דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טאמבל סאס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער איני יודע מה אתה שח. וואס מיינט 'אגלי'? און נאכאמאל, האסט עפעס א באווייזונג אז א אידישע ב"ד האט אמאל מקיים געווען עין תחת עין כפשוטו?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נישט צעמישן. יעצט פרעגסטו עפעס אנדערש. איז עקשולי דא באווייז אז מען האט איר מקיים געווען? מיר האבן גערעדט וואסערע פאנישמענט מ'האט ע"פ דעם פסוק געדארפט גיבן ווען דער לעגיסלעישאן/הלכה/געזעץ (פסוק) איז געאישוד געווארן; אויב געסטו דעם פסוק אליינס אויטאריטי.

ווייסטו וואס, לאמיך פרעגן אנדערש. יוסיפוס פלאביוס. גענוגנדע מקור פאר דיך? 37-100 CE:
35. He that maimeth any one, let him undergo the like himself, and be deprived of the same member of which he hath deprived the other, unless he that is maimed will accept of money instead of it for the law makes the sufferer the judge of the value of what he hath suffered, and permits him to estimate it, unless he will be more severe.

ער דערמאנט שוין אז דער ניזק קען געבן דעם מזיק א טשויס צו שליכטן פאר געלט אבער אפילו אזוי שפעט זעט מען אז דער lex talionis איז נאך אנגענומען געווען .

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זאג דיר אז דער תורה האט געגעבען איהר פירושים צוזאמען מיט די ווערטער, און אזוי האט מען זיך גלייך געפיהרט. תפילין האבען אויסגעקוקט פונקט ווי היינט, פיהר עקיג, שווארץ און געלייגט אויפ'ן קאפ נישט צווישען די אויגען. דער זעלבע איז מיט עין תחת עין. האסט א מקור אז ביי אידען וואס פיהרען זיך עפ"י תורה האט מען אנדעריש געטוהן, ס'גייט מיר נישט אן די חתים אשורים לטושים ולאמים, איך בין נישט פון די פעלקער. איך וויל וויסען צו מענטשען וואס פיהרען זיך עפ"י תורה האבען זיך אזוי געפיהרט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טאמבל דו האקס אין טשייניק

האסט געטראפן עפעס א סייט און דו קאפיסט שטיקלעך אן וואס זאלסט פארשטיין אדער ארויס האבן די זאך
יסופין האט דא סך הכול געשריבן שטיקער תנ"ך פיל מיט גרייזן ע"פ רוב גענימען פין תרגום השבעים. - וואס ווילסטו פראווען?
ער שרייבט דא נישט קיין היסטאריע.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טאמבל סאס »

הקטן האט געשריבן:אויב דו ואלסט געקענט דו זאך פין דער נאנט וואלסטו געוויסט אז און עלטערע התקות איז בכלל נישט דא דער אפציע פין אויסלייזען מיט געלט.

האב איך דען געזאגט אז יא? ווילסט פון די סקריפטורס? איך האב נישט א מעשה פון א מענטש וואס מ'האט אפגעהאקט א האנט פאר א האנט אבער פון די טענות וואס די וואס די אידן וואס האבן געוואלט איינפירן א נייע תורה, האבן געהאט אויף די דרך התורה זעט מען אז די דעמאלטיגע אידן האבן אנגענומען פאר א פשטות אז אזוי הייסט די תורה אויף למעשה. מתי - הדרשה על ההר 30 CE:
 38 שְׁמַעְתֶּם כִּי נֶאֱמַר עַיִן תַּחַת עַיִן שֵׁן תַּחַת שֵׁן׃ 39 וַאֲנִי אֹמֵר לָכֶם אַל־תִּתְקוֹמֲמוּ לָרָשָׁע וְהַמַּכֶּה אוֹתְךָ עַל־הַלְּחִי הַיְמָנִית הַטֵּה־לוֹ גַּם אֶת־הָאַחֶרֶת׃ 

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טאמבל סאס »

ליטוואק, אז דו וועסט שרייבן עפעס און איך וועל קומען מארגן זאגן אז דו האסט דאס פונקט פארקערטע געמיינט, וואס וועסטו טראכטן פון מיר? אבער דא איז דאך אסאך ערגער, ווייל בשעת ווען דו שרייסט נאך אז איך לערן דיך נישט ריכטיג אפ (=די מקורות פון דעמאלס שרייען איבעראל אל תדרשוני) קום איך לאכן אין דיין פנים און שרייען אז דו האקסט א טשייניק - דו אליינס רעדסט אחד בפה ואחד בלב. און איך מיין פשוט דיין טובה, איך וויל דיך שיצן פון קריטיקירער!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'זעט מיר אויס אז דו שרייבסט א תגובה, און דערנאך מעקסט דו אויס יעדער צווייטער ווארט כדי מ'זאל נישט פארשטייען וואס דו רעדסט. ס'איז ממש טערקיש.

דער תורה שבכתב דערמאנט עטליכע מאל אז ס'איז דא נאך זאכען צו די תורה וואס איז געזאגט געווארען צו משה רבינו אויף בארג סיני (וזבחת כאשר צויתיך, כמראה אשר הראית בהר ועוד). דאס הייסט ביי אונז תורה שבעל פה. אין די תורה שבעל פה איז צוגעלייגט הלכות וואס שטייען נישט אין תושב"כ, ווי אויך פירושים און סיווגים אין די תושב"כ. אין געציילטע ערטער קומט עס אינגאנצען טוישען תושב"כ. מ'האט קיינמאל נישט געלייגט תפילין אויף די שטערן, מ'האט אייביג געלייגט אויף די קאפ. איי די תורה זאגט בין עיניכם? דער נותן התורה האט עס בשעת מעשה מסביר געווען אז ס'מיינט כנגד בין עיניכם. אזוי אויך ביי עין תחת עין. די תורה זאגט עין תחת עין, און די תושבע"פ האט עס מסביר געווען אז ס'איז נאר ממון, און גלייך געגעבען די כלים ארויס צו נעמען די רמז פון די תורה, וואס דאס איז די ערשטע דף אין החובל. אזוי איז דער רמב"ם מסביר אין הקדמה לפיהמ"ש. איך האב באמת געוואלט ציטירען, נאר איך זעי יעצט אז האלבע ציטירונגען שטערט דער פארשטאנד. דער וואס וויל וויסען וועט זיך מוזען מיהען און דורכלערנען דער הקדמה לפיהמ"ש, און דער וואס האלט נישט ביים זיך מיהען, וועט סייווי גארנישט פארשטייען.

און דיין ראיה פון די ברית החדשה איז אויף צו לאכען\וויינען. מענטשען האבען געהאט טענות אויף די תורה, און אזוי האבען זיי עס אויסגעדרוקט! דאס מיינט די תורה אויפ'ן אמת?! הייסט'ס די אהרונים האבען פראבירט צו שטעכען דער ברך משה, ווייל דער איד האט געשריבען 'רבן דקרו' אין קידוש לבנה אותיות?! און הרב שטיינמאן וויל יעדער איינער שיקען אין מיליטער ווייל אזוי האלטען די אנדערע פארטיי?! און היללערי קלינטאן וויל אלע אידען זאלען ווערען געהרגעט דורך די פאלעסטינע ווייל אזוי טענה'ט ראש לימבאו?!
פליז! אביסל שכל מעג מען האבען!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך דעת תורה »

פשט איז אזוי, מקרא איז געווען נחלת הכלל, אלע קינדערלעך האבן עס געלערנט אין חדר, מסתמא אפילו דער גרויסער רוב פונעם המון עם וואס האט קוואליפיצירט פארן טיטל 'עמי הארץ'.

ווידעראום, תורה שבעל פה האבן נאר די פרושים, די ת"ח און סקאלערס געלערנט. אפילו נאך תקנת בן גמלא ווייס איך נישט אז מען זאל האבן געלערנט תורה שבע"פ מיט אלע קינדער. ווער עס האט געוואלט ווייטער ממשיך זיין איז געפארן צו די ישיבות (בתי מדרש האט מען עס גערופן אין א"י) וואו די גרעסטע ת"ח אין דור, דער נשיא און די סנהדרין, האבן געלערנט תושבע"פ מיט אזאלכע וואס זענען געווען תוכם כברם.

פוינט איז, די סתם אידן האבן געקענט מקרא, אבער זייערע קענטעניסן אין תושבע"פ איז געווען מינימאלע אויב בכלל.

לגבי צי עס איז געווען א בי"ד וואס האט אמאל אזוי געטון, האבן דען נישט די צדוקים פראקטיצירט דברים ככתבן?

יוסיפון שטימט סתם אזוי נישט מיטן תורה שבכתב, אויב איז דברים ככתבן איז דאך דא א לאו פון לא תקחו כופר (הגם אפשר האבן זיי מדייק געווען נאר פאר א רוצח), וקצותה את כפה לא תחמול א.א.וו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

די וואס האבן געלערנט נאר תורה שבכתב, האבן דאס אבער געלערנט מיט די פירוש פון בע"פ, זיי האבן טאקע נישט געלערנט אלע הלכות וואס מען לערנט ארויס פון פסוק, אבער פונקט ווי פרי עץ הדר האבן זיי - די תורה שבכתב לערנערס - געלערנט אלס אתרוג, האבן זיי געלערנט נפש תחת נפש, ממון.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

דעת תורה האט געשריבן:יוסיפון שטימט סתם אזוי נישט מיטן תורה שבכתב, אויב איז דברים ככתבן איז דאך דא א לאו פון לא תקחו כופר (הגם אפשר האבן זיי מדייק געווען נאר פאר א רוצח), וקצותה את כפה לא תחמול א.א.וו.

אויב וויל מען עפעס זען פין יוסיפון זעט מען ממש דאס פארקערטע.
און קדמונית היהדות ברענגט ער שטיקער תנ"ך פארציילט פין נח מיט חם און אזוי ווייטער.
דא ברענגט ער לשון הפסק אבער עפעס האט אים נישט געשטימט, ער ווייסט דאך אין פאקט אז מען האט קיינעם די אויג נישט אויסגעהאקט - קימט ער צי א פשטע מסקנה, ס'איז דא א לאפ-האל.

יוזעל האט אויך געוויסט אז דאס איז נישט די הנהגה
שְׁמַעְתֶּם כִּי נֶאֱמַר עַיִן תַּחַת עַיִן שֵׁן תַּחַת שֵׁן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער תרגום אונקלוס זאגט אויך עינא חלף עינא שנא חלף שנא וכו', בשעת דער תרגום יונתן און תרגום ניופיטי זאגן 'דמי' און 'תשלומי' רעספעקטיוולי.


דער ספורנו אין שמות אבער האט נישט קיין פראבלעם געהאט צו גיין מיטן פשוטן טייטש אין פסוק: עין תחת עין, כך היה ראוי כפי הדין הגמור שהוא מדה כנגד מדה, ובאה הקבלה שישלם ממון מפני חסרון השערתנו פן נסכל ונוסיף על המדה לאשמה בה.

(אגב ס'איז אינטרעסאנט ווי געוויסע, ווען ס'לוינט זיך זיי, שרייען זיי יוסיפון זאגט דאך, (יא מילא ער האט געוואלט געפעלן די רומים אבער וואס איז זיין אינטערעסע דא?) און ווען נישט, שרייען זיי ער האט זיך מיאוס טועה געווען...)

און כ'דארף ענק אוודאי נישט ברענגען די גמ' אין ירושלמי: אמר ר' ינאי אילו ניתנה התורה חתוכה לא היתה לרגל עמידה, מה טעם? 'וידבר ה' אל משה', אמר לפניו רבונו של עולם הודיעני היאך היא ההלכה, אמר לו אחרי רבים להטות רבו המזכין זכו רבו המחייבין חייבו, כדי שתהא התורה נדרשת מ"ט פנים טמא ומ"ט פנים טהור... (סנהדרין פרק ד ה"ב)

אלזא כדי צו פארשטיין דער תירוץ, וויאזוי מען איז מיישב פשט הפשוט מיט דער קבלה, און פאסעבלי דער הכרעה נפלאה וואס דער רמבם האט באהאלטן, איז די העכסטע צייט און געאייגענסטע מקום צו אינטרעדוסן דעם באקאנטען רב קוק אין אגרות הראי"ה א:צ. כ'וועל ענק לאזן נאכקוקן פאר ווער ס'איז אינטרעסירט.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ובאה הקבלה איז דער שליסל ווארט.

מפני חסרון השערתנו, פן נסכל ונוסיף על המדה לאשמה בה.

איז גראדע איינע פין די הכריחים וואו די גמרא ברענגט א ראי אז דער פסוק קען נישט מיינען בפשטות.

דאס טייטשט דער מידה כנגד מידה איז וואס די תורה צילט מיט עין תחת עין, דער פראבלעם פין "חסרון השערתנו" איז געווען פין די ערשטע מעניט!
און דאס איז דער פשט פין אברהם בן הרמב"ם

גיי לערן מיט א גוי ברטנורה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס קוועטשטו שוין אריין. עפעס די ערשטע מאל מ'הערט א תירוץ אז די אמאליגע דורות האבן געקענט פונקטליכער שאצן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס האט נישט געקענט זיין דער פשט אינעם רמב"ם, קודם ווייל פון אים איז נישט משמע אז ער האט געהאלטן דאס כפשוטו עין תחץ עין איז יותר ראוי כפי הדין. נאכדעם איז ער קלאר מדגיש אז דער פסוק טוישט זיך נישט, ד.ה. אוודאי אז ס'מוז מאכן עפעס א חילוק. אנדערש וואס איז דער חילוק רילי וויאזוי מען טייטשט די פסוק? פאר איין רגע האט מען אזוי געטייטשט? און פון זיין זוהן ר' אברהם איז זעכער משמע אז דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם, פארוואס זאגט דער פסוק איין זאך און דער תלמוד וויל איינזעצן ס'זאל האבן געווען א צווייטער זאך? אים האט נישט אזוי ווייט געבאדערט אז אמאל האט מען געהאקט קעפ און היינט נישט.
אים באדערט 1) ווי אזוי ס'הייסט א המשך אויב מ'טוישט לפי הזמן, ד.ה. וויאזוי איז עס געגעבן געווארן מפי הגבורה? און צוויי 2) וואס זוכסטו צו באהאלטן?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך מפוזרי »

טאמבעל, ליישב הפשט עם הדרש איז איין נושא. מתי התחילו לנהוג לפי הדרש איז א צווייטע נושא. וואס מישטו צאם די ביידע?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טאמבל סאס האט געשריבן:דאס קוועטשטו שוין אריין. עפעס די ערשטע מאל מ'הערט א תירוץ אז די אמאליגע דורות האבן געקענט פונקטליכער שאצן?

זעץ דיך צים גמרא וועסט פארשטיין פין וואו דער ספורנו נעמט דאס.
די גמרא זאגט אז ס'קען נישט זיין כפשיטו ווייל נישט אידער אויג איז די זעלבע. דאס איז געווען היינט פינקט וואו אמאל -
דער ספורנו לאזט נישט איבער די גמרא און קימט אויף מיט אן אייגען חידוש.
תניא, ר' דוסתאי בן יהודה אומר: עין תחת עין - ממון, אתה אומר: ממון, או אינו אלא עין ממש? אמרת? הרי שהיתה עינו של זה גדולה ועינו של זה קטנה, היאך אני קורא ביה עין תחת עין? וכי תימא, כל כי האי שקיל מיניה ממונא, התורה אמרה: (ויקרא כ"ד) משפט אחד יהיה לכם, משפט השוה לכולכם!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

טאמבל סאס האט געשריבן:דאס האט נישט געקענט זיין דער פשט אינעם רמב"ם, קודם ווייל פון אים איז נישט משמע אז ער האט געהאלטן דאס כפשוטו עין תחץ עין איז יותר ראוי כפי הדין.
פין וואו נעמסטו דאס?
נאכדעם איז ער קלאר מדגיש אז דער פסוק טוישט זיך נישט, ד.ה. אוודאי אז ס'מוז מאכן עפעס א חילוק. אנדערש וואס איז דער חילוק רילי וויאזוי מען טייטשט די פסוק? פאר איין רגע האט מען אזוי געטייטשט?
ווער פארשטייט?
און פון זיין זוהן ר' אברהם איז זעכער משמע אז דא איז דא אן ערנסטע פראבלעם, פארוואס זאגט דער פסוק איין זאך און דער תלמוד וויל איינזעצן ס'זאל האבן געווען א צווייטער זאך?
פראבלעם?
עין תחת עין – פשטיה דקרא מבואר וביארה הקבלה שכונת המקרא "דמי שן תחת שן" וכן בכולם.
ער שרייבט אז דער פשט איז מבואר און די כונת המקרא איז "דמי שן"
און נישט נאר איז דאס א נישט קיין ציגעלייגטע זאך, נאר ער ברענגט פין ר' סעדיה ז"ל בפירושו ועדות המקרא
אז אין פסוק אליין מיז מען אויך אזוי לערנען

אים האט נישט אזוי ווייט געבאדערט אז אמאל האט מען געהאקט קעפ און היינט נישט.
אים באדערט
1) ווי אזוי ס'הייסט א המשך אויב מ'טוישט לפי הזמן, ד.ה. וויאזוי איז עס געגעבן געווארן מפי הגבורה?
און צוויי 2) וואס זוכסטו צו באהאלטן?
קענסט אפשר ווייזען פין וואו דו נעמסט אז דאס האט אים געבאדערט



ס'קוקט אויס וואו דו האסט עפעס אינסייד אינפערמעשען וועגן די רמב"ם'ס סודות
איז פארוואס זאלסטו אינז נישט ארויס העלפן מיט נאך א סוד פין דעם רמב"ם


שאאאא
וזה עיקר יש לך לעמוד על סודו. והוא, שהפירושים המקובלים מפי משה, אין מחלוקת בהם בשום פנים, שהרי מאז ועד עתה לא מצאנו מחלוקת נפלה בזמן מן הזמנים, מימות משה ועד רב אשי בין החכמים, כדי שיאמר אחד, המוציא עין חברו יוציאו את עינו, שנאמר עין בעין, ויאמר השני, אינו אלא כופר בלבד שחייב לתת...
וכיוצא בזה בכלל המצות אין מחלוקת בהן. שכולן פירושים מקובלים מפי משה. ועליהם ועל דומיהם אמרו, כל התורה נאמרו כללותיה ופרטותיה ודקדוקיה מסיני.


אז דו וועסט זיין וואויל וועל איך דיר יא אוסזאגן א מהלך און דעם סוד
פארוואס די רמב"ם אין מורה האט נאר געוואלט שרייבן דעם טעם פין פשטות הפסוק אין נישט דעם טעם פין תורה שבעל פה.
אן וואס איז דאס דער ולאבא מרי ז"ל במורה רמז בזה שנמסר ממנו פירושו על פה בו הכרעה נפלאה beautiful synthesis בין הקבלה ופשט המקרא ולא אפשר לכותבו מפני שהוא ז"ל הסתירו.

ו
אולי י"ל דרך חדש במו"נ כאן (ועפי"ז יתבאר באופן שונה מה שהרמב"ם לא רצה לכתוב זה). כי הנה בי"ד של ישראל צריכים לדון לא רק את בנ"י כ"א גם את הנכרים התושבים עם ישראל, וכדאיתא ברמב"ם הל' מלכים ספ"י חייבין בי"ד של ישראל לעשות שופטים כו' לדון להם על פי המשפטים האלו כו', ע"ש. וכמה דינין שבפ' משפטים הם גם בנוגע לעכו"ם, ועי' במכילתא עה"פ (כא, לה) וכי יגוף שור איש להביא שור של אחרים, ופי' במפרשים (עי' זית רענן ועוד) שזהו לרבות נכרים דהם ג"כ בכלל איש (ובתו"ש חי"ז ע' קצא מביא גירסא: לרבות של נכרי). ועי' ב"ק דל"ח שממעט שור ישראל שנגח שור של נכרי רק מדכתיב בפסוק רעהו (הלא לולי הלימוד דרעהו הי' דין השור שבפ' משפטים גם בנכרי) או מלימוד ראה ויתר גויים שהתיר ממונן כו'. ועד"ז בדיני השומרים שממעטים נכרי מפסוק וכי יתן איש אל רעהו כמפורש ברמב"ם הל' שכירות רפ"ב.
...
ולפי"ז מובן בדרך מרווח מאד מה שנקטה תורה לשון עין תחת עין, שזהו משתמע לשתי פנים גם כפשוטו עבור העכו"ם, וגם ממון ע"פ ההיקש עבור ישראל. ומתורץ ההכרעה בין פשט המקרא עין תחת עין ממש (ובזה קאי הרמב"ם במו"נ) לדרשת חז"ל שהוא ממון.
ורק זאת מצאתי בתו"ש חי"ז ע' ער שמביא מס' חמדת ישראל קונטרס נר מצוה שכ': דכמו בישראל אמרה תורה עין תחת עין ומ"מ משלם ממון משום דילפינן מקרא דלא תקחו כופר לנפש רוצח אבל אתה לוקח כופר לראשי אברים, א"כ י"ל דה"ה בני נח אע"ג דחייב מיתה על חבלה מ"מ יכולין ב"ד לתקן עבור זה כופר ממון. ע"כ. אבל זהו חידושו של החמדת ישראל ואין מוכרח שכ"ה לדעת הרמב"ם.

וגם עי' במגלה עמוקות פ' אמור וז"ל: וכן מי שנותן מום לעמיתו, בן נח הורג אותו ונותן עין תחת עין ממש, אבל גבי ישראל אינו נותן רק ממון ז"ש איש כי יעשה מום בעמיתו וכאשר עשה כן יעשה בו כן הוא דין גוים אבל אני אינו פוסק כן כו'. ע"כ. הרי שבמג"ע כותב ענין זה ע"ד השלילה. ועי' המובא בתו"ש חי"ז ע' רס. אבל אנו בדברינו כאן דנין לשיטת הרמב"ם שכותב מפורש במו"נ שעין תחת עין ממש הוא ע"ד החיוב וע"פ השכל והגיון

אבער איך בעט נאך אמאל טאמבל-סאס ווער נישט ווילט, דאס דארף בלייבן א סוד, פארשטייסט פארוואס? ס'האמער געהאט געניג

נאך וואס איך האב געזען אינטערעסט וואס ער ברענגט:
מצאתי בתו"ש חי"ז ע' ער שמביא מס' חמדת ישראל קונטרס נר מצוה שכ': דכמו בישראל אמרה תורה עין תחת עין ומ"מ משלם ממון משום דילפינן מקרא דלא תקחו כופר לנפש רוצח אבל אתה לוקח כופר לראשי אברים, א"כ י"ל דה"ה בני נח אע"ג דחייב מיתה על חבלה מ"מ יכולין ב"ד לתקן עבור זה כופר ממון. ע"כ. אבל זהו חידושו של החמדת ישראל ואין מוכרח שכ"ה לדעת הרמב"ם.

לקוטי שיחות

דאס שטימט זייער פיין מיט קדמונית היהידים וואס איז געשריבן געווארן פאר די גוים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אחחח.... פארוואס האסטו אויסגעזאגט דעם מקור?!!...
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך מפוזרי »

הליקוטי שיחות אינו מובן. גוי שהוציא עין חייב מיתה, ולא רק עין תחת עין, וכן מבואר בכל המ״מ שהביא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א גוטע קשיא, אבער דער מגלה עמוקות איז דער מראה מקום

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מפוזרי האט געשריבן:הליקוטי שיחות אינו מובן. גוי שהוציא עין חייב מיתה, ולא רק עין תחת עין, וכן מבואר בכל המ״מ שהביא.


בתו"ש חי"ז ע' ער שמביא מס' חמדת ישראל קונטרס נר מצוה שכ': דכמו בישראל אמרה תורה עין תחת עין ומ"מ משלם ממון משום דילפינן מקרא דלא תקחו כופר לנפש רוצח אבל אתה לוקח כופר לראשי אברים, א"כ י"ל דה"ה בני נח אע"ג דחייב מיתה על חבלה מ"מ יכולין ב"ד לתקן עבור זה כופר ממון

און דאס איז ממש יוסיפן

ועי' רמב"ם הל' מלכים פ"י ה"ו דעכו"ם החובל בישראל חייב מיתה אבל אינו נהרג. ולא פירט הרמב"ם עונשו לפועל.



ריכטיג האט געשריבן:אחחח.... פארוואס האסטו אויסגעזאגט דעם מקור?!!...

איך האב פארשטאנען אז דאס קען זיין א מיינעס אבל האמת אהוב מן הכל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מגלה עמוקות פרשת אמור

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: דער קראנטקייט פון חכמת הקבלה

שליחה דורך מפוזרי »

איך האב נישט דער מגלה עמוקות פאר מיר, אבער אין דער שטיקל וואס ער ברענגט אראפ שטייט אנדערש, וז״ל: וכן מי שנותן מום בעמיתו בן נח "הורג אותו" ונותן עין תחת עין ממש ע״כ. היייסט עס אז מ'הרג'ט אים און ממילא פארלירט ער די אויג אויך, אבער נישט עין תחת עין כפשוטו.

דער חמדת ישראל איז אויך אנדערש. אן כופר הרג'ט מען, מיט כופר איז נאר געלט. עין תחת עין כפשוטו איז נישטא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט