מ'רופט מיר טאטע
אויסגעהארגעט ווי א שמאטע
מיין בעט א פאבליק פלאץ
געבליבן מיט א פערטל מאטראץ
די קינדער קריכן א גאנצע נאכט
איינער דורשטיק איינער באמאכט
ווער אלט פאר די צייט
די קאפ שטענדיק טייט
נחת, אן אינוועסמינט בכפל
כ'האף כ'וועל נישט ביז דאן פארלירן די שכל
די בכור בעט שוין יעדע טוי איו דער וועלט
די טאכטער דארף זיבן הענדבענס און א בעלט
די דריי יעריג לויפט אין גאס
א דרייווער שרייט אויף מיר מיט כעס
די מלמד רופט מיט יללות
די באס דרייווער מיט קללות
די ענגליש טיטשער רעדט נישט די שפראך
רעכנונג מיינט ביי אים ציילן די טיילס אויפן דאך
ביים דאקטאר א יעדן טאג
תפלה השל"ה איך זאג
אבער די דאגות וואקסן ווי די נערוון דאזע טאבלעטן
כ'האב מורא עד שיבה מיט'ן שטעקן
אבער נחת איז די עיקר
אויף די יסורים גיסן ליקער
ס'וועט זיין א קדיש'ל די צדיק ערקלערט
אלע דיינע עבירות ווערן צושטערט
אבער רבי אביסל עולם הזה איך וויל
שא, ער זאגט זיי שטיל
מיר דארפן חסידים אנצופילן די שטאקן
מיט שטריימלעך און ווייסע זאקן.
א פרייליכן טאטע טאג!
מ'רופט מיר טאטע, אויסגעהארגעט ווי א שמאטע
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מ'רופט מיר טאטע, אויסגעהארגעט ווי א שמאטע
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.