א מוהל מיט Parkinson's
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
א מוהל מיט Parkinson's
אין לעיקוואוד איז פארהאנען א מוהל וואס הייסט שוין יארען לאנג א מומחה נפלא. מאנכע האבען איהם פראבירט צו בארעדען ווייל ער מאכט נישט קיין פריעה, ער שניידט אפ דער עור הפריעה, מ"מ זיין קעגענער האבען געמוזט מודה זיין אז ער איז א גרויסע מומחה.
ווערענדיג אביסל עלטער, האט ער אריינגעשטעלט א זון זיינער אין די ביזנעס, אבער רוב לעיקוואוד וויל איהם נוצען. די בריסקער חסידים רעדען שטארק בשם זייער רבי זכיתויגנעלייני אז דער עיקר איז דער מומחיות און דער ערפארונג פונ'ם מוהל און געבליבען איז אז ער איז דער ראש המוהלים.
לעצטענס האט ער אנגעהויבען ציטערען אויף די הענט, ווארשיינדליך מחמת פארקינסאנ'ס. איינער האט געפרעגט אחד מגדולי המו"צים בלעיקוואוד וואס האט איהם גע'ענטפערט 'הגם ער ציטערט, מ"מ איך האב איהם באקוקט ביי א ברית און ער קען זיך איינהאלטען'. דברי חכמה ופקחות, אנשטאט'ס זאגען דער אמת "איך קען גארנישט אין די נושא, פרעג איינער וואס קען", האט ער געמוזט עפעס ענטפערען, אן די מידנעסטע מאז פאראנטווארטליכקייט פאר א אידיש קינד.
והנה את אשר יגרנו בא! שבת פרשת במדבר איז געווען א ברית אין לעיקוואוד און יענער מוהל האט געטוהן זיין ארבעט. דער שיצער האט געגליטשט, זיין הענט האבען געציטערט און א כרות שפכה איז באשאפען געווארען. מסתמא גייט מען קלערען צו מ'האט עכ"פ מקיים געווען דער מצות מילה. ונ"מ צו דער מוהל דארף צולייגען א ברכה פאר מאה ברכות ווייל ער קען זיך נישט פארלאזען אויפ'ן על המילה ווייל ס'איז א מצוה הבאה בעבירה פון ובארצכם לא תעשו, או דילמא איז דער מילה עכ"פ א מצוה ווייל געשניטען איז עס.
וכבר כתבתי במקו"א, מיר האבען נישט קיין סיסטעם פון אפ'פטר'ן א מוהל, און מיר ווייסען נישט פון א מוהל וואס האט זיך אמאל אפגעזאגט פון זיין אמט. ואלו פירותיהן
רחמנא לצלן

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א מוהל מיט Parkinson's
היינטיגע?
ביטע ערקלערען. איך וואלט זייער געוואלט הערען און מפרסם זיין אז ס'איז נארמאל אזוי צו טוהן.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך האב פיהל מער שרעקליכע פרטים געהערט מאחד מגדולי המוהלים בלעיקוואוד, אבער מיין פאון שטארבט. האפעדיג שפעטער.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
אויב האט ער געמאכט מיט א צוואנגל איז כמעט אוממעגלעך צו פארשניידן ביז כרות שפכה און בכל אופן קען מען דאס פאררעכטן.
עובדה ידענה איינע פון די גדולי המומחים במוהלות וואס פלעגט שניידן אן א צוואנגל ביז מעשה שהי' ער האט פארשנידן, למעשה איז מען אריינגעפלויגן אין שפיטאל און היינט איז דאס קינד א טאטע פון עטליכע קינדער ב"ה.
עובדה ידענה איינע פון די גדולי המומחים במוהלות וואס פלעגט שניידן אן א צוואנגל ביז מעשה שהי' ער האט פארשנידן, למעשה איז מען אריינגעפלויגן אין שפיטאל און היינט איז דאס קינד א טאטע פון עטליכע קינדער ב"ה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א מוהל מיט Parkinson's
און טאמער דער דאקטאר האט אן עצה צו פאררעכטען, קען ער בלייבען א מוהל מומחה, מיט א שפיטאל אונטער'ן בריק, ניין?
די פרטים וואס איך האב געהערט זענען ווי פאלגענד.
דער מוהל איז דער אלטע מוהל אין לעיקוואוד. יעדער האט איהם גענוצט, אחוץ די וואס האבען געוואלט א 'היימישע' מוהל, וואס האבען גענוצט ר' מרדכי בצלאל. ער איז געווען דער מוהל פונ'ם קימפעטאר'ן היים, און ער פלעגט פיהל בארעדען אנדערע מוהלים. 'איך זעי פיהל קינדער וואס מ'דארף פאררעכטען...' וכדו'. למעשה מיט די צייט האבען זיך אנגערוקט אנדערע מוהלים אין שטאט, אבער קיינער נישט מיט זיין מאז מומחיות. טויזענטער ברית'ן בלי גוזמא האט ער אנגעפיהרט.
צווישען א קליינע מיעוט פון מענטשען האט זיך געטוהן א שטיקל טומול וועגען דער פראבלעם פון מילה ופריעה בב"א, וואס ר' מנשה קליין האט פארפיהרט אנטקעגען, אבער וויבאלד ר' משה פיינשטיין שרייבט אין יורה דעה ח''ג סי' צ''ח אז ס'איז נישט דא קיין פראבלעם, איז עס געבליבען גאנץ שטיל.
א פאר יאר צוריק האט זיך אנגערוקט אן עכטע ליטוואק פון בודאפעסט, אן אונגארישע נער וואס האט זיך יארען געווייקט אין בריסק און צוריק געברענגט זיין טפשותדיג'ער בעלעבתיש'ע בליק געמישט מיט א בריסקער זעלבסט-זיכערקייט און א שמעק (שטינק) פון פרומקייט, אונטער א שלייער פון טראדיציע'ס (המכונה מסורה). ער האט אסאך געלט אין די משפחה, און ער האט אנגעפיהרט מצה באקען חבורות אין שחט'ן עופות חבורות, פרומקייטען און צייט פאטשקעריי, ובתוך ענייניו האט ער זיך גענומען צו מוהלות. ער האט געמאלדען אומזיסטע מילות, גע'עפענט א חבורה אין ב.מ.ג. צו לערנען הלכות מילה און פארשפרייט קונטרסים קעגען דער אלטע מוהל אז ס'טויג נישט דאס וואס ער טוט נישט קיין פריעה. ער האט פראבירט צו גרינדען אן ארגאניזאציע פאר מוהלים, אבער די אלטע מו"צ'ן האבען איהם געזאגט אז דער אלטע מוהל מוז זיין א חלק דערפון.
אן אנדערע מוהל האט זיך אפגערעדט צו מיר אז יונגעלייט לערנען אביסל מילה און דערנאך ווערען זיי מוהלים איידער מ'האט גע'ענדיגט לערנען. איך האב איהם געזאגט 'אפשר זאל מען מאכען א סיסטעם פון באשטעטיגען מוהלים'. האט ער גע'ענטפערט 'מ'האט פראבירט, נאר יענער האט פארפיהרט אז מ'קען נאר צולאזען אזעלכע וואס מאכען פריעה בציפורן'. דער מוהל מיט וועמען איך האב גערעדט מאכט אויך פריעה בציפורן, אבער ער האט פארשטאנען אז מ'קען אזעלכע זאכען נישט קעמפען.
בקיצור, נאך א שטיק צייט, האט איינער א יונגערמאן, ר' דניאל קליינמאן, ארויס געגעבען א קונטרס להצדיק דער אלטע מוהל. דער כותב איז אויך דער וואס האט געשריבען פסקי הר"ש קמנצקי, ווי אויך ארויסגעגעבען דער גבורת אליהו פון הרב הנקין, און ער האט געמאכט א גוט'ן ארבעט. שיינע הסכמות, קלאר געשריבען וכו', און דער עולם האט עס אנגענומען.
לציין, אז די אנדערע מוהלים וואס האלטען שטארק פון פריעה בציפורן וכו', האלטען אז דער אלטע מוהל איז נישט גערעכט מיט'ן מהדר זיין פריעה ומילה בב''א, אבער חוץ דעם איז ער א גרויסע מומחה, נישט ווי דער טומול מאכער.
למעשה אבער, האט דער מוהל אנגעהויבען ציטערען. ער איז נעבעך קראנק געווארען און מענטשען האבען דאס באמערקט. איינער האט גענומען א ווידיאו און ער איז געגאנגען צו ר' מלכיאל קוטלר, דער זעלבסט באקרוינטע מנהיג אין שטאט, מיט'ן ציל צו באשיצען קינדער. ר' מלכיאל האט איהם געשיקט צו זיין שוואגער רד"צ שוסטאל וואס ווייסט נישט קיין סאך מער פון איהם, און ער האט איהם געשיקט צו דער אויבענדערמאנטע דניאל קליינמאן, וואס האט ביזערווייל איבערגענומען זיין זיידע'ס פאסט'ן אין א רבנות אין פלעטבוש. דער קליינמאן האט קיין שהיות נישט געמאכט און געזאגט 'נעה.... ס'איז בסדר'. לציין אז דער קליינמאן איז נאך נישט פערציג יאר אלט.
דער טומול איז אביסל, נישט צופיהל, ארומגעגאנגען, אבער די הויכע פענסטער'ס האבען עס אנגעקוקט ווי א המשך פונ'ם אלט'ן טומול. איינער מזקני המו"צים האט זיך לעצטענס בארימט אין ביהמ"ד "איך בין יעצט געווען סנדק, און ער איז א הערליכע מוהל".
יעצט איז געשען דער ברית. דער צווענגיל איז נישט גוט געווען אנגעכאפט צוליעב דער מוהל'ס שוואכקייט און ס'איז אראפגעפאלען און דער מוהל'ס האנט האט געגליטשט. מ'האט דאס קינד געפיהרט אין שפיטאל מיט א העליקאפטער און ער איז אריבער א פינף מיט א האלבע שעה אפעראציע. דער סוף ווייס איך נאך נישט.

א. דו קנאי וואס האט זיך איינגערעדט אז דו מיינסט עס לש"ש, קוק וואס פאר א פראבלעמען דו האסט אנגעמאכט. ווען נישט פאר דיין זיך איינ'עקשנ'ן אויף א זאך וואס דער פוסק הדור האט מתיר געווען און די מוהלים וואס טוהן עפ"י זיין פסק האבען פולע רעכט זיך צו פארלאזען אויף איהם, וואלט מען געקענט איינפיהרען א שטיקל שמירה אויף מוהלים, און דער זקן המוהלים וואלט אפשר געקענט ארויס גייען בדרך כבוד.
ב. ראש ישיבת לעיקוואוד, ווער האט דיר געבעטען? דו האסט זיך אריינגעשטעלט אין א שטעלע וואס פאסט דיר נישט, וואס קיינער האט נישט געבעטען; דער שטעלער פון פיהרען א שטאט. ווען דו האסט איבער גענומען האבען אן א שיעור תלמידי חכמים דיר געבעטען 'לאזט אפ פאליטיק, לאזט אפ דעם שטאט! בלייב מיט די ישיבה און פיהר עס ווי ס'דארף צו זיין!' הרב שך האט עס דיר געבעטען און מפרסם געווען אין א בריוו וואס יעדער איינער קען. נאר ענק האט געשמעקט מאכט וואס ענק ווייסען נישט וואס צו טוהן דערמיט, און אזוי האסטו איין זאך אויפגעטוהן, אז א צווייטע זאל עס נישט האבען. דו קענסט דאך נישט האלטען קאפ מיט אזא נושא, אבער א דאנק ענק האט מען קיין צווייטע נישט אין שטאט פאר די זאכען. און יעצט האסטו עס געלאזט אין די הענט פון א קיטשיפאפא וואס פסקנ'ט לויט ווי ס'שמעקט (!) איהם, און די תוצאות זענען פאר אונז.
ג. דו יונגערמאנטשיקעל, האסט געדרוקט א פאר ליקוט ספרים, האסט געמאכט ר' שמואל קמנצקי פאר א פוסק. זייער פיין. ווי קומסטו זאגען דעות אין זאכען וואס דו ווייסט בכלל נישט? פארוואס האסטו נישט געקענט שווייגען?
ד. און דער מוהל זעלבסט, וכן אלע אנדערע מוהלים. דו האסט געקענט זיין דער וואס קען צוריק קוקען אויף א לעבען פון מל'ן אידישע קינדער, זייענדיג פון די גרעסטע אין אמעריקא, האסט געקענט זיין דער נאמען אין מילה אין לעיקוואוד און דיין קינדער וואלטען געקענט איינפיהרען א ווערטשאפט אונטער דיין אויג. און פאר דער תאוות הכבוד המדומה האסטו אלס דערלייגט. יעצט מוזטו געדענקען אז בידים האסטו קאלייע געמאכט אן אומשולדיג קינד. לערנט זיך אפ פון איהם מוהלים און יעדער איינער מיט אן אמט! גיבט אפ איידער מ'דארף עס דיר זאגען! ווען דו קענסט שוין נישט, לאזט אפ די חזקות, בלייב נישט ביים עמוד, ביים שיעור ביים פסק טיש און ביים רעדעל! אזוי ביסטו א העלד, נישט קיין טראגעדיא.
ה. און אחרון אחרון חביב, מו"צ'ן פון לעיקוואוד - ענק ווייסען דאך אז מ'האט דיר גענומען נישט וועגען דיין גרעסערע מאז שכל ווי אנדערע, נאר פארקערט. די שוואכסטע קעפ אין לעיקוואוד גייען אריין אין פסק. במופלא ממך אל תדרוש! אז דו ווייסט נישט, שווייג און פרעג איינער וואס קען יא וויסען. בלייב אין די ראמען פון פסק הלכה און לאז די שיקול הדעת פאר מענטשען וואס האבען שיקול הדעת.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היינטיגע?
ביטע ערקלערען. איך וואלט זייער געוואלט הערען און מפרסם זיין אז ס'איז נארמאל אזוי צו טוהן.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
עס האט פאסירט אז א קינד מיט די מאמע האבן געטראפן אויף זיך הערפיס אין האדמ"ר האט געזאגט ער וויל נישט ג'יין פאר א גרויסע טעסט ליבערשט לייגט ער אראף די מעססער פאר עווער
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: א מוהל מיט Parkinson's
א איד האט געשריבן:וואס האט ער אזוי מורא פון א טעסט?
שמעתי פון איינער וואס האט געהאט די טעסט ער זאגט אז עס איז יסורים נוראים און עס איז נישט כדי דאס צונעמען אויף די עלטערע יארן.
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברוך שאמר האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:היינטיגע?
ביטע ערקלערען. איך וואלט זייער געוואלט הערען און מפרסם זיין אז ס'איז נארמאל אזוי צו טוהן.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
עס האט פאסירט אז א קינד מיט די מאמע האבן געטראפן אויף זיך הערפיס אין האדמ"ר האט געזאגט ער וויל נישט ג'יין פאר א גרויסע טעסט ליבערשט לייגט ער אראף די מעססער פאר עווער
יעצט קומט די גרויסע שאלה הנשאלת.....?
ווער ס'ווייסט א תשובה זאלל ביטע ענטפערן...ניין. כ'בין נישט נייגעריג צו וויסן. איך האב ב"ה אנדערע דאגות...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
ברוך שאמר האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:אפשר קענט איר מיר זאגן דער נאמען פאר אזא טעסט?
און ווער האט דען פארלאנגט אזא טעסט ווען די נארמאלע סטאנדארד איז א בלוט-טעסט?
ניין איר האט א טעות. א פלענע בלאד טעסט האט ער גענומען, אבער איך מיין א יורין טעסט האט ער נישט געוואלט נעמען.
וויאזוי קומט ארויס אזא נייעס?
פאפא גבאי טרעפט משה נדבן אין קאווע צימער בביהמ"ד אויף בעדפארד,
גבאי: הערסט וואס איז נעכטן געווען ביים רבין?
משה: ניין, א איד איז אריין מיט א שווערע קוויטל? מען האט מכבד געווען דעם רבין מיט סידור קדושין אין סאטמאר?
גבאי: ניין, מען וויל נעמען א ... טעסט פונעם רבין, אבער דער רבי וויל נישט און ער גיבט אויף מוהלות דערפאר.
גבאי רומט אריין אין משהס אויער: דו האסט עס נישט געהערט פון מיר.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: א מוהל מיט Parkinson's
מ'האט מיר פריוואטעהייט געפרעגט היתכן איך פראק אויס א מוהל, וואס טפלי תליא ביה, ברבים?
איך האב גע'ענטפערט, פארשטייט זיך, אז ס'איז אבסורד צו פאדערען מ'זאל פארשווייגען אזא מעשה, אבער יותר מזה. א שוחט, וואס זיין בארעכטיגטע פרנסה איז פון שחיטה, דארף מען דן זיין די פרנסה זיינער ווען מ'קומט איהם מעביר זיין. און אין די תשובות, ביי ר' יצחק אלחנן צו דער זקן אהרן וכדו', זעט מען מ'האט עס גענומען אין באטראכט. א מוהל אבער, האט דאך נישט קיין רעכט צו נעמען געלט. ס'איז אלס שלא כדין. ט'ווי קען מען נאך פאדערען אז מ'זאל שיצען זיין פרנסה? אין יוראפ נעמט מען טאקע נישט קיין געלט, און זיי האבען פיינער מוהלים. עפעס האט געפעלט ביי ברודי שטרן ז"ל? צו להבחל"ח ר' אורי אשכנזי? אדער שמואל גבריאל גליק? ועוד
(איך האב אגב געהערט אז הרב משולם אשכנזי זצ"ל פלעגט וואוינען אין מאנטשעסטער אלס יונגערמאן. איידער זיין בכור מ"מ איז געבוירען געווארען, האט ער געכאפט אז ס'איז נישט דא קיין מוהל אין מאנטשעסטער מיט א בארד, האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין לאנדאן. ווער עס קען באשטעטיגען ווערט געליידענט)
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך האב גע'ענטפערט, פארשטייט זיך, אז ס'איז אבסורד צו פאדערען מ'זאל פארשווייגען אזא מעשה, אבער יותר מזה. א שוחט, וואס זיין בארעכטיגטע פרנסה איז פון שחיטה, דארף מען דן זיין די פרנסה זיינער ווען מ'קומט איהם מעביר זיין. און אין די תשובות, ביי ר' יצחק אלחנן צו דער זקן אהרן וכדו', זעט מען מ'האט עס גענומען אין באטראכט. א מוהל אבער, האט דאך נישט קיין רעכט צו נעמען געלט. ס'איז אלס שלא כדין. ט'ווי קען מען נאך פאדערען אז מ'זאל שיצען זיין פרנסה? אין יוראפ נעמט מען טאקע נישט קיין געלט, און זיי האבען פיינער מוהלים. עפעס האט געפעלט ביי ברודי שטרן ז"ל? צו להבחל"ח ר' אורי אשכנזי? אדער שמואל גבריאל גליק? ועוד
(איך האב אגב געהערט אז הרב משולם אשכנזי זצ"ל פלעגט וואוינען אין מאנטשעסטער אלס יונגערמאן. איידער זיין בכור מ"מ איז געבוירען געווארען, האט ער געכאפט אז ס'איז נישט דא קיין מוהל אין מאנטשעסטער מיט א בארד, האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין לאנדאן. ווער עס קען באשטעטיגען ווערט געליידענט)
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: א מוהל מיט Parkinson's
אז מען אנדערקענט אז מען דארף אראפלייגן די כלים קומט זיך קרעדיט (ווי סאך וואלטן אזוי געטיהן?)