הערה בסוגיית עבירה לשמה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דער אמת איז אז מאאזאכיזם איז נישט ריכטיג דא אהער ווייל דער מאאזאכיסט האט הנאה פון יסורים מחמת חולת אהבה, משא"כ דא רעדן מיר פון א צדיק וואס זוכט נישט לכתחלה די יסורים, אבער יסורים האלט אים נישט אפ.
יעצט איז די פראגע אויב די תכלית איז אנצוקומען צו חולת אהבה, צו וואס ברויך ער וויסן אז ער גייט קריגן עפעס, אדרבה דאס וואלט אים געשטערט פון טוען ריין מחמת אהבה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

בכלל איז דא דא צוויי נקודות אין רמב"ם איבער די מאטיוואציע פונעם צדיק.
חולאת אהבה, פשוט דער צדיק האט אזוי ליב דעם אויבערשטען אז ער קוקט נישט אויף גארנישט נאר וויאזוי ער קען ערפילן זיין רצון, אהבה איז לכאורה נישט קיין לאגישע באשלוס.
נקודה ב' גיין נאך דעם אמת עד הסוף, פשוט דער צדיק וויל טוען וואס דער אמת פארלאנגט זיך, און דערפאר קוקט ער ווייטער נישט אויף די קאנסעקווענצן. אמת האט שוין גארנישט צו טאן מיט א חולאת. אמת איז אבסאלוט. און אז איינער וועליוט דעם אמת עד הסוף וועט גיין דערפאר אין פייער.
איי וויאזוי קומט מען צו אזא מדריגה פון גיין אין פייער, מיטן וועליוען דעם אמת , מ'דארף נישט דערפאר האבן א הרגש אהבה צו השי"ת דערפאר
בכלל איז אהבה א סתירה מיטן אמת ווייל אהבה איז שוחד און נשיאת פנים, משא"כ אמת איז אבסאלוט.
זענען דאס צוויי באזונדערע נקודות ?
אדער טוט איינס משלים זיין דאס אנדערע ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

למעשה זעען מיר אז אברהם אויף וואס די רמב"ם זאגט האט דערגרייכט די מדריגה, האט טאקע נישט נושא פנים געווען השי"ת, און פארגעהאלטן ביי הפיכת סדום ועמורה, אדון כל הארץ לא יעשה משפט ?
אויך זעען מיר אז אברהם האט געפרעגט במה אדע כי אירשנה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

צו דיין ערשטע תגובה: פארגעס די אייגענע מאזאכיזם, ער מוז שעצן גאט כדאי אים צו ליבן, ער טאר אים - גאט - נישט האלטן פאר א מאזאכיסט.

צו דיין צווייטע תגובה:
געטריישאפט צום אמת איז אויך א ליבע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

יעצט באמערקט דעם דריטן תגובה:

די ליבע קען קומען צוליבן טריישאפט צום אמת.

הכלל, אמת און אהבה זענען צוויי כוחות וואס ארבעטן זייער גוט ביינעזאם.
יעדער אהבה מוז האבן אַ טריגער. דער אמת ליבהאבער ווערט אַנטציקט פונעם מקור האמת, און רעאגירט מיט א ריינע, אמת'ע, שטערבליכע, אהבה.

די אהבה וועט אים נישט צוברענגען, ער זאל צוליב איר פארקוקן אויף אן אפנויג אינעם אמת. פארקערט צוליב איר, וועט ער עס זארגפעליג און ליבפול ארויספאדערן און אויפזוכן.

אברהם אבינו שרייט נישט מיט א צארנדיגער פונדעמענטעליזם, ער שרייט פון א ליבעס- קרענקליכער הארצווייטאג.
דער פרשה ברענגט מיר, יעדעס יאר פון פריש, טרערן. א מוסטער, וואס ס'הייסט, להתפלל את פני ה'.

מאַנכע מיינען אז דער איש האמת איז קאלט און אויסגערעכנט. ס'נישט אזוי, ער איז דער גרעסטער ראמאנטיק.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

מפוזרי, איך ווייס אז ס'איז פארהאן אזא זאך ווי אהבת האמת, אבער די אהבה צום אמת איז נישט קיין ראמאנטישע אהבה, מיר זענען עס מחשיב און ס'איז פארהאן אזעלכע וואס זענען עס מחשיב עד הסוף אז מ'איז גרייט צו גיין אין פייער פארן אמת. ס'דוכט זיך מיר אבער אז ס'פאסט זיך נישט די לשון כלפי אהבת האמת, אזא פראזע ווי מים רבים לא יוכלו לכבות את אהבתו לאמת. די רמב"ם רעדט דאך אבער פון א ראמאנטישע אהבה וואס מ'האט כלפי השי"ת, אזוי ווי ער זאגט דא אז שיר השירים איז א משל צו אט די אהבה, הגם די רמב"ם'ס גאט וואס איז משולל הגשמיות צו אן עקסטרעם, איז זייער שווער ליב צו האבן ראמאנטיש.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

וואס איז דער חילוק פון א מוכשר ביז אן אַרטיסט? דער אַרטיסט איז מער געטריי זיין אמת'ע נקודת יצירה, און דאס קומט פון ראמאנס.

ס'טאקע דא מענטשן מיט טריקענע הערצער וואס האבן א רעספּעקט פארן טריקענעם אמת, און זיי מיינען אז זיי זענען איר איינציגער שטעלפארטרעטער. אבער דער אמת איז ביי זיי געפאנגען און דערשטיקט. ס'וועט נאר אויפלעבן און שיינען מיט איר אמת'ע שיינקייט אין די הארץ פון אירע ליבהאבער די ראמאנטיקערס.

מ'קען טאקע נישט זיין קיין חולה אהבה צום קאנצעפט אמת. אבער אמת איז מער ווי א קאנצעפט, ס'איז דאס חיות אליינס. חולה אהבה איז מען צו יעדע מציאות וואס פּערסאנעפייט אמת.

און דאס איז דער מבחן צווישן דער פונדאמענטעליסט און דער לב אוהב. וואסערע געפילן האט מען צו איינעם וואס איז אויסגעצייכנט מיט א אמת'ע נקודה: זענען די רגשות גואה מיט התרגשות? צי פארדינט ער נאר א grudging recognition?

מ'מוז האבן א לב אוהב צו זיין אן אוהב אמת, און מ'מוז זיין אן אוהב אמת כדי צו זיין אן איש אמת.

דער גאט פונעם רמב״ם איז טאקע מושלל הגשמיות, אבער נישט מושלל המציאות. ער איז גאר דער אמיתת המציאות. און די בעלי האהבה האוהבים באמת גייען פאר אים גאגא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דער קאצקער איז די epitome פון דער אוהב אמת, אבער לאזט ווייט נישט קיין רושם פון אן אוהב הבריות
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הערה בסוגיית עבירה לשמה

שליחה דורך מפוזרי »

נו, אים מיין איך טאקע (נישט אים אליין ח״ו, נאר דער (פאלשער) דימוי וואס (פאר)שטעלט אים פאר) .

און גאט האט ער יא ליב געהאט?


פונדאמענטעליזם איז נישט אהבת אמת, ודוק.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט