שטארקע רושם, האף מיר צו זען גינסטיגע רעזולטאטן גאר בקרוב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוגה האט געשריבן:ח. נ. פרעגט א גוטע קשיא אויף רעביצן טיקוצ'ינסקי'ס הנחה...

דערנאך שרייבט ער זיין אייגענע דעה

.

ווער איז דער ח.נ.? און ווי קען מען זען זיין מאמר?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך געדענק שוין נישט ווער ח. נ. איז. איך מיין אז איך האב יענעם אנגעטראפן אויף פעיסבוק און דארט געליינט זיין מאמר.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מקור לצניעות מן התורה מנין

שליחה דורך החוקר »

איך גיי נישט אריין אין די מקור אדער סיבה פון צניעות, אבער לגבי די גדר פון וואס הייסט צניעות'דיג מיין איך איז זייער קלאר אז דאס איז געוואנדן אין דעם פלאץ, דאס הייסט אז אין וויליאמסבורג העט זיין אסור דורכזיכטיגע שטרימפ, און אין ב"פ העט זיין מותר.
און מיט דעם מיין איך קען מען פארשטיין די אלע גמ'ס און פוסקים וואס זייערע שיטות זענען מקצה אל הקצה, לדוגמה די רמב"ם וואס פסק'נט אז בתולות דארפן קיין אפגעבינדן, און אונז טו מיר נישט אזוי, פשוט, ער האט געוואוינט ביי די מצריים וואס גייען נאך היינט אפגעבינדן, נאכמער, איך מיין אז מען וועט נעמען פוסקים און זיי לייגן אויף די מאפע וועט זיך ארויס שטעלן אז זיי האבן געהאלטן בערך לפי רוח והזמן ווי זיי זענען געווען, ווי שטרענגער די גוים זענען געווען אלס מער חומרות'דיגע שיטות.
לויט דעם דארף א סאטמארע מויד גיין מיט א סיעם (על פי הלכה, אויב צניעות איז מקורה בהלכה) ווייל אזוי האבן אירע באבע'ס באשלאסן, טאמער זאל סאטמער באשליסן אז מען דארף גיין מיט א בורקע ווי העלבראנד'ס וועט עס אין 20 יאר זיין "אסור להלכה", און טאמער וועט מען צוביסלעך גיין מער און מער אויפגעדעקט ביז רוב המון וועט גיין הוילע שייטלעך, וועט עס ווערן מותר "עפ"י הלכה"

איי ער פרעגט גוט:
הוגה האט געשריבן:איך וואונדער מיר פון וואו ער נעמט דאס און ביי וועלכע נאך זאכן אין אידישקייט טרעפט מען אז עס איז געוואנדן אין קולטור.


משנה ברורה הל' ק"ש, ס' ע"ה ס"ק ב'
ער שרייבט לגבי ליינען ק"ש פארנט פון א פרוי וואס גייט בארפעס ביז די קני, "אז אויב גייט מען אזוי איז עס נישט קיין ערווה", ודו" ק.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]דאס גיין להלכה געוואנדן לויט די מנהג המקום האט נישט מיט סאטמאר אדער פאפא, עס האט אויך נישט מיט סיעמס אדער פריזעטן. מנהג המקום ווערט נישט מוחלט דורך סאטמאר רב ביי כל נדרי. מנהג המקום איז די מנהג פון כל יושבי המקום. לדוגמא, די מנהג המקום אין נו יארק איז אז פרויען גייען מיט די האר אויפגעדעקט און אז זיי טראגן הויזן. די פוסקים וואס גייען מיט די 'מנהג המקום' מהלך זענען טאקע מתיר צו גיין מיט הויזן און אויפגעדעקט, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מקור לצניעות מן התורה מנין

שליחה דורך החוקר »

נו, דאס מיין איך, איך האב נישט געמיינט דייקא סאטמער און פאפא, איך האב עס נאר גענוצט לשבר את האוזן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

לויט די מנהג המקום אין ניו יארק און אפילו איi וויליאמסבורג דארף מען ניטאמאל גיין אין הויזן, ווער רעדט נאך פון סיעמס אדער שטרימפ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנהג הקהילה - החוקר
מנהג המקום - הוגה
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

איך בין אפשר אביסל שפעט דא, אבער בעטער לעטער דען נעווער


די אלע מגיבים וואס קומען דא צוזאמווארפן ש''ס ופוסקים, מיט אלע מראה מקומות פון חז"ל איבער צניעות, פארוואס אין גאטס הימל, איז נישט פארהאן קיין איין איינציגע סימן אין שו"ע איבער הלכות צניעות ביז ווי די האלז, קני, עלנבויגן, דארף זיין פארדעקט, וועלכע קאליר קלייד/זאקן איז אסור, און וויפיל מעיקאפ א פרוי מעג לייגן????




יא, ס'איז דא אביסל אין הלכות קרי"ש, בלויז ווייל בשעת קרי"ש טאר נישט זעהן עפעס וואס קען ברענגען צו הרהור, און נאך אביסל ווערט דערמאנט אין הלכות כתובה בנוגע א פרוי וואס טוט זאכן וואס זענען נישט צניעות'דיג לגבי די סטאנדארטן פון די סאסייעטי, און דאס איז א אנצייגונג אז זי זוכט צו האבן א שייכות מיט אנדערע מענער, ממילא איז דער מאן פטור פון איר כתובה, אבער זהו! פאר די פרוי אליינס איז נישטא קיין שום באשטימטע רולס און רעגאלעישאנס וואס זי מוז, מעג, און טאר נישט טוהן אלס צניעות אויס, נאדא, נאטינג, נישט אין אורח חיים, נישט אין יורה דעה, און נישט אין אבה"ע
אביסעל שכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אביסעל שכל »

סיס יא דא , הלכות צניעות פאר מענער. אבער ביי א שבת שובה דרשה וועט מען רעדן פון וואס שטייט נישט, ווער וויל דען מקטרג זיין.
מיט אביסעל שכל וואלטען מענטשן שנעלער אנגעקומען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאוריג האט געשריבן:איך בין אפשר אביסל שפעט דא, אבער בעטער לעטער דען נעווער

שלום עליכם, זאגסט פיין, די אלע זאכן זענען שוין געווארן איבערגעקייעט אין שטיבל מערערע מאל, דוק ותשכח.
וירח ה' את ריח הניחוח
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאוריג האט געשריבן:איך בין אפשר אביסל שפעט דא, אבער בעטער לעטער דען נעווער

שלום עליכם, זאגסט פיין, די אלע זאכן זענען שוין געווארן איבערגעקייעט אין שטיבל מערערע מאל, דוק ותשכח.


דאס האב איך טאקע געטוהן

כ'האב געדויקעוועט און געטישטעכט!

איך האב געהאט אנגעפאנגען צו שרייבן א אפהאנדלונג איבער דר. שנרב'ס קונטרס, און ס'איז מיר פייגעבאלן צו געבן א סורטש'ל אינעם שטיבל, אין איך האב מיך טאקע אנגעשטויסן אין הוגה מאמר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאוריג: אויסער די פיינע קאווע מאשין וועלכע טראגט דיין חשוב'ן נאמען, האביך גרויס הנאה פון דיין פארדרייען אידישע ווערטער.

איך טראכט פן ארויסגעבן א זשורנאל מיט לשון הקודש און אידישע ווערטער וועלכע זענען פארדרייט. און די קונץ וועט זיין פאר די ליינערס צו טרעפן די אריגינעלע ווערטער. די קונטרס וועט הייסן ..."עיקש ופתלתול"... איך זוך טאלאנטירטע שרייבערס. לויט ווי איך זעה ביזסטו איינער פון די הויפט קאנדידאטן פאר די פאזיציע...!
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

berlbalaguleh האט געשריבן:קאוריג: אויסער די פיינע קאווע מאשין וועלכע טראגט דיין חשוב'ן נאמען, האביך גרויס הנאה פון דיין פארדרייען אידישע ווערטער.

איך טראכט פן ארויסגעבן א זשורנאל מיט לשון הקודש און אידישע ווערטער וועלכע זענען פארדרייט. און די קונץ וועט זיין פאר די ליינערס צו טרעפן די אריגינעלע ווערטער. די קונטרס וועט הייסן ..."עיקש ופתלתול"... איך זוך טאלאנטירטע שרייבערס. לויט ווי איך זעה ביזסטו איינער פון די הויפט קאנדידאטן פאר די פאזיציע...!


טענקס פאר די קאמפלי(מ)ענט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאוריג: דו דערמאנסט מיך א ביסל (מער ווי א ביסל) פון אונזער געוועזענעם חשוב'ן ליינער און שרייבער..."דיףף"...!

מדי דברי. מ'האט שוין לאנג נישט געהערט פון איהם און זיינע תרעין דחוכמתא...!
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך קאוריג »

berlbalaguleh האט געשריבן:קאוריג: דו דערמאנסט מיך א ביסל (מער ווי א ביסל) פון אונזער געוועזענעם חשוב'ן ליינער און שרייבער..."דיףף"...!

מדי דברי. מ'האט שוין לאנג נישט געהערט פון איהם און זיינע תרעין דחוכמתא...!


וואףףףףף

מיט וועלכע חלק דערמאן איך דיר פון אים?!? מיט'ן נישט ספעלן, אדער מיטן שיסן זיבעצן אומליינבארע תגובות בנשימה אחת, הא...?
פארשפארט